בלאט 3 פון 3
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 12:14 pm
דורך שמן למאור
קורקלענד האט געשריבן:דארף מען זיך פרעגן, איז די פראבלעם מיט העלטקעיר אז די אינשורענס קאמפאני מאכט א פראפיט? איז יענע שטיקל פראפיט די שורש פון אונזער פראבלעם?
אינשורענס קאמפאניס וואס צאלן נישט לויט די געזעצן שטייען אויס קאנסעקווענצן. וואספארא קאנסעקווענצן שטייט די רעגירונג אויס ווען זיי גייען נישט מיט זייערע פארשריפטן?
קען מען טאקע נאכלויפן די רייכע פאר געלט אדער קומט עס אויס פיל ביליגער און גרינגער פאר די רעגירונג נאך צו לויפן די נישט אזוי רייכע.
אדער וועט די רעגירונג אויפהערן געבן סערוויסעס? זיי רעדן מער און מער פון שניידן מענטשן לעבן אין די עלטערע יארן....
די פראבלעם מיט אונזער העלט קעיר סיסטעם איז אז "מיליאנען" אמעריקאמער האבן 'בכלל' נישט קיין אינשורענס ווייל זיי קענען עס נישט אפארדן. מענטשן שטארבן פאקטיש דערפון!
די גאווערמענט איז זייער קאנסיסטענט מיטן צאלן זייער בילס. כ'האב נאכנישט געהערט אז איינעמס פוד סטעמפס קארטל איז נישט אנגעפילט געווארן די ערשטע פונעם חודש, אדער אז די סעקשן 8 טשעקל איז נישט אנגעקומען ווייל די גאווערמענט איז אויסגעלאפן פון געלט.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 12:21 pm
דורך שמן למאור
קורקלענד האט געשריבן:לאמיר כאפן א בליק אויף די קאמפיין מיט אנדערע גלעזער. באזירט אויף די מארקעטינג, קאסט עס 42 טויזנט דאלער פאר א נצרך. איז מיין שאלה, א פּאָרל וואס וואוינט איינזאם אליינס און האט נישט קיין קאסטן אין פארגלייך צו א קינדער געבענטשט משפּחה. איז אזוי שוידערליכך צו פארלאנגן אז זיי זאלן אויפקומען מיט די קאסטן? אײנער מיט ניין קינדער בלי עין הרע, דארף אויפקומען יעדעס יאר מיט איבער א מאה אלף! נאר צו פיטערן די קינדער! אפשר זאל מען ענדשטער קודם ארלעידיגען פאר זיי ספעציעלע לעגיסלאציע?
דיין תגובה דא איז אין א המשך צו אונזער שמועס אדער סתם א נייע טענה?
ס'זעט מיר אויס ווי א נייע זאך, סאו לאמיר עס צולייגן. קודם כל, א משפחה אן קיין קינדער באקומט דאך נישט דעם פעטן טעקס רוטורן וואס א משפחה מיט קינדער באקומט. ועוד, ווען עס קומט צו א משפחה מיט קינדער וואס די טאג טעגליכע הוצאות זענען גרויס, געבט מען זיך שוין אן עצה וויאזוי דורכצושטיפן דעם טאג, זה בכה וזה בכה. דא אבער פאלט גרויסע סכומים אויף אמאל אויפן קאפ פון א פאר פאלק וואס פארמאגט נישט ס'געלט. אויב העלפט מען זיי נישט, וועלן זיי על פי רוב פשוט נישט גיין פאר ווייטערדיגע טריטמענטס. ס'איז פשוט א מוז אז מען זאל זיי ארויסהעלפן מיט די גרויסע סכומים.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 12:21 pm
דורך קורקלענד
שמן למאור האט געשריבן:
די פראבלעם מיט אונזער העלט קעיר סיסטעם איז אז "מיליאנען" אמעריקאמער האבן 'בכלל' נישט קיין אינשורענס ווייל זיי קענען עס נישט אפארדן. מענטשן שטארבן פאקטיש דערפון!
