נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 12:08 am
.
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=16117
צוזאמגעדרייט: ס'זענען דא א סאך "אלטע" בחורים. ביי די חסידי'ישע און א סאך "אלטע" מיידלעך ביי די ליטווישע.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:ר'ב בערל זיי ביטע מסביר וואס די קריזיס איז?
מחונך: דאמאלס איז עס א קריזיס פון אונזער ווילן. און זיין קלוגער פון חז"ל. מיט די פאלשע פרומקייט. אזוי ווי געוויסע גרופס אין געוויסע געאגראפישע געגנטער.מחונך האט געשריבן:ערעב בערל: א קריזיס מיינט ווען עס איז דא א פראבלעם וועלכער אפעקטירט די באטראפענע גאר שטארק און לפום ריהטא איז נישט דא קיין לעזונג. דער "קריזיס" האט א פשוטער לעזונג, מיר זאלן נישט זיין קלוגער פון חז"ל און זאגן נשתנו העתים, חדש אסור מן התורה, וכו' מיר דארפן טון שידוכים ווי אמאל! חמשה עשר באב און יום כיפור!
אגב, שידוכים איז אויך עפעס וואס די טבע האט זיך געטוישט פון ימי חז"ל.
אמאל האט יערער געהאט א ווייב סיי אידן סיי גויים מה שאין כן היינטבת קול האט געשריבן:שלום בית פלעגט נישט זיין בעסער.
מען פלעגט זיך פשוט נישט גט׳ן אזוי גרינג.
עס איז דא די בקרוב וועב זייט http://www.bekurov.org וואס איז משדך ווייסע זאקן מיט ווייסע זאקן, טיכל מיט טיכל, שווארצע שטרימפ מיט שווארצע שטרימפ, וכו' ממש א שידוך AI, לאל.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:איך קלער אז מען ברויך האבן אן AI פראגראם וואס שטעלט צוזאם שידוכים. די סאפטוועיר וועט וויסן פונטקליך וואס עס גייט פאר אויף יעדנס פאון, וועט וויסן וויאזוי דער עולם טראכט, וועט וויסן וויפיל געלט מען האט אין באנק, וויאזוי מען זעהט אויס פיזיש, כאריזמע, מענטל העלטה, פיזיקל העלטה, אמביציעס, קולטור.
זייער גוט אראפגעלייגט, דברים כדרבונות.לייביששרייבער האט געשריבן:א מיידל פון 18 יאר וואס ווייסט וואס עס גייט פאר זעהט א מציאות אנדערש פון איר דמיון.
אין שטוב זעהט זי ווי טאטע מאמע זענען איי איי איי איינער מיט אנדערן אויפן בעסטן אופן, אדער אויף מעסער שטעך אויף א שוואכערן אופן, און אויפן ערגסטן פאל הארגענען זיך דירעספעקטירן זיך איינע דעם צווייטן אויף א שרעקליכע אויפן. האט נישט קיין טעות, איך רעד נישט פון אויסנאמס פעלער ווי מען הרג'עט זיך בין כותלי הבית אין שטוב ווי מען האלט מיט טראומא דעילי, איך רעד ווען עולם כמנהגו נוהג און מכלומר'שט איז די ש''ב על מי מנוחות. אבער בינו לבינה איז כסדר דא פריקשען אין סיי וואס עס מאכט זיך.
און ווי אויך זענען די מיידלעך וואס זענען געווענליך מער בעלת אחריות'ער אין די יארגאנג פון 18 יאר לויפן צו דער ארבעט אין אפיס 9 שארף. אָן דִי אָדֶער הֶענד, דער ברידער וואס דארף זיין אן ארויפגעקוקטער לערנער ישיבה בחור, פאפט ביז 11'ע, און דאן הייבט זיך אן קולות פון דעם מאמע וואס פלאצט אז זי קען נישט צוזאמנעמען דעם שטוב (וואס שטינקט מן הסתם פון ציגערעטליך אויכעט) ווייל דער גרויסער בחור שלאפט. 12 אזייגער מיטאג ענדליך שטייט ער אויף מיט א גלייכגילטיגקייט און קראטץ זיך ביז 2'ע און דאן וועט ער נעלם ביז די נעקסטע נאכט 3'ע וחוזר חלילה מדי יום יום. די אנגעשטרענגטקייט וואס דאס מאכט אין הויז איז אין לשער.
וואס די 18 יעריגע מיידל מאכט מיט פון איר 17 יעריגער ברידער, וואס זיין חבר וואס מן הסתם פירט זיך די זעלבע גייט זיין איר צוקונפטיגער מאן. און איך רעד שוין נישט ווען דער ברידער רודפ'ט סתם אזוי זיין עלטערע שוועסטער אים צו צושטעלן פרישטאג, לאנטש, און סאפער און אים אונטערווישן ווייל זיין מאמע איז שוין פעדאפ, ער קען קיין פינגער אין קאלט וואסער נישט צולייגן ווייל ער דארף זיצן ביי די גמרא און די שוועסטער דארף דאס מחשיב זיין.
וואס דארף א מיידל טראכטן? מה לי לצרה הזאת. איך גיי חתונה האבן פארוואס, טאטע מאמע. איך זעה נישט די גליקן. א ברודער א פרא אדם וואס זיין חבר איז מן הסתם נישט אנדערש. וויי וויי זאל איך זיך אין דעם קראנקן בעט אריינלייגן.
אין די גאס זעהסטו א שיינער ציוויליזירטער בחור, אה ווי קען איך פארגעסן, אין ישיבה פּוי פּוי פּוי, א לערנער א דאווענער מעורב בין הבריות, די בעסטע אינפארמאציע וועט געגעבן ווערן אויף זיין חשבון. און דו האסט נישט קיין אנונג וואספארא שור נגח ער איז אינדערהיים.טמיר האט געשריבן:איך בין נאר נייגעריג וויפיל בחורים זעען טאקע אויס אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ, און וויפיל פערסענט זענען נארמאלע באזעסענע מענטשן (אזוי ווי איך בין געווען [emoji1]).
איך מיין אז עס איז אפשר נישט אזוי ווייט א דיסקוסיע פאר זיך, אפשר ווען א בחור וואלט געדארפט דורכגיין א נארמאלע דעיטינג סיסטעם און זיך אהערשטעלן ווי א מסודר'דיגע מענטש אין אן עולם המעשה וואלט ער זיך נישט אויפגעפירט ווי דיסקרייבד אויבן? א נקודה למחשבה וועלכע קען זיין שטארק רעלעוואנט צום נושא.לייביששרייבער האט געשריבן: דרך אגב אז מען רעדט שוין, קען דאס זיין א חלק פון די דיבעיט צו אפשר מיט דעיטן א בחור - נישט נאר נאך א בעשאו פון 50 מינוט ווי די עלטערן זאלן עפענען די טיר און אריין פיקען אינעם שפאלט פונ'ם טיר און פרעגן נא וואס זאגסטו קינד מיינס - וועט דאס מיידל קענען שפירן און זעהן אז דער בחור וואס קען זיין איר צוקונפטיגער איז נישט אזא חיה רעה ווי איר ברידער אדער טאטע, און דעיטן 10 מאל, אולי ואולי האי קען מען זעהן שטריכן פון א מענטש. אבער דאס איז א דיסקוסיע פאר זיך. נישט מישן!
אדרבה לייג צו די טיפערס. איך האב נאך זייער אסאך צו שרייבן וועגן די נושא. עס איז איז נישט נאר איין אִישָו, עס איז נאך פלֶענטִי ארויסצוברענגען.moneyminded האט געשריבן:לייביש,
זייער אמת,און נאך טיפער.
דאס ווייסן מיר, אבער די נושא דיסקוסירט איז ווי אזוי און ווען איז די רעספעקט פונאנדערגעגאנגען.שערי יושר האט געשריבן:@לייביששרייבער די רירסט אן א אמת'ע פוינט אז די מיידלעך האבן נישט קיין רעספעקט פאר די בחורים
בעפאר איך ליין עס, וויל איך פשוט זאגען אז איך האב נישט מורא צו טאטשען ווי מען טאר נישט זינט איך בין דא, ווייל וואס מען טאר נישט איז נאר סיסטעמדיג, און ניטאמאל א מנהג.ערנסטגערעדט האט געשריבן:איך זעה יעדער האט מורא צו אנרירן די בישאו vs דעיטינג נושא
דאס איז נישט ממש אלץ אזוי. די לעצטע בעשאו וואס איך בין געוועהן האב איך אויסגעשמועסט געפערליכע טאבו ענינים (פשוט ווייל ס'האט מיר גאנץ ווייניג אינטערעסירט וואס דאס מיידל וועט טראכטן איבער מיר ווייל זי איז נישט געוועהן צוגעפאסט פאר מיר to begin with...) און דאס מיידל האט נאכאלץ געוואלט (ווען איך האב איר צום סוף אפגעזאגט [די שדכנ'טע האט נישט געהאלטן ביים נעמען א ניין פאר אן ענטפער האב איך איר עס געדארפט אליין זאגן...] האט זי ממש געוויינט, עניוועיס). איך פלעג האבן שכנים א מאדערנע משפחה וואו איך פלעג אסאך גיין פארברענגען שבת נאכמיטאג האב איך דעם נעקסטן שבת דארט פארציילט פאר מיין שכנ'ס טאכטער (א 16 יעריג מיידל, אלץ געוועהן געפערליך אויפגעקלערט און אנגעליינט, היינט איז זי שוין אינגאנצן אטד) איבער די מאדנע בעשאו וואס איך האב געהאט, זי האט אבער נישט געקענט פארשטיין וויאזוי א מיידל זאל מיך נאכאלץ וועלן נאך אזעלכע דיבורים, האב איך איר מסביר געוועהן אז אויב א מיידל האט דיך ליעב וועט זי אננעמען סיי וואס דו וועסט נאר זאגן, האט זי מיך איבערהאקט און געזאגט אז זי איז נישט אזוי ווייל איר אינטערעסירט נאר (כלומפרשט) דעם אמת, האב איך ארויסגענומען דעם באקאנטן דשאוקער און איר געזאגט "יעצט רעדסטו אזוי, ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו אנדערש רעדן...", זי איז געווארן פארטראכט פאר א האלבע מינוט און דערנאך גיבט זי זיך א רוף אן "איך ציה צוריק, ביזט גערעכט...", האב איך איר געזאגט אז דאס אליינס אז זי האט אזוי שנעל אנגענומען מיינע רייד איז א ראיה צו מיר, אוי האט זי געבלאשטערנסטגערעדט האט געשריבן:- בחורים ווייסן אסאך מאל נישט וויאזוי צו האנדלען אדער רעדן מיט א מיידל, זיי ווערן מוראדיג אמת׳ע מענטשן, דערציילן למשל אז זיי דאווענען נישט ממש מיט מנין ביז ספיקות׳ן זיך אין אמונה (נאכגעהערט), א מיידל קען דאס על פי רוב נישט הערן. דאס גייט בעצם אריין אין א באזונדערע נושא אז אן עוורידזש בחור און אן עוורידזש מיידל זענען כמעט קיינמאל נישט אויפן זעלבן פעידזש. מטאר נישט זיין אפן בנוגע די סארט זאכן, עס איז ווי מרופט אויס רבותי שטייטס אוועק. סדא זאכן וואס דארף בלייבן אויף קאווע שטיבל נישט אלעס דארף מען זאגן…
מענער זענען די זעלבע זאך...צוזאמגעדרייט האט געשריבן:נקיבות הערן וואס זיי ווילן הערן.
אזויווי עטליכע דא האבן שוין ארויסגעברענגט אז אויב האט זי ליב איימיצן וועט איר נישט אנגיין וואס דו זאגסט.
איך וויל אבער צולייגן אז נישט נאר וואס עס גייט איר נישט אן, נאר זי וועט אין איר קאפ אויסטייטשן דיינע ווערטער אנדערש.
יא מענטשן אין אלגעמיין ווי אויפגעקלערט און ראציאנאל מען האלט זיך נאר, סוף סוף הערט מען וואס מען וויל הערן און מען זעט וואס מען וויל זען. עם כל זה קומט עס ארויס ביי פרויען ממש אויף א "נעקסט לעוועל".רביה''ק זי''ע האט געשריבן: מענער זענען די זעלבע זאך...
חז''ל זאגען דאך די טעמים פארוואס זיי האבן געהאלטן אז נשים זענען נישט ראוי פאר הגדות עדות.צוזאמגעדרייט האט געשריבן:נקיבות הערן וואס זיי ווילן הערן.
אזויווי עטליכע דא האבן שוין ארויסגעברענגט אז אויב האט זי ליב איימיצן וועט איר נישט אנגיין וואס דו זאגסט.
איך וויל אבער צולייגן אז נישט נאר וואס עס גייט איר נישט אן, נאר זי וועט אין איר קאפ אויסטייטשן דיינע ווערטער אנדערש.
לייג צו קאפ ווען א פרוי דערציילט עפעס וועגן איר מאן אדער קראש וכו' זיי וועלן ממש אויפבלאזן מעשיות צום שטוינען! נישט נאר דאס, זיי גלייבן באמת וואס זיי זאגן, זיי זעהן און הערן זאכן וואס האט קיינמאל פאסירט.
קלער איך אז חז"ל האבן געהאט עפעס לאגיק מיטן נישט לאזן נקיבות זאגן עידות. (נישט אז איך עגרי עס זאל זיין ממש אזוי, א פארצווייגטע נושא פאר זיך)