בלאט 3 פון 5

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 2:28 pm
דורך צומישט און צוחישט
אדמו"ר מבאבוב 45 נעכטן ביי הדלקה: AI איז בבחינת זה לעומת זה פון להבדיל די אורים ותומים...

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 7:09 pm
דורך שמן למאור
צומישט און צוחישט האט געשריבן:אדמו"ר מבאבוב 45 נעכטן ביי הדלקה: AI איז בבחינת זה לעומת זה פון להבדיל די אורים ותומים...
האדמו"ר מבאבוביטש אסר'ט אריטעפישל אינטעלידזשענסי...
https://t.me/YiddishlechPolitics/4758

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 7:28 pm
דורך לייבל שטילער
אינטעלעדזשענס איז שוין לאנג גע'אסר'ט אין די פלעצער, יעצט האט מען נאר צוגעלייגט ארטיפישעל אויך....

נשלח: זונטאג מאי 14, 2023 7:28 pm
דורך שערי יושר
לייבל שטילער האט געשריבן:אינטעלעדזשענס איז שוין לאנג גע'אסר'ט אין די פלעצער, יעצט האט מען נאר צוגעלייגט ארטיפישעל אויך....
Top comment

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 8:40 pm
דורך שמן למאור
ס'הייבט זיך אן...
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2023 3:40 pm
דורך כלבאשבוע
גדר בלאקירט ChatGPT

Re: איסור אויף AI

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2023 5:20 pm
דורך פאליטיקאנט
כלבאשבוע האט געשריבן:גדר בלאקירט ChatGPT
Wow!

נשלח: פרייטאג מאי 19, 2023 5:32 pm
דורך גאלדמאן
לויט מיין בליק איז AI דא צו ראטוועווען די חרדים פון גענצליכע אינטערגאנג,
אין הימל זעענדיגע ווי די גאנצע אינטערנעט מהלך איז געבויעט אויף קינוים איסורים וחרמות אנשטאט צו ניצען די מוח אויסצולערנען די יוגענט א מהלך החיים פון מחשבה ואחריות, דערפאר האט מען אריינגעשיקט די נייע פראגראם, יעצט ביי דיפאלד ווען מען בעל כרחם מוזען אנהייבן מיט שכל און פשוט אנהייבן אויסלערנען זעלבסט רעספעקט באנדריס און אחריות ווייל דא גייט שוין נישט נישט העלפן קיין איסורים, כנלענ"ד.

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2023 10:25 pm
דורך סקעפטיקער
כלבאשבוע האט געשריבן:גדר בלאקירט ChatGPT
Bing AI אין סקייפ קענען זיי דען בלאקען?

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2023 10:43 pm
דורך ערנסטגערעדט
שמן למאור האט געשריבן:ס'הייבט זיך אן...
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
יוששש סדערמאנט מיר פון דער אריגינעלע פאוסטער ווי דער יונגל וואס קוקט דעם קאמפיוטער ווערט אן עליגעיטער :P

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2023 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
הרב ש.ב. מרגליות אין בלאט איז מסביר מיט אן ערנסטקייט אז דער (אלטער) יצר הרע האט איינגעבראכן די לעצטע פעסטונג (פאר ביאת המשיח?) וואס ערליכע אידן האבן געהאט, ט AI. ווייל דער חוש השמיעה איז נאך געווען באשיצט דורך די ערליכע אידן. שוין ליידער נאכ'ן אינטערנעט און די אנדערע טעכנאלאגישע כלים.

אשר על כן וועט מען מוזן גיין מיט א ביקס צו קבלת התורה. ער מיינט זיכער נישט א גשמיות'דיגן ביקס. ער מיינט א רוחניות'דיגן ביקס. אדער מאשין גאן.

Re: איסור אויף AI

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:08 pm
דורך שערי יושר
דאס איז טעללער?

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:17 pm
דורך berlbalaguleh
יא. זיכער: אז דו וועסט דאס וויסן 'עסטו שוין פארשטיין פארוואס איך זאג אייביג הרב ש.ב. מרגליות המכונה שמואל שלמה טעללער. ווייל זיין עכטן נאמען ניצט ער זייער ווייניג. ער ניצט אייביג נאר זיין שם הכינוי. דעם פסעוודאנים.

די זעלבע איז מיט זיין קאלעגע (דעמאגאג) הדומה לו. ער הייסט עכט מנשה פיליפ (שוין לאז זיין הרה"ק). ער ניצט אייביג דעם נאמען הרב ישראל מ. סופר...!

פארוואס רוף איך הרב ישראל מעם א דעמאגאג?! ווייל ער טענה'ט אז בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה. נאר דער וועם די סיטרא אחרא העלפט (צו) דער וועט קענען לערנען תורה.

מה נפשך. טאמער גלייבט ער עכט אין די שטותים. איז ער מ---. און אויב נישט איז ער א דעמאגאג...!