די גאווערמענט איז זייער קאנסיסטענט מיטן צאלן זייער בילס. כ'האב נאכנישט געהערט אז איינעמס פוד סטעמפס קארטל איז נישט אנגעפילט געווארן די ערשטע פונעם חודש, אדער אז די סעקשן 8 טשעקל איז נישט אנגעקומען ווייל די גאווערמענט איז אויסגעלאפן פון געלט.
ס'זענען דא פילע אופנים פון נישט צאלן, און נישט אייביג איז עס בתורת נישט שיקן די טשעק. למשל מיט סעקשאן 8, איז עס געווארן כמעט אומעגליך צו ערייכען. און מיט העלטקעיר האט די רעגירונג אויפגעהערט דעקן פילע קעיר, און אנגעהויבן איינפירן פאליסיס פון לאזן שטארבן מענטשן וואס קאסט צופיל צו האלטן לעבעדיג. וכו'. ס'איז זייער קאמפליצירט און איך בין נישט יעצט אין די גוסטע און איך האב נישט קיין צייט.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 12:25 pm
דורך קורקלענד
שמן למאור האט געשריבן:
דיין תגובה דא איז אין א המשך צו אונזער שמועס אדער סתם א נייע טענה?
ס'זעט מיר אויס ווי א נייע זאך, סאו לאמיר עס צולייגן. קודם כל, א משפחה אן קיין קינדער באקומט דאך נישט דעם פעטן טעקס רוטורן וואס א משפחה מיט קינדער באקומט. ועוד, ווען עס קומט צו א משפחה מיט קינדער וואס די טאג טעגליכע הוצאות זענען גרויס, געבט מען זיך שוין אן עצה וויאזוי דורכצושטיפן דעם טאג, זה בכה וזה בכה. דא אבער פאלט גרויסע סכומים אויף אמאל אויפן קאפ פון א פאר פאלק וואס פארמאגט נישט ס'געלט. אויב העלפט מען זיי נישט, וועלן זיי על פי רוב פשוט נישט גיין פאר ווייטערדיגע טריטמענטס. ס'איז פשוט א מוז אז מען זאל זיי ארויסהעלפן מיט די גרויסע סכומים.
א נייע זאך.
טעקס ריטורן איז א שפיי אין ים פאר א קינדער געבענטשטע משפּחה. מיט די מאה אלף דארף מען אויפקומען נאך אלע גאווערמעהט פראגראמען. און אויף די רעשט פון אייער טענה איז מער א תורה'לע און א פשעטל ווי די טרוקענע מציאות. קעמער דיסאגריען, אבער עכ''פ לדעתי.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 12:25 pm
דורך שמן למאור
קורקלענד האט געשריבן:שמן למאור האט געשריבן:
די פראבלעם מיט אונזער העלט קעיר סיסטעם איז אז "מיליאנען" אמעריקאמער האבן 'בכלל' נישט קיין אינשורענס ווייל זיי קענען עס נישט אפארדן. מענטשן שטארבן פאקטיש דערפון!
די גאווערמענט איז זייער קאנסיסטענט מיטן צאלן זייער בילס. כ'האב נאכנישט געהערט אז איינעמס פוד סטעמפס קארטל איז נישט אנגעפילט געווארן די ערשטע פונעם חודש, אדער אז די סעקשן 8 טשעקל איז נישט אנגעקומען ווייל די גאווערמענט איז אויסגעלאפן פון געלט.
ס'זענען דא פילע אופנים פון נישט צאלן, און נישט אייביג איז עס בתורת נישט שיקן די טשעק. למשל מיט סעקשאן 8, איז עס געווארן כמעט אומעגליך צו ערייכען. און מיט העלטקעיר האט די רעגירונג אויפגעהערט דעקן פילע קעיר, און אנגעהויבן איינפירן פאליסיס פון לאזן שטארבן מענטשן וואס קאסט צופיל צו האלטן לעבעדיג וכו', ס'איז זייער קאמפליצירט און איך בין נישט יעצט אין די גוסטע און איך האב נישט קיין צייט.
