בלאט 3 פון 5
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 9:21 am
דורך shem-tov
גענוי דאס האט דא פאסירט. מ. ב. וו. בראשו ובעצמו איז פארנומען מיט זיינע קעמערעס טאג און נאכט וזר לא יתערב במלאכתו ער אטעמט קעמערעס קען זיין ער האט אנגעהויבן לשם שמים אבער היינט איז ער דערטראנקען אין פ**** לדעתי זאל ער פאקען פעק איידער דער סקאנדאל שיסט אויף
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 9:37 am
דורך Lesser
דער פותח האשכול זאגט אז עס דרייט זיך ארום א ווידיאו. נו, ברענג ארויף א לינק צום ווידיאו.
יראה העם וישפוט!
Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסט
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 9:57 am
דורך טמיר
ברענג די ווידיאס וואס די באהאלטענע קעמרעס האבן אפגעכאפט, אזוי וועט מען וויסן אויף זיכער למי החותמת והפתילים
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 11:39 am
דורך אינטיליגענטער
וואלווי האט געשריבן:הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:איך מיין אבער אז צו דעם וועט יעדער מודה זיין אז פאר בחורים על פי רוב אונטער די 17 איז אפענע אינטערנעט א שטיקל פראבלעם, (חוץ אויב איך רעד דא צו בחורים אונטער די 17

)
פראבלעם אהין פראבלעם אהער.
ביי מלקות שטייט א פסוק אַרְבָּעִים יַכֶּנּוּ לֹא יֹסִיף פֶּן יֹסִיף לְהַכֹּתוֹ עַל אֵלֶּה מַכָּה רַבָּה וְנִקְלָה אָחִיךָ לְעֵינֶיךָ, און חז"ל דרש'ענען אויף דעם אז אויב נתקלקל בין ברעי בין במים, פטור, דהיינו אז אויב ס'איז גורם אז דער נידון באנעצט זיך בכל מיני אופנים בשעת מלקות דעמאלט ווערט ער פטור אויפן פלאץ. דאס וואלט געדארפט אויף הייבן אויגן אויפן פלאץ, הלמאי, דא ארבעט מען אויף תיקון הנפש, די בורא האט מזכה געווען א מענטש מיט תיקון מלקות, און דא קומען די חכמים מיט א דרש אוועק צו נעמען דעם תיקון? אלא מאי כבוד בריות שאני. אזוי דא אויך, תקנות אהין תקנות אהער, גארנישט טראמפט כבוד הבריות, קיינמאל נישט. די מושג איז אומדערהערט יהי' מה שיהי'.
גם אני מצטרף
דאס איז עס
נישטא וואס זיך מפלפל זיין
חז"ל זענען נאך געווען אזוי קריעיטיוו און אויב וואלט דאס געווען אויסגעהאלטן וואלטן זיי געשטעלט באהאלטענע משגיחים ביי די בתי כבוד
אבער זיי האבן עס נישט געטון אבוויעסלי איז עס נישט אויסגעהאלטן און דאס איז נישט דעת תורה
דאס איז ניבול והשחתה מיט די מאנטל פון די תורה וקדושה
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 11:51 am
דורך Salford
shem-tov האט געשריבן:דע נארמאלע זאך לכה"פ וואלט געווען אז דער ראש ישיבה מ. ב. וו. זאל ריזיינען. די יודעי דבר ווייסן שוין לאנג אז דער גרויזאמער בעל הסעלעקציע איז אויך געשלאגן מיט מאדנע פעטישע פאנטאזיעס. דארט שטינקט פון קאפ, אין טשעסטער רירט זיך נישט קיינער אן די הסכמה פון דעם דיקטאטור. איך האף נאר אז דאס איז די אנהויב פון זיין עקעלדיגע עקספאושער.טראסט מי קעמערעס אין ביה"כ איז פון זיינע קלענסטע פארברעכענס. ריזיין
כל כנסיה לשם שמים סוף להתקיים וכו וכו
Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסט
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 3:56 pm
דורך צוזאמגעדרייט
Lesser האט געשריבן:דער פותח האשכול זאגט אז עס דרייט זיך ארום א ווידיאו. נו, ברענג ארויף א לינק צום ווידיאו.
יראה העם וישפוט!
כ'האב פרובירט. קענסט עס טרעפן אויף אידישלעך פאליטיק, איינס פון די לעצטע "פאוסט'ס"
https://t.me/YiddishlechPolitics
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 6:14 pm
דורך שעפטאל
אינטיליגענטער האט געשריבן:
גם אני מצטרף
דאס איז עס
נישטא וואס זיך מפלפל זיין
חז"ל זענען נאך געווען אזוי קריעיטיוו און אויב וואלט דאס געווען אויסגעהאלטן וואלטן זיי געשטעלט באהאלטענע משגיחים ביי די בתי כבוד
אבער זיי האבן עס נישט געטון אבוויעסלי איז עס נישט אויסגעהאלטן און דאס איז נישט דעת תורה
דאס איז ניבול והשחתה מיט די מאנטל פון די תורה וקדושה
אין חז"ל טרעפט מען ראיות צו ביידע זייטען
זיי האבן געשטעלט שלוחי בי"ד צו שטיין ביי אסאך פלעצער צו זעהן אז מ'זאל נישט מזנה זיין
א גיורת טובל'ט זיך אין פארענט פון 3 דיינים [עד היום הזה] א.א.וו.
פון זוכען אין חז"ל קענען אונז נאך ברוגז ווערן אויף זיי... [פעטש איז זייער אויסגעהאלטן לויט די תורה. ווי אויך קנעכט. און נאך]
ווי בכלל איז דא זאכן וואס יעדע דור איז מחליט אויב ס'איז נארמאל און מאראל [א גוטע מלמד אמאל איז געוועהן דער וואס זיינע תלמידים קענען. היינט, דער וואס איז פאזעטיוו און ליבליך. א.א.וו.]
קלארשטעלונג: מ'רעדט דא נאר פון חז"ל און מ'ברענגט א ראי' צו די אנדערע צד. מ'מיינט נישט עס צו בארעכטיגען.
Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסט
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 7:21 pm
דורך שלג זהב
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:Lesser האט געשריבן:דער פותח האשכול זאגט אז עס דרייט זיך ארום א ווידיאו. נו, ברענג ארויף א לינק צום ווידיאו.
יראה העם וישפוט!
כ'האב פרובירט. קענסט עס טרעפן אויף אידישלעך פאליטיק, איינס פון די לעצטע "פאוסט'ס"
https://t.me/YiddishlechPolitics
דירעקטע לינק צום פאוסט:
https://t.me/YiddishlechPolitics/4747
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 7:37 pm
דורך וואלווי
שעפטאל האט געשריבן:
זייט די לעצטע 2 וואכן וואס מיר שרייבן דא, זעהן מיר פאר וויכטיג מעורר צו זיין דעם ציבור: גיסט נישט אויס ר' שעפטאל'ס קאווע אהן איבער ליינען אפאר מאל.
ס'איז פיינע אויסגערעכנטע קאווע
ועל זאת אנו חותמים בקריאה קדושה
לא לשים ביצים בביה"כ
טיפ: אויב די לייענער דארפן אפאר מאל איבערליינען כדי צו פארשטיין, דעמאלט איז כדאי איר זאלט בעסער אויסרעכענען אייער פיינע קאווע...
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 7:59 pm
דורך פלייש
וואלווי האט געשריבן: אויסרעכענען אייער פיינע קאווע...
פיינע אייער קאווע כצ''ל
Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסט
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 8:37 pm
דורך צוזאמגעדרייט
שעפטאל האט געשריבן:אבער פאר דער צוזאמגעדרייט נעמט זיך צוזאמדרייען - זאגן אונז הויעך און קלאר: מיר בארעכטיגען נישט קיין באהאלטענע קעמרא'ס אין ביה"כ.
עס הערט זיך בערך ווי "על דזשאזירא" באריכטעט א פאלעסטינע טעראר אטאקע...
עס זעהט בכלל נישט אויס ווי דו האסט א גרויסע פראבלעם מיט אויגן אין יענעמ'ס טוילעט, בסך הכול נאכ'ן דיך שווער אראפרייסן האט מען ארויסגעשלעפט פון דיר אז דו "בארעכטיגסט נישט".
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 9:01 pm
דורך שמעקעדיג
רבותי... עס איז ל"ג בעומר, ספירה...
אביסעלע כבוד חברים, ביטע!!
(אינספייערד פון ר' מיילעכ'ס הדלקה וואס איך האלט מיט לייוו...)
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 9:02 pm
דורך הייליגע קאקאש קעיק
צוזאמגעדרייט: בארואיג דיר, גראדע האט ער זיך זייער גוט ארויסגעברענגט פון אנהייב, און ווער עס האט נישט געווילט פארשטיין האט נישט געמוזט פארשטיין,
(דארפסט נישט יעצט צוזאם נעמען אלעס וואס איך האב געשריבן דא אין עס אפפרעגן)
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 9:09 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: איך בין נישט מער ווי א וועטער רעפארטער אדער פאורקעסטער. איך זאג אז דער מנהל גייט פארשפארן דעם אשכול. וועגן צוויי טעמים. מ'האט שוין אלעס געזאגט און געהערט איבער דעם נושא. צווייטנס. והוא העיקר. ס'האט זיך דערקייקלט (כלשון ה'ירושלימ'ער אידישע ליכט) צו מחלוקת (נישט דעבאטעס) און פערזענליכע אטאקעס און ארומרייסערייען...!
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 9:16 pm
דורך שעפטאל
צוזאמגעדרייט:
כ'גיי נישט מיט טאנצען מיט דיך נאכאמאל
אלעס שטייט שוין אין מיינע פריעדיגע תגובות
א גוטע נאכט
Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסט
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 9:18 pm
דורך שערי יושר
מקען טוישן די קעפל צי "שעפטאל'ס קאווע"
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 10:04 pm
דורך הייליגע קאקאש קעיק
בער'ל:נא, וואס קען מען טון אז ס'דא מענטשן וואס יעדע זאך נעמען זיי פערזענליך??
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 11:43 pm
דורך ערנסטגערעדט
פאר סאָם אַד ריסאָן מרעדט פון טוילעטס אין ישיבות דערמאן איך מיך פון פאָני צייטן
ווער געדענקט נאך ווען ס׳טוילעט איז פול נישטא קיין וועיקענסי איז מען געשטאנען און געקלאפט אויפן וואנט נוווו!!
ווען האסט געדארפט מסביר זיין פאר דיין מאמע וויאזוי די לאך אין די הויזן איז געשעהן - פון די ציגערעטל
ווען די עולם איז געשטאנען אין ליין מיט קאפּס פון וואסער..
ווען דיין דערנעבענדיגן שכן האט בטעות ארויסגעשלעפט זיין עירפאונס פונקט ווען די מאָווי עקטער האט געזאגט א שמוציגע ווארט
אנגעפירקלטע ווענט מיט סיגנעטשורס און לויזונגען
די מגי״ש אויך נישט געווען יענער צדיק
כבין איינמאל אריינגעקומען מיט א מאגאזין אין בוזעם טאש אויפן וועג צום ביה״כ, ער האט שוין געמיינט אז איך האב עפעס שמוציגס און איז מיר נאכגעלאפן, די ביהמ״ד איז געווארן שטיל
ווי אנטוישט איז ער געווארן ווען ער האט מיר געפאקט מיט דער בליק (נישט די היינטיגע, דער אלטע מוישע גבאי׳ס מאגאזין) איך בין דאן נאר געווען אין שיעור א׳ ישי״ק
איך האב בכלל נישט געוואוסט וואס ער האט געוואלט…
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 2:40 pm
דורך הרב שיף
פארוואס האט מען עס אראפ גענומען?
יעצט געזעהן די פאסט, די בחורים האבן עס אראפ גענומען.
איך מיין אז די קאמרעס - לויט די בילד - זענען געוען בולט, און נישט אמתדיג אינסטאלירט, נאר צו מאכן בחורים פחדנן.
Re: באהאלטענע קעמערעס אנטדעקט אין ביהכ"ס "ישיבת נייטרא טשעסט
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 4:25 pm
דורך אונטער חכם
צפת האט געשריבן:לאו-דוקא.
באהאלטענע קעמערס זענען דא פאר א סיבה. די לייגערס האלטן אז באמת וואלט מען געדארפט לייגן אפענע אין ביה"כ, נאר וויבאלד ס'זענען דא מענטשן וואס וועלן האבן טענות און וועלן דאס נישט פארשטיין, לייגט מען דאס באהאלטן, אז מען זאל דאס נישט באמערקן.
די שאלה איז, ווער קוקט איבער די קעמערעס? - ווער שטייט א שטיק צייט קעגן א קאמפיוטער און קוקט איבער בעיון רב די קעמערעס אין יענעם וואונקל? - ווער איז דער מענטש, איך וואלט אים געדארפט קענען...
מיר האט דערציילט איינע וואס איז אמאל געווען איינגעשטעלט אין איינע פון די גרעסטע קהילות אין אמעריקע (איינע פון די צוויי סאטמאר), און ס'איז געווען די תקופה וואס מען האט אינסטאלירט ווידאו קעמערעס אין די גרויסע מקוה, און מענטשן זענען געקומען מיט טענות, היתכן (ס'איז נאך דעמאלס געווען א נייע זאך), און קהל האט געענטפערט פאר יעדן וואס האט געפרעגט, "ס'קומען פאר מכשולות אין מקוה. דו נעמסט אחריות?" - מיט דעם האט מען שטיל געמאכט יעדן וואס האט געפרעגט.
מפי השמועה שמעתי, אז אין א געוויסע גרויסע קהילה, האט מען גענומען איין שעה פרייטאג, וואס דעמאלס לאזט מען גיין אלע חשודים בעוון אין מקוה. מען זאגט זיי אן אז זיי טארן זיך נישט געפינען אין מקווה נאר בלויז אין יענעם שעה. און דעמאלס זיצט איינער ביי א קעמערע און קוקט נאך די אלע מענטשן אין מקוה וואס זיי טוען, און דערויף איז געמאכט די קעמערעס (איך בין נאך אלס נייגעריג, ווער דער קוקער איז למען השם... איר וואלט אנגענומען אזא דזשאב?).
.
וואס דארף מען קעמרעס דערפאר? דער קוקער קען זיך פשוט ארומדרייען אין מקווה יענע שעה, כנהוג בכמה מקומות.
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 6:15 pm
דורך berlbalaguleh
אין איינס פון די פלעצער וואו איך האב געוואוינט, אין די דארטיגע מקווה פלעגט א יעדן פרייטאג נאכמיטאג קומען דער קלינער, אן אלטער רוסישער איד. נישט דער מקווה איד. און זיך דאמאלס דרייען ווען דער עולם איז נאקעט ווי אדם הראשון פאר'ן חטא. און דאמאלס שפריצן די שאוערס.
ער איז נישט געווען א שליח פון קיינעם מצד ההנהלה. נאר פאר זיין אייגענע הנאה. דאס פלעגט ער טון א יעדע וואך. ער האט נישט געקענט שפריצן אין קיין שום אנדערע צייט.
איך האב איהם פארגינען די הנאה מיט'ן גאנצן הארץ. מסתמא האט ער נישט געקענט עפעס אנדערש.
כ'האב מורא אז ער וועט מגולגל ווערן אין די עוף טמא..."ראה"... וואס באקומט זיין סאטיספאקציע פון קוקן וואו מ'טאר נישט...!
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 7:06 pm
דורך ביבער
פארוואס טראכט מען נישט אז א בחור האט עס געלייגט?
נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 9:11 pm
דורך shem-tov
.