קורקלענד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:00 pm
ווייל עס איז דא א אפיציעלע אנדערע פרעזידענט אין אמעריקע יעדע פיר יאר מיינט אז ס'איז נישט די זעלבע וואס פירט עס פאר די לעצטע פיר אין צוואנציג יאר? דו האלטס טאקע אז ביידן זיצט ביים רעדל? און אויב נישט ביידן ווער יא? און יענער וואס יא, וואו איז ער געווען די לעצטע פיר אין צוואנציג יאר? טראכט מיין פריינט, טראכט אביסלע.
אפשר גיבסטו ארויס דו סוד ווער טאקע?
איך ווייס נישט. אבער איין זאך איז זיכער אז ביידן נישט. איז די שאלה ווער יא.
Re: אפאזיציע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:31 pm
דורך מתתיהו
אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:41 am
אבער eitherway מיין איך אז דו באגייסט א קאטעגאריקעל טעות, לאמיר שוין זאגן אז די דיעפ סטעיט, די FBI, די גרויסע קארפאראציעס, און די עליטע אינעם גאווערמענט האבן טאקע אלטימעטע מאכט - וויאזוי איז דאס א פארגלייך צו רוסלאנד וואו אפאזיציעס פאלן ווי פליגן, וואו איין דיקטאטור זיצט אויפן טראן פאר 24 יאר סטרעיט, וואו די עקאנאמיע איז אין דער ערד, וואו מען מ'שלעפט דער ציוויליזאציע אין מלחמה צוליב 'היסטארישע סיבות', וואו דזשורנאליזים אין אינפארמאציע (יא יא אויך אזעלכע ביכער פון וואס דו רעדסט) זענען צענזורירט בגדול, וואו די פשוטע בירגער האט נישט קיין שאנס צו ווערן געהערט, וכו' וכו'? וואס איז דיין פארגלייך דא מיט די טיפזיניגע אנאליז איבער אמעריקע'ס קארופציע?
יעדער פארשטייט (עכ"פ אזוי מיין איך) אז ס'איז נישט קיין פארגלייך אמעריקע מיט רוסלאנד אזוי ווי דו ברענגסט ארויס. די נקודה איז נאר אז אין אמעריקע איז קלאר אויך דא אזא מציאות פון רודפ'ן די "אפאזיציע" אהן קיין שום לעגעטימע סיבה, סתם עם אינטערצודריקן. נעם א ביישפיהל די ארטייל פון די פארגאנגענע וואך אז טראמפ דארף צאלן א האלבע ביליאן דאלער, כאטש וואס ס'איז נישט דא קיין איין וויקטעם, און אלע ביזנעס אייגענטומער זאגן אז דאס וואס ער האט געטוהן איז "סטענדערט פרעקטיס" אין ביזנעס, און יעדער טוט אזוי, און ס'איז נישט דא קיין איין פראצענט טשענס אז מ'וועלט עם געקלאגט ווען נישט ער איז טראמפ. סא ביסט גערעכט אז מ'הארגעט נישט קיין מענטשן, אבער יא מ'קען דיך צונעמען דיין גאנצע געלט סתם ווייל דו ביסט מיין פאליטישע קעגנער.
Re: אפאזיציע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:48 pm
דורך קורקלענד
די מציאות איז אז אין אמעריקע בליעט נישט אזוי די אפאזיציע. מען אונטערדרוקט עס נאך בכלל אופן שייך. און אז די אפאזיציע ווערט שטערקער ווערן די מעטאדן מער אגרעסיוו און ווילד און אט אט וועט עס זיין אזויווי רוסלאנד איז אנגעבליך. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט וואס ס'גייט פאר אין רוסלאנד היינט צוטאגס אבער אויב איינער ווייסט עפעס פאקטן קען מען ברענגען און מ'קען דן זיין.
בנוגע אריינשלעפן די ציוויליזאציע אין א 'היסטארישע קריג'.... איך קען נישט אויפהערן לאכן. וועלכע נאך לאנד אין די וועלט האט אריינגעשלעפט זייער ציוויליזאציע אין נארישע מלחמות איבער די לעצטע זעכציג יאר אזויווי אמעריקע? קענסט מיר זאגן וואס איז געווען פשט אין די איראק קריג? אפגאניסטאן? אא''וו....
קורקלענד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:00 pm
אנטשולדיגט. אבער מ'קען נישט קאנווינסעד ווערן פון קורצע ארגומענטן בין און צוריק. און א גאנץ ביכל גיי איך נישט שרייבן דא. און אויב יא זעהט נישט אויס ווי דו וועסט עס ליינען. און בכלל פעלט עס נישט אויס ווייל אלעס איז שוין אפגעשריבן. איך האב גראדע געליינט אסאך ביכער, 'אויף אלע צדדים'. און איך בין אפען צו הערן פרישע סחורה. איר קומט מיר אבער פאר נישט ווי איינער וואס איז פונעם אנדערן צד נאר ווי איינער וואס איז פשוט נישט עדיוקירט. און אויב קען מען נישט ענטפערן אויף גארנישט פשוט ווייל מ'איז 'נישט באקאנט' און אויך וויל מען נישט נעמען די צייט צו ליינען. דאן בלייבט לעבן אין אייער קאמפארט זאנע וואו מ'הערט פון די מערב וועלט פראפאגאנדע טאג איין אין אויס נאך (קורצע) פאפוליסטישע העצע קעגן טראמפּ ומלחמה על ישראל. אלעס פאר ווייטער.
אויב קען מען נישט ווערן קאנווינסד, וואס איז דיין פוינט דא? סתם צו שרייען אז איך האלט נישט ביים ליינען איבערצייגענדע ביכלעך?
איך האב נישט קיין שום פראבלעם צו ליינען דיינע רעקאמענדאציעס (איך ווייס נישט וואו דו האסט געזען אז יא נאך וואס איך האב עס שוין פריער קלאר געשטעלט), ניטאמאל האלט איך מיר פאר א פאליטישע עקספערט - זיכער נישט איבער אמעריקאנע פאליטיק. איך האב בס"ה אנגעהויבן מיטן אפלאכן פון די וועלכע שטעלן צו אמעריקע מיט רוסלאנד, איך האב מיר בעיקר באצויגן צו די טויט פון -נאך איין- רוסישע אפאזיציע, און איך האב פראבירט מסביר צו זיין פארוואס טראמפ איז סיי בכלל נישט דומה צו נאוואלני אין וויאזוי מ'פירט זיך אויף צו אים, און סיי דאס אז זיין כאראקטער - נישט דוקא פאליטיק - איז וואס ברענגט בייז בלוט.
דו האסט אנגעהויבן אריינגיין אין אמעריקע'ס טיפע קארופציע פרשות - איבער וועלכע איך לייקן נישט בהחלט - האסט אוועקגעשטעלט אז ביי דיר איז עס ממש ווי רוסלאנד, און ווען איך פרעג דיר פאר הסברים ענטפערסטו עס איז א לאנגע בוך און דו קענסט נישט ענטפערן דא. איז נישט!
ווייל עס איז דא א אפיציעלע אנדערע פרעזידענט אין אמעריקע יעדע פיר יאר מיינט אז ס'איז נישט די זעלבע וואס פירט עס פאר די לעצטע פיר אין צוואנציג יאר? דו האלטס טאקע אז ביידן זיצט ביים רעדל? און אויב נישט ביידן ווער יא? און יענער וואס יא, וואו איז ער געווען די לעצטע פיר אין צוואנציג יאר? טראכט מיין פריינט, טראכט אביסלע.
איך ווייס נישט. אבער איין זאך איז זיכער אז ביידן נישט. איז די שאלה ווער יא.
קודם פארוואס זאל ביידן (מיט זיין קאבינעט פארשטייט זיך) נישט קענען זיצן ביים רעדל? וויאזוי ביסטו אזוי זיכער? איידער מ'קען בויען מסקנות מוזן די הנחות זיין פעסטגעשטעלט!
צווייטנס, מיט מיין פארשטאנד אין פאליטיק בכלל בין איך גראדע מסכים אז די פרעזידענט איז בדרך כלל (לאו דוקא ביידן..) נישט צופיל מער ווי די מאניטאר פונעם קאמפיוטער, עס זענען טאקע דא א גאנצע סיסטעם פון אונטער דעם. פונקטליך וויאזוי דאס ארבייט ווייס איך נישט, אבער איך גלייב אז אסאך מענטשן אין פאליטיק ווייסן מער ווייניגער.. איך קען שפעקולירן אז אבאמא האט כהיום א גרויסע ווארט דארט און לכאו' די קלינטאנ'ס ודעימם אויך. אבער למאי נ"מ? וואס גייט עס מיר אן? עס קען זיין א שיינע דיסקוסיע לגבי וואס עס באדייט פאר 'דעמאקראטיע' בכלל אויב עס איז נישט ממש די ערוויילטע וועלכע מאכן די החלטות א.א.וו. אבער ווי ווייט איך פארשטיי איז יעדער געלערענטע מענטש גענוג באוואוסטזיניג אז אנדערש קען א סיסטעם ממילא נישט פונקציאנירן, אבאמא אין זיינע ערשטע יארן איז אויך געווען אנגעוואנדן דערין א.א.וו. ובכלל וועלט מען קיינמאל נישט אריין קיין קאבינעט און אין דעם הינזיכט איז פשוט אוממעגליך צו האבן א פולע דעמאקראטיע וואו יעדע החלטה און יעדער מחליט גייט אדורך די וואלן פראצעדור, און יעדער איינער הייבט אן די רעדל פון פריש. עס ארבייט נישט אזוי! (פאר א סיבה זענען בכלל דא רעפרעזענטאטן און מ'שטעלט נישט יעדע החלטה פאר א פובליק רעפערענדום..).
נאכאמאל, איך קען מיר נישט פונקטליך אויס, און איך זאג נישט אז אונטער פארמאכטע טירן קומען נישט פאר קיין אומגעוואונטשענע זאכן אדער אפי' קארופציע אויף א פארנעם. מיט דעם אלעם איז עס הימל און ערד ביז א דיקטאטורישן מאכט וועלכע ליגט ביי איין איינציג מענטש אן קיין שום אפאזיציעס. אויך די עצם זאך אז עס זענען דא גענוג מענטשן וועלכע שטרעבן אנצוקומען צו אזעלכע פאזיציעס און זענען גרייט אוועקצולייגן אמטירענדע אין די פאזיציעס, בנוסף די אפטיילונג פון די דריי ברענטשעס וועלכע בלייבט (לדעתי) בכל אופן צוטיילט, איז א מעלה כלפי טשעקס און בעלענסעס (הגם נישט וואס וואלט זיך אפשר געוואונטשן אין א פערפעקט וועלט..).
מתתיהו האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:31 pm
יעדער פארשטייט (עכ"פ אזוי מיין איך) אז ס'איז נישט קיין פארגלייך אמעריקע מיט רוסלאנד אזוי ווי דו ברענגסט ארויס. די נקודה איז נאר אז אין אמעריקע איז קלאר אויך דא אזא מציאות פון רודפ'ן די "אפאזיציע" אהן קיין שום לעגעטימע סיבה, סתם עם אינטערצודריקן. נעם א ביישפיהל די ארטייל פון די פארגאנגענע וואך אז טראמפ דארף צאלן א האלבע ביליאן דאלער, כאטש וואס ס'איז נישט דא קיין איין וויקטעם, און אלע ביזנעס אייגענטומער זאגן אז דאס וואס ער האט געטוהן איז "סטענדערט פרעקטיס" אין ביזנעס, און יעדער טוט אזוי, און ס'איז נישט דא קיין איין פראצענט טשענס אז מ'וועלט עם געקלאגט ווען נישט ער איז טראמפ. סא ביסט גערעכט אז מ'הארגעט נישט קיין מענטשן, אבער יא מ'קען דיך צונעמען דיין גאנצע געלט סתם ווייל דו ביסט מיין פאליטישע קעגנער.