מעדיקעיר פאר אלל איז טאקע א לענגערע טיפע נושא, און ס'איז אפילו נישט די עצם נושא דא, ס'איז נאר אזוי אריינגעקומען בדרך אגב. עס דארף זיין אן אשכול ווי דאס ווערט גוט צוקייעט פון אלע זייטן. זאלן זיך די רעכטע מיט די לינקע הרג'ענען ביי די קעפ, איך פערזענליך בין אויך נישט אויסגעקאכט עד הסוף אין דעם ענין.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 12:53 pm
דורך אנאנים
קורקלענד האט געשריבן:לאמיר כאפן א בליק אויף די קאמפיין מיט אנדערע גלעזער. באזירט אויף די מארקעטינג, קאסט עס 42 טויזנט דאלער פאר א נצרך. איז מיין שאלה, א פּאָרל וואס וואוינט איינזאם אליינס און האט נישט קיין קאסטן אין פארגלייך צו א קינדער געבענטשט משפּחה. איז אזוי שוידערליכך צו פארלאנגן אז זיי זאלן אויפקומען מיט די קאסטן? אײנער מיט ניין קינדער בלי עין הרע, דארף אויפקומען יעדעס יאר מיט איבער א מאה אלף! נאר צו פיטערן די קינדער! אפשר זאל מען ענדשטער קודם ארלעידיגען פאר זיי ספעציעלע לעגיסלאציע?
אנאנים נומער 1
די 42 טויזנט דאלער איז דירעקט פאר דאקטוירים, (אגב דאס איז א קליינע נאמבער, מיין קעיס איז שוין נענטער צו מאה אלף!) און ווייל עס איז דירעקט פאר זיי, קענען זיי געבן דיסקאונט'ס און בעסערע פרייזן, איז ווען נישט בוני עולם וואלטן טריטמענט'ס געווען סאך טייערער.
א זייטיגע נקודה, די געלט איז נאר פאר דאקטוירים און טריטמענט'ס, עס רעכענט אבער נישט אריין אלע זייטיגע הוצאות ווי האטעל'ס, קאר סערוויסעס, און עסן פאר עפוינטמענט'ס, א פּאָרל וואס וואוינט איינזאם אליינס האט גענוג און נאך ריזיגע עקספענסעס.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 1:16 pm
דורך קורקלענד
אנאנים 1.
איין ספעציפישער מעשה איז 'בכלל' נישט קיין טענה אויף ביידע זייטן דא. סך הכל קען עס אויפוועקן הרגשים אז מען זאל ווערן ווארעם פאר די צד אדער צוועק, א זאך וואס בוני עולם איז מוראדיג אין.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 1:27 pm
דורך גאלדמאן
קורקלענד האט געשריבן:לאמיר כאפן א בליק אויף די קאמפיין מיט אנדערע גלעזער. באזירט אויף די מארקעטינג, קאסט עס 42 טויזנט דאלער פאר א נצרך. איז מיין שאלה, א פּאָרל וואס וואוינט איינזאם אליינס און האט נישט קיין קאסטן אין פארגלייך צו א קינדער געבענטשט משפּחה. איז אזוי שוידערליכך צו פארלאנגן אז זיי זאלן אויפקומען מיט די קאסטן? אײנער מיט ניין קינדער בלי עין הרע, דארף אויפקומען יעדעס יאר מיט איבער א מאה אלף! נאר צו פיטערן די קינדער! אפשר זאל מען ענדשטער קודם ארלעידיגען פאר זיי ספעציעלע לעגיסלאציע?
שוין דא אומזינסט, אבער וואס קען מען טיען אז דער עולם נעמט נישט די בורט-קאנטראל?!
נאך נישט דא די מהלך פון פיזיש גיין פון מענטש צו מענטש און עס אריינגלייגן אינעם רחם.
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 1:49 pm
דורך קורקלענד
בירט קאנטראל הארגעט נישט קיין לעבעדיגע קינדער. איך ווייס אז זיי ארבייטן אז מ'זאל לעגאליזירטן אבארשאן אויך אויף נאכן געבורט.... אבער דערווייל....