בלאט 3 פון 5
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 1:47 am
דורך רוחין חדתין
קל וחומר האט געשריבן:אן אפשטאם (ראסע) קען מען נישט טוישן אבער קולטור קען מען גאנץ גרינג טוישן. די שאלה איז וואס דו מיינסט מיט 'איד'.
אני מחולק אתך לגמרי, קולטור travel איז פון די שווערסטע זאכן אויב בכלל מעגליך.
Re: נייע ארגענעזאציע "אהבת קדומים" פאר בעלזע OTDס
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 3:38 am
דורך לייביששרייבער
טראפעלע האט געשריבן:סיסטעם האט געשריבן:וויאזוי דארף דעס א ישיבה בחור אנקוקן פשט אז א אטד האקט א לעבן ער פארט קיין יוראפ און מען מאכט שבתים
בשעת איך זיץ צעקוועטשט אין ישיבה און איינמאל א יאר איז מען זוכה אז מען פארט א טריפ
נישט אז איך מאך אוועק די זאך נאר יעדער חסידות דארף זיכער מאכן אז זייערע בחורים וואס דינט די פארטיי זאל מען זעהן צו מאכן "אגערנעזאציעס" פאר זיי אויכעט, ווייל זיי דארפן אויך חיזוק.
לויט ווי איך פארשטיי וויל קיינער נישט גיין otd נאר וואס דען? זיי זענען צובראכן יעדער פאר זיינע סיבות. סנעמט זיך גרויסע כוחות ארויסצוגיין פון די מסגרת, אזא איינער וואס גייט ארויס האט ער רוב מאל גענוג פעין וואס צווינגט עם דאס צו טון.
סאו איך זע נישט פארוואס א ישיבה בחור זאל מקנא זיין
אין מיין ביכעל הייסט דאס געטאטשט ווי מען טאר נישט.
קיינער צווינגט קיינעם צו גאָרנישט. א פורק אױך איז א פורק עול. איך האב נישט קיין מיינונג ווי אזוי מען זאל דערמיט און דערוועגן האַנדלען אבער טריפס וועלן גאָרנישט העלפן בין טוב לרע. גוטע גייען נישט מאכן קיין החלטה צו גיין ביי ביי ווייל מען איין מאל א יאר א טריף.
טוה מער א טובה איך זעה דערינען נישט קיין שום לייסטומג פאר קיינעם אין פאר גאָרנישט.
איך זעה נישט אז דאס פקחות פֿונעם בילדער רב שליט׳׳א זאל עפעס בעסערע סחורה ארויס געגעבן פון אלע אנדערע חסידותער די לעצטע פערציג יאר אן בעלזער רב׳ב פקחות.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Re: נייע ארגענעזאציע "אהבת קדומים" פאר בעלזע OTDס
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 3:43 am
דורך לייביששרייבער
קהל'ס נער האט געשריבן:אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער................................
עס איז ממש א גליק צו הערן די גראמען פון דעם שטערן. איך וויל נאר פארשטיין וואס דא טוט זיך. בחורים לאזן אפ זייער חסידות און געוויסע ווילן זיי ווייזן ליבשאפט. וואס טוט מען? מ'ברענגט זיי צום אייגענעם קרעמל, מ'האלט ווידער אן די זעלבע קרעפ וואס האט זיי אמאל אויסגעשפיגן, און זיי מיינען נאך אז דאס איז די ישועה! האלו! קיינער וויל נישט הערן וועגן די מיטעלסטער רבי'ס מיטעלסטער! קיינער וויל דארט נישט ארומפארן פאר שוואוילטאג אז דער רב זאזאיינגעזינט זאל נאכאמאל געזינט זיין! זיי האבן דאך אפגעלאזט די גארבעדזש פאר א סיבה!
אדער זענען די א.ט.ד. קאמיוניטי טאטאל משוגע, אדער זענען די בעלזער א באנדע מענטשן פרעסער, אדער בין איך לאו מעלמא הדין.
דער ארגאניזאציע זעט מיר אויס א היכי תימצי צו ווייטער שנאדערן און קיינעם ארויסהעלפן, אחוץ די טרעוועל עידזשענטס, גיטאר פאבריצירער, און די רעבשעיעבערעבמוישה קעכערס.
כ'מיין דו קענסט בלייבן ביי דיין "געווענדליך" און ווייטער נישט שרייבן. אז דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט, רעד נישט.
די מהלך פון ביז יעצט צו מרחק זיין האט געארבעט? ניין.
זאל מען ווייטער גיין מיט די סוקסעס-לאזע מהלך, נישט נאר סוקסעסלאז, נאר ברענגט נאך סועסייד אויכט!
