בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך הער.. האט געשריבן:כ'האב געהערט א מעשה פון א קרוב מיינע אז זיין טאטע איז געווען זייער נישט געזונט, איז ער אריין צום ברך משה אין געבעטען פאר א ברכה לרפואה שלימה, אין כדי עס זאל זיין א זכות וועט ער טוישען פון א שטאפען הוט צי א ביבער הוט און זיין ווייב וועט זיך אנטוען א שפיטצעל.
האט אים די ברך משה גענטפערט א ביבער הוט הער איך וואלט געווען א שיינע זאך, אבער א שפיטצל דאס פעלט נישט אויס.
(כ'ווייס נישט צי ממש די ווערטער אבער בערך אויף די לינעס)
בקיצור די שפיטצל איז הוילע שטתים מ'נעמט שיינע איידעלע פרויען מ'טיט זיין אן דעם בינען שטאק אויפן קאפ ז'קיקען אויס ווי דעם שר האופים ביי פרעה'נין בושות!!
דיעס מעשה איז ממש אייזן! טיפיקל ברך משה פקחות, יא יא, דער ברך משה דער גרויסער "עם הארץ" וואס ער איז געוועהן האט ארויסגעהאט די זאך בעסער פון אסאך רבנים בני גילו.
Re: דעם שטודיע פונעם יאר הונדערט, באטייליגטע געזוכט!
נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:02 pm
דורך איך הער..
הרב שיף האט געשריבן:אבטח ולא אפחד האט געשריבן:איך הער.. האט געשריבן:כ'האב געהערט א מעשה פון א קרוב מיינע אז זיין טאטע איז געווען זייער נישט געזונט, איז ער אריין צום ברך משה אין געבעטען פאר א ברכה לרפואה שלימה, אין כדי עס זאל זיין א זכות וועט ער טוישען פון א שטאפען הוט צי א ביבער הוט און זיין ווייב וועט זיך אנטוען א שפיטצעל.
האט אים די ברך משה גענטפערט א ביבער הוט הער איך וואלט געווען א שיינע זאך, אבער א שפיטצל דאס פעלט נישט אויס.
(כ'ווייס נישט צי ממש די ווערטער אבער בערך אויף די לינעס)
בקיצור די שפיטצל איז הוילע שטתים מ'נעמט שיינע איידעלע פרויען מ'טיט זיין אן דעם בינען שטאק אויפן קאפ ז'קיקען אויס ווי דעם שר האופים ביי פרעה'נין בושות!!
כ'קען נישט פארשטיין. דער ב"מ האט נישט געוואוסט אז ס'דא וואס האלטן אז א שייטל איז אסור? לאמיר אפילו זאגן אז ער האט געהאלטן אז סע 100 אויסג'האלטן. פ"וו אידאס ווייניגער ווי עני אנדערע קבלה טובה? חושש צו זיין אויף אנדערע דעות אפילו מ'האלט נישט פון זיי, עאכו"כ ווען דאר ב"מ און זיין פעטער און זיינע זיידעס און קאלעגעס האבן אלע געהאלטן מעיקה"ד אז סע אסור!
ער האט גקענט דעם איד, און ער האט געוואלט ער זאל קוקען נאר אויף זיין אייגענע.
זייער א שיינע פשט, איך וועל גיין מיטען מהלך אז דער ברך משה האט פארשטאנען וואס איז אמת און וויכטיג אין וואס איז סתם שטותים.
נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לכאורה האט ער פארשטאנען אז ביידע זענען שטותים, אבער אז יענער וויל דווקא טוהן עפעס זיך צו פילן הייליג זאל ער כאטש טוהן עפעס וואס ער גייט נישט דערנאך חרטה האבן און זיינע קינדער גייען נישט שפעטער האבן פאראיבל דערויף...
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 1:20 pm
דורך מרדכי מרדכי
אולי איז עס געווען אז דער ב"מ האט מסכים געווען ער זאל אינטערנעמען עפעס פאר זיך אבער נישט צי זיין א פרומער אויף זיין ווייבס חשבון.