בלאט 3 פון 3

אות הוקרה

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 2:32 pm
דורך אמאהלגעקעננט
א גרױסער ײשר כח ר׳ אמת וצדק פאר די שײנע ארבעט - סײ דעם פארשן און סײ דעם אהערשטעלן בטטו״ד תשואות חן חן לו

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 2:57 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
די 'קולמוס' ביילאגע פונים העברעאישען 'משפחה' די יו"ט האט אן אפהאנדלונג איבער די כתבים פון יודל ראזענבערג.

Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 7:55 pm
דורך שערי יושר
זייער א שיינע אינפארמאטיווע ארטיקל, איך האב עס ארויסגעפרינט און עס געלעזט אין יום טוב, עס האט מיר געמאכט א שמחת יום טוב

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 8:01 pm
דורך מי אני
ייש"כ ייש"כ! א געוואלדיגע ארבעט!

די דיון איבער דעם צי שפיכת דמים איז נוגע לגולם, קען אפשר נוגע זיין (ממבט הלכה) צום מאראלישן מבוכה לגבי די רעכטן פון AI, הנעשים בידי אדם, צי אויב זיי וועלן האבן קאַנשעסנעס (אויב ווייסט מען שוין יא וויאזוי דאס צו דעפינירן) וואס זייערע רעכטן זענען.

Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?

נשלח: דינסטאג אפריל 11, 2023 3:54 pm
דורך אמת וצדק
אגרות צפון האט געשריבן:בימי המהר"ל האט דער מנהג פון קבלת שבת פשטות נאכנישט עקזיסטירט, מילא האט מען אין פראג נישט געזאגט מזמור שיר אפי' איינמאל אויך נישט.
די סדר קבלת שבת וואס מיר זאגן היינט, דהיינו די זעקס מזמורים פון לכו נרננה ביז מזמור לדוד, דערנאך לכה דודי, מזמור שיר און השם מלך. זעט מען טאקע בכלל נישט אין אן אשכנז׳ישע סידור פארן יאר ת״ב, וואס איז צוויי אין דרייסיג יאר נאכן הסתלקות פונעם מהר״ל מפראג.
אבער מזמור שיר ליום השבת איז לאו דוקא געבינדען מיט קבלת שבת.
עס קען זיין אז אין די צייטן פונעם מהר״ל האט מען אנגעהויבען מעריב מיט מזמור שיר. ווי מיר זעען אינעם סידור ״בית תפלה״ נוסח איטלקי פונעם יאר ת״כ: מקדימים להתפלל ערבית יותר מימות החול.. כיון שהתחילו הקהל מזמור שיר, קבלו שבת ואסורים הכל במלאכה.

ערשט שפעטער ווען די סדר קבלת שבת האט זיך אריבער געכאפט קיין פראג, - און אין פראג האט מען דאן געשפילן מיט א ארגעל ביי קבלת שבת ווי מען זעט שוין אויף א מציבה אין פראג פון יאר תכ״ח ווי עס שטייט: היה אחד מכת הכלי זמרים המקדימין לבית הכנסת לקבלת שבת. - האט מען זיך געזען מיט א פראבלעם, וואס טוט מען מיט דעם מזמור שיר? זאל מען עס זאגן צוזאמען מיט קבלת שבת מיט די כלי זמר, אדער צוזאמען מיט מעריב אן די כלי זמר, נמנו וגמרו עס צו זאגן צויי מאל.
הנלע״ד כתבתי.

נשלח: דינסטאג אפריל 11, 2023 4:16 pm
דורך אמת וצדק
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די 'קולמוס' ביילאגע פונים העברעאישען 'משפחה' די יו"ט האט אן אפהאנדלונג איבער די כתבים פון יודל ראזענבערג.
איך האב עס דורכגעליינט, רוב נקודות האב איך שוין דא אנגערירט, איין זאך האב איך פארגעסן, דאס איז וואס רבי יודל׳ס אייניקל - רבי יהושע בן מאיר שרייבט אינעם קובץ המעין (טבת תשפ״א):
לגבי ספרי הסיפורים של ר' יהודה יודל, מו"ר הגרש"ז אוירבך זצ"ל סיפר לי שאבי זקננו פרסם מודעה בה הסביר, שכיוון שהנוער נטה אחרי ספרות קלוקלת גזרו עליו רבני לודז' שיפרסם ספרי סיפורים המחזקים את האמונה בתורה ובנושאיה. העובדה היא שהספרים פורסמו [כמעט כולם] בעברית ולא ביידיש [אף שהם תורגמו מאוחר יותר ליידיש, אך רובם לא על ידו], ומכאן שהם כוונו לצעירים משכילים שקראו עברית, ועובדה זו מתאימה לעדותו של הגרש"ז זצ"ל.