ווי איך האב פריער ארויסגעברענגט, טראמפ ווערט לדעתי נישט גע'רודפ'ט פארן זיין 'א פאליטישע קעגנער', ער ווערט גע'רודפ'ט פארן זיין אנטי סיסטעם און פארן זיך אויפפירן נישט 'נארמאל'! ער האט דאס ליב, פון דעם לעבט ער!
איך בארעכטיג נישט יעדע טענה אדער ארטייל כנגדו, איך ברענג נאר ארויס אז ווען מ'שרייט אז אמעריקע איז קארופטירט לכבוד דעם אדער אז עס גייט גאר אונטער איז סתם געהאקט אין קאפ!
טראמפ האט שוין גענוג געהאט צוטון מיטן לעגאלע סיסטעם איידערן בכלל חלומ'ן פון אפיס, און אפי' ביים אנפאנג לויפן האט מען גלייך געזען די רעטאריק פון דעמאקראטן אז עס האט ווייניג צוטון מיט טראמפ'ס פאליטיק, נאר ענדערש מיט זיין כאראקטער און התנהגות וועלכע איז זייער פראוואקאטיוו און עגאיסטיש כידוע.
האלט איינער טאקע אז ליציאה ניקי העילי -אדער סיי וועלכע אנדערע קאנדידאט- געווינט די רעפובליקאנער טיקעט גייט זי אויסשטיין האלב פון וואס טראמפ שטייט אויס? טראכט עס איבער צו עס איז טאקע נאר פאליטיק דא at stake...
קורקלענד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:48 pm
די מציאות איז אז אין אמעריקע בליעט נישט אזוי די אפאזיציע. מען אונטערדרוקט עס נאך בכלל אופן שייך. און אז די אפאזיציע ווערט שטערקער ווערן די מעטאדן מער אגרעסיוו און ווילד און אט אט וועט עס זיין אזויווי רוסלאנד איז אנגעבליך. איך בין נישט אזוי באקאנט מיט וואס ס'גייט פאר אין רוסלאנד היינט צוטאגס אבער אויב איינער ווייסט עפעס פאקטן קען מען ברענגען און מ'קען דן זיין.
אפאזיציעס און אמטירענדע פארטייען האבן אייביג עליות און ירידות דורכאויס היסטאריע, עס נעמט אזא צוואנציג דרייסיג יאר פארן סיסטעם צו מאכן פול צורקיל, דאס אז כעת זענען דעמאקראטן שטערקער איז נישט עק וועלט און זיכער נישט די עק פון דעמאקראטיע (צוטיילן א לאנד האט יא די פאטענציאל...). טעכנאלאגיע לויפט טאקע אויף סאך א שנעלערן טעמפא היינט, עס מיינט אבער נישט אז פאליטיק קען נאכלויפן די ספיד.
בנוגע אריינשלעפן די ציוויליזאציע אין א 'היסטארישע קריג'.... איך קען נישט אויפהערן לאכן. וועלכע נאך לאנד אין די וועלט האט אריינגעשלעפט זייער ציוויליזאציע אין נארישע מלחמות איבער די לעצטע זעכציג יאר אזויווי אמעריקע? קענסט מיר זאגן וואס איז געווען פשט אין די איראק קריג? אפגאניסטאן? אא''וו....
איך האב נישט געמיינט 'היסטארישן קריג' אין דעם סענס. איך האב געמיינט זיין הסבר (צו טאקער) איבערן קריג אז עס איז דזשאסטיפייד לויט זיין ווערסיע און אויסקוק פון די רוסישע 'היסטאריע'..
זע איך יעצט אז בען שפירא איז מסכים צו מיר לגבי די חילוק צווישן רוסלאנד און אמעריקע. (דאס איז נאכן אראפרייסן די אמעריקאנע - עליטע סיסטעם וועלכע קארופטירט די לאנד..)
Re: אפאזיציע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:39 pm
דורך קורקלענד
בען שאפירא איז ביי מיר נישט קיין מאן דאמר בכלל. יעדעס מאל איך דארף זיך נאכאמאל דערמאנען זוך איך ווידער אפיר זיין ארטיקל Why I would never vote for Trump. ס'איז א גוטע דערמאנונג.