ווי זאגט איינשטיין? וואס מיינט א אידיוט? איינער וואס טוט איבער די זעלבע זאך און ערווארט אנדערע רעזולטאטן!
און בכלל די בחורים זענען אונזער פראבלעם, זיי זענען דורך אונזער חינוך סיסטעם and we failed them, זאל מען זיי יעצט ווארפן צו די הינט און מחרים זיין ווייל אויסערגעווענדליך פארשטייט נישט די מהלך?
מען דארף נעמען אחריות אויף זיי, ס'איז אונזער פראבלעם פארוואס זיי זענען ארויסגעפאלן.
און אז דו ווילסט פארשטיין, הגע בעצמך, אז איינער איז אנגעווייטאגט אויף יודישקייט און דו ביסט עים מחרים איז בכלל דא א טשאנס ער זאל צוריקקומען, ער וועט נאך מער פיינט האבן יודישקייט.
מען איז אים מקרב, מען געט עים ליבשאפט, מען העלפט עים זיך היילן פון די ווייטאג וואס ער גייט אריבער, יעצט האסטו א טשענס ער זאל צוריקקומען.
טויזענטער בחורים זענען דורך דעם סיסטעם אין we were pretty successful די סיסטעם מאכט נישט גוט אדער שלעכט האק דאס ארויס פון קאפ.
עס איז די אחריות פֿונעם ערוואקסענע צו מאכן זיינע החלטות. ווי באַלד ער קען זיך נישט גובר זיין און זיך פייטן מיט זיינע אישוס איז יעדער שילדיג אויסער ער אליינס.
יא, צופראסקעטע אפ ברינגינגס נישט מחינוך׳דיגע האבן מיר און שטערקערע שוועריגקייטן זיך צו שלאגן מיט זיך די כלים וואס מען ברוצך האבן האט ער נישט אזוי געקריגן אין זיינע אינגע יאָרן. אבער עס איז מאל אלץ נישט אקצעפטירבאר אז א צווייטער איז שילדיג פאר תאות נפשו.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 10:23 am
דורך טראפעלע
לייביששרייבער האט געשריבן:טראפעלע האט געשריבן:סיסטעם האט געשריבן:וויאזוי דארף דעס א ישיבה בחור אנקוקן פשט אז א אטד האקט א לעבן ער פארט קיין יוראפ און מען מאכט שבתים
בשעת איך זיץ צעקוועטשט אין ישיבה און איינמאל א יאר איז מען זוכה אז מען פארט א טריפ
נישט אז איך מאך אוועק די זאך נאר יעדער חסידות דארף זיכער מאכן אז זייערע בחורים וואס דינט די פארטיי זאל מען זעהן צו מאכן "אגערנעזאציעס" פאר זיי אויכעט, ווייל זיי דארפן אויך חיזוק.
לויט ווי איך פארשטיי וויל קיינער נישט גיין otd נאר וואס דען? זיי זענען צובראכן יעדער פאר זיינע סיבות. סנעמט זיך גרויסע כוחות ארויסצוגיין פון די מסגרת, אזא איינער וואס גייט ארויס האט ער רוב מאל גענוג פעין וואס צווינגט עם דאס צו טון.
סאו איך זע נישט פארוואס א ישיבה בחור זאל מקנא זיין
אין מיין ביכעל הייסט דאס געטאטשט ווי מען טאר נישט.
קיינער צווינגט קיינעם צו גאָרנישט. א פורק אױך איז א פורק עול. איך האב נישט קיין מיינונג ווי אזוי מען זאל דערמיט און דערוועגן האַנדלען אבער טריפס וועלן גאָרנישט העלפן בין טוב לרע. גוטע גייען נישט מאכן קיין החלטה צו גיין ביי ביי ווייל מען איין מאל א יאר א טריף.
טוה מער א טובה איך זעה דערינען נישט קיין שום לייסטומג פאר קיינעם אין פאר גאָרנישט.
איך זעה נישט אז דאס פקחות פֿונעם בילדער רב שליט׳׳א זאל עפעס בעסערע סחורה ארויס געגעבן פון אלע אנדערע חסידותער די לעצטע פערציג יאר אן בעלזער רב׳ב פקחות.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
זעט אויס אז דו פארשטייסט נאכנישט וואס מאכט א מענטש גיין otd, לויט ווי איך פארשטיי איז עס היינטיגע צייטן רוב מאל פון פעין, קען זיין אמאל אויך..
קומסטו זאגן פורק עול? די מענטשן האבן שוועריקייטן מיט סיי וועלכע עול, אזויווי דו וועסט נישט האבן קיין טענות אויף א קענסער פאציענט ל"ע אז ער לייגט נישט קיין תפילין, א מענטל אילנעס איז דו זעלבע זאך.