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:54 pm
דורך צומישט און צוחישט
דאכציך מיר אז ס'נישט טעלער, נאר ר'זלמן לייב פילאפ'ס איידעם מרגליות א לאנגיעריגע שרייבער אין בלאט.

נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2023 11:59 pm
דורך berlbalaguleh
ניין: אנטשולדיגט. הרב ש.ב. מרגליות איז א פסעוודאנים. און דאס איז טעללער...לפי ידיעתי...(נאר ס'קען זיין אז איך בין צומישט און צוחישט...לאל)

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 12:14 am
דורך לייביששרייבער
שמן למאור האט געשריבן:ס'הייבט זיך אן...
[emoji38] [emoji38] [emoji38] [emoji38] [emoji38] [emoji38]
דאס איז 100% געמאכט מיט עי. איי.

נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 12:15 am
דורך לייביששרייבער
כלבאשבוע האט געשריבן:גדר בלאקירט ChatGPT
אויכעט געשריבן מיט עי. איי.
וואס גייט דא פאר ?

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 12:06 pm
דורך לייבל שטילער
image (81).png

Re: איסור אויף AI

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 7:37 pm
דורך שלג זהב
אדמו"ר מסאטמאר מהר"א ביי א דרשה אין ישיבה אסר'ט #AI אפילו וואס מ'רופט אריין אויף א טעלעפאן ליין.

https://t.me/YiddishlechPolitics/4773

http://cloud.tapatalk.com/s/646e9f9ea6f ... 9%20AI.mp3

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 8:49 pm
דורך פונדאַמענטאַל
די גאנצע איסור'אציע אויף AI איז אבסורד (אפילו נניח אז עס איז בכלל לעגיטים). AI איז א מושג נישט קיין ספעציפישע חפץ, AI איז נישט קיין חפץ וואס מען קען אסר'ן אדער מתיר זיין. AI איז א מושג - און עס קען זיך געפינען אין יעדע זאך. פילע זאכן וואס ווערן גע'powered מיט קאמפיוטער פארמאגן שוין היינט AI במידת מה. Google גיבט אייך די גוטע רעזולטאטן אויף אייער סוירטש דורך א לימיטעד כח פון AI, דורכן פארשטיין וואס איהר מעגליך ווילט - פון אייער דאטא וואס עס זאמעלט צאם. Google האט געמאלדן ביי זייער לעצטע קאנפערענץ אז זיי גייען בקרב צולייגן AI tool's צו פילע פון זייערע סערוויסעס - אריינגערעכנט זייער search engine און Gmail. צו פלאנען די רבנים צו אסר'ן נוצען Gmail? די אמת איז אז זיי פלאנען נישט, זיי כאפן זיך פשוט צו צו דער געלעגנהייט צו פירן מערכות און פראקלעמירן איסורים - פשוט'ע virtue signaling צו ווייזן ווי פרום זיי זענען.

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 10:30 pm
דורך שמעון_ברוך
חתם סופר האט געשריבן:.
בערל טויבער רעדט יעצט, קוקט אויס אזוי מין אומצוגעגרייט אז נאר..

זעלטענע געלעגנהייט!

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 10:35 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
אזוי ווי די איסור אויף AI איז נאך גאר גאר פריש, קענט איר ממש יעצט זיך דעקלערן אלס עסקן און ארום גיין עוסק זיין אין די דאזיגע שרעקליכע פירצה, דאס נעמט אריין:
* ארומלויפן צו רבנים און אויפקלערן און לייגען פרעשור אויב דער רב וויל מחמת איזה סיבה נישט צושטימען,
* שאפן גרויס געלט פון גוטהארציגע גבירים לצורך קדושת ישראל,
* ארוםשיקען און הענגען קול קורא’ס,
* מאכן כינוסים לשם שמים,

ס’איז א מציאה רבה פאר א בנש"ק וואס קען נישט זיין א מלמד אדער א נאכט לייגער און קען נישט ארויסגיין ברענגן פרנסה כאחד האדם...
די בענעפיטן זענען גאר גאר שטארק:
1) איר וועט מעגן האלטן א סמארטפאון [באהאלטענערהייט] ווייל עת לעשות למען הצלת כלל ישראל הפרו התקנות...
2) אויב אייער זוהן [אדער איר אליין] וועט מאלעסטן איינעם וועט מען עס גלייך ריין-וואשען...
3) איר וועט האבן א מעגליכקייט צו רייטען אויפ’ן ציבור בפרט אויף די תמימי לב...

נ.ב. איך נעם נישט קיין שום שטעלונג לגבי AI - כאנישט קיין אנונג וואס דאס איז - ס’קען טאקע זיין שעדליך, אבער היות איך בין טרוד על המחיה ועל הכלכלה כ’האב נישט קיין צייט צו נאכגיין, אפשר וועלן מיר די עסקנים אויפקלערן מיט די קול קורא’ס און דרשות וועל איך באקומען פון זיי קלארע אנווייזונגען וויאזוי זיך צו באנוצען דערמיט