אבא ז"ל סיפר לי שכשהיה ילד אמר פעם לסבו הרב יהודה יודל זצ"ל שהוא שמע שהסבא כתב ספרי סיפורים, והוא היה רוצה לקרוא אותם. הסבא ענה לו: בשבילך כתבתי את ה'ידות נדרים'!...
איך האב דאס געשריבען בקיצור ווי פאלגנד:
אויב ר׳ יודל איז יא געווען דער פעלשער קען מען עס מסביר זיין מיט דעם אז ער איז געווען שטארק ארים ווען ער האט געוואוינט אין יוראפ האט ער געזוכט א וועג צו מאכן געלט, און גלייכצייטיג אויך צושטעלן ׳כשר׳ ליין מאטריאל פאר אידישע קינדער.
למעשה דארף מען קוקן אויף יעדער ספר וואס ר׳ יודל האט ארויסגעגעבן באזונדער. לדוגמה די הגדה של פסח על שם המהר״ל, איז נישט קיין קינדער מעשה בוך, דאס איז אן ערנסטע חיבור, און ווי איך האב געשריבען אינעם ארטיקל איז מעגליך אז ער איז טאקע נישט געווען די פעלטשער פון דעם.

ווער עס וויל ליינען די ארטיקל פון ישראל גרובייס אינעם קולמוס ביילאגע, קען עס דא ליינען בחינם.

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 9:22 am
דורך א נייגעריגע קאטשקע
שיין באשריבן קורץ אין שארף
איין הערה :
שרייבסט אז ער איז געווען בערך 72 ביים אודיענץ מיט רודאלף אין יאר 1592
אין ווי אויך שרייבסטו ער איז געבורן 1512
דאס איז 70 אפשר 71!!!

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 9:30 am
דורך א נייגעריגע קאטשקע
איך קאן אויך נישט רעכענען . סארי :D
דאס איז 80 יאר

Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 9:37 am
דורך אמת וצדק
א נייגעריגע קאטשקע האט געשריבן:איך קאן אויך נישט רעכענען . סארי :D
דאס איז 80 יאר
יישר כוח פאר דיין הערה!. די חשבון פון 72 איז לויט די יש אומרים אז ער איז געבוירן ערשט אין יאר ר״פ.

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 9:50 am
דורך א נייגעריגע קאטשקע
אמאל געליינט אז חושן המשפט איז גענומען פון א גויעשע ביכל
כמיין אז לעהמאן שרייבסט עס

Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 2:43 pm
דורך כרם זית
אין הקולמוס האבן זיי טאקע געשריבן אז עס קומט פון א בריטישער נאוועל שרייבער.

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 3:00 pm
דורך מרדכי מרדכי
א פיין ארטיקל וואס וואלט געווען ראוי לעלות על שולחן הוועקער.

Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 3:02 pm
דורך כרם זית
מרדכי מרדכי האט געשריבן:א פיין ארטיקל וואס וואלט געווען ראוי לעלות על שולחן הוועקער.
ביז דערווייל זעט אויס אז דער וועקער דארף אליין א וועקער. ס'שלאפט א זיסן שלאף...

Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 1:27 pm
דורך אמת וצדק
א נייגעריגע קאטשקע האט געשריבן:אמאל געליינט אז חושן המשפט איז גענומען פון א גויעשע ביכל
כמיין אז לעהמאן שרייבסט עס
רב׳ יודל אליין שרייבט עס אין זיין הקדמה:
מעשה פלא הזה נכתב כאן בספר הזה בשני חלקים, חלק הראשון הוא כמו שנזכר בהספר ״כלי המקדש״, והוא כתב יד.. מוה״ר מנוח הענדיל ז״ל, ומקור מוצאו של הכתב יד כלי מקדש הוא מן אוצר הספרים הקסרי שעיר הבירה מיץ… חלק השני של מעשה פלא הזה נכתב בספר ונדפס כבר בלשון אנגליה ע״י הסופר המפורסם והחוקר הגדול הנקרא קאנאן-דזשוויל איש אנגליה…


למעשה ווייסט מען היינט נישט פון קיין ספר ״כלי המקדש״ פון רבי מנוח הענדיל, איז בפשטות איז די ערשטער חלק אויך גענומען געווארן פון די בריטישע שרייבער ארתור קונאן דויל.