עני וועי איך וואלט דיר געראטן צו אביסל זיך אריינטון אין תורת הנפש
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 11:24 am
דורך הקטן
צומישט און צוחישט האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:די בחורים זענען אונזער פראבלעם, זיי זענען דורך אינזער חינוך סיסטעם and we failed them
איך האלט נישט אז בעלזא רב טוט עס ווייל ער אנערקענט אז זיין חינוך סיסטעם טויג נישט, אויב יא זאל ער טוישן די סיסטעם, פאררעכט די בריק וועסטו נישט דארפן קיין שפיטאל!
אויב דאס ארבעט נישט פאר געציילטע מיינט נישט דאס ס'טויג נישט
(מ'קען סתם אזוי דן זיין וואס מען קען היינט טון אנדערש - און בעלזע רב האט נישט קיין מורא דערפון)
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 2:51 pm
דורך בת קול
ווענדט זיך וואס זיי צילן דא.
קודם גלייב איך שווער אז די רב איז צופיל אינוואלווד.
ער פילט זיך נישט בסדר די לעצטע שטיק צייט.
עס קומט לכאורה פון די הידברות/ צוהר/ קירוב חלק פון בעלזא.
פונקט אזויווי דאס האט צוגעברענגט קרבתנו צו די אלגעמיינע חסידים, וועט דאס מן הסתם זיין די נעקסטע שריט.
די וואס זאגן אז בעלזא טוהט דאס פאר פארטייאישע סיבות, האבן נישט ארויס א בעלזער.
יעצט ווענדט זיך וועם זיי צילן.
אויב דאס איז איבער עלטערע וואס האבן פארלוירן די אמונה, איז א טריפ צו קברים מיט גראמען איבער די מיטעלע רב טריגערינג.
אויב רעדט מען דא פון יונגע וואס זענען פשוט נישט אינטערעסירט אדער האבן רעליגעזע טראמא, קענען זיי הנאה האבן פון א ווארעמע חסידישע שבת.
וואס איז זייער גאול? וועמען טארגעטן זיי?
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 4:04 pm
דורך צקון לחש
מ'דארף פארשטיין אז פאר א גרויס חלק פון ערליכע אידן איז נישט מעגליך צו גרעספען דעם געדאנק אז מען קען זיין גוט און קיינד צו דעם אטד אהן צו אריינשפריצן אין אים כאטש עפעס אידישקייט, נעמליך אידישקייט, לויט זיי, איז די איינציגסטע גוטע זאך וואס איז שייך...
אפשר פאר נישט צו-אינטעלעקטועלע אטד'ס איז דאס נישט קיין פראבלעם, אולי.
אויסער דעם, נישט יעדע אידישע געוויין איז דווקא א רעליגיעזע זאך, אסאך מאל איז עס לויטער קולטור און נאסטאלגיע.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 4:07 pm
דורך shadchan
בת קול האט געשריבן:ווענדט זיך וואס זיי צילן דא.
קודם גלייב איך שווער אז די רב איז צופיל אינוואלווד.
ער פילט זיך נישט בסדר די לעצטע שטיק צייט.
עס קומט לכאורה פון די הידברות/ צוהר/ קירוב חלק פון בעלזא.
פונקט אזויווי דאס האט צוגעברענגט קרבתנו צו די אלגעמיינע חסידים, וועט דאס מן הסתם זיין די נעקסטע שריט.
די וואס זאגן אז בעלזא טוהט דאס פאר פארטייאישע סיבות, האבן נישט ארויס א בעלזער.
יעצט ווענדט זיך וועם זיי צילן.
אויב דאס איז איבער עלטערע וואס האבן פארלוירן די אמונה, איז א טריפ צו קברים מיט גראמען איבער די מיטעלע רב טריגערינג.
אויב רעדט מען דא פון יונגע וואס זענען פשוט נישט אינטערעסירט אדער האבן רעליגעזע טראמא, קענען זיי הנאה האבן פון א ווארעמע חסידישע שבת.
וואס איז זייער גאול? וועמען טארגעטן זיי?
i wanted to say this point already before, that what belz is all about they have at least 3 yeshives for all kind of lavels bucherim, they are trying the best to keep the oilem,
and as describeved above they have all this org. as tzohar etc.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 4:45 pm
דורך דערהויבענע איד
בת קול האט געשריבן:ווענדט זיך וואס זיי צילן דא.
קודם גלייב איך שווער אז די רב איז צופיל אינוואלווד.
ער פילט זיך נישט בסדר די לעצטע שטיק צייט.
כ'האלט אז ס'איז געקומען אויפן פארלאנג פון רבי'ן, כ'גלייב נישט אז צוהר אליינס וואלט געהאט די איידיע און גאטס עס צו טון אליינס, פארגעס נישט אז ס'וואלט געקענט מיעוס דורכפאלן.
אינוואלווד איז ער לכאורה נישט קיין סאך.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 7:18 pm
דורך אוהב ספרים
און יעצט צו אביסעלע פאקטן
פאר א פאר חדשים צוריק איז געשטארבן א בחורל פון א אווערדאוס פון די ווייסע פאודער, דער בחורל איז געווען א אייניקל פון איינע פון די פראמענינטע בעלזער משפחות, די פרשה האט זייער באנומען דעם בעלזער רב.
ער האט זיך דערזעהן אז א גרויס חלק פון די חברה, חוץ פון זייער חלק הרוחני וואס פעלט, איז זייער מצב הגשמי אויכעט זייער בשפל המצב. א גרויס חלק פון זיי פאלען צו דראגס, חובות און שמוץ. דער בעלזער רב האט געזאגט אז מען מוז עפעס טוהן פאר זייער וואילזיין, פאר דו זארגסט פאר זייער רוחניות, זייער שבת און תפילין וכדומה, דארף מען זארגן אז זיי זאל האבן זייער סאסייעטי, א רוקן ביין. ווילסט נישט זיין פרום איז איין זאך, אבער פאל נישט צו דראגס חובות און פון דארט אווערדאוז אדער סועסייד. זיי א נארמאלער מענטש, האב א נארמאלער לייף סטייל, א.א.וו.
דער געדאנק איז צו מאכן פאר זיי א מסגרת, גארנישט מיט רוחניות, נאר כולו גשמיי, א פלאץ זיי זאלן זיך קען צאם קומען, פארברענגען, זיין נארמאלע מענטשען, נישט פארדראגט וכו'.
ומהכח אל הפועל.
מען האט געדינגען איינע פון די יוצאי בשאלה, מיטן נאמען פ. מען האט איהם געגעבן א געהאלט, ער איז ארום געפארן אין גאנץ ארץ ישראל געמאכט א רשימה פון אלע יוצאי בשאלה וואס האבן שייכות קיין בעלזא, אראפגעשריבען זייערע פרטים, זייער מצב בחיים היינט וכו'. פון דארט איז געווען די ערשטע מאוו, מאכן די נסיעה, רוב נסיעה איז געווען האבן א גוד טיים, ובסיומו א שבת אין בעלזא. די געדאנק איז געווען, אז יש לכם אב זקן, אוזן קשבת, בעלזא האט פון ענק נישט פארגעסען אפילו עטץ האטס פארגעסען פון גאט און פון בעלזא.
מען האט געמאכט פלענער פאר די נסיעה, דער בעלזער רב איז דאס דורכגעגאנגען, ער האט אראפגענומען פלעצער, צו געלייגט פלעצער וכו', דורך אלע דעטאלען. מען האט גענומען א פראפעשינאל טור גייד, א ליטוואק [פון א גרויסע ארגענעזאציע וואס הייסט נפש אחת וואס טוט אין די ענינים], מען האט מצרף געווען א גרויסען פסיכאלאג [א פרייער] וואס פארשטייט בתורת הנפש, והמסע יצאה לדרך.
די גרופע וואס האט זיך צאם געשטעלט איז געווען בערך 30 אין מספר, פון אלע סארטען, דהיינו פארשידענע יארגאנגען, פארשידענען סארטען חוזרים בשאלה, אנדערע סארטן סיבות, און פארשידענע סארטן במצבם היום, מען האט אפילו ארויסגענומען פון תפיסה מיט גרויס ערבות 2 חברה, עטליכע האט מען ארלעדיגט א שחרור זמני פון מיליטער וכו'.
נישט זעלבספארשטענדליך, אבער די מסע איז געקרוינט געווארען מיט גרויס הצלחה.
נאך די מסע, האט מען געבעטן פון יעדן אראפצושרייבען רגשי לבו און זיינע געדאנקען בנוגע דעם טריפ, און דאס אלעס מיט בילדער וכו' האט מען אריינגעטראגן בקודש פנימה, וואס איז אלעס אדורכגעגאנגען און מגיב געווען וכו'.
עס איז נאך נישטא קיין קלארע פלענער אויף לעתיד, וואס און ווען פונקטליך מען גייט טוהן ווייטער, אבער דאס איז די געדאנק, ווי פריער דערמאנט, א מקום פאר חוזרים בשאלה, אזא סארט קהלה פאר זיי.
דערווייל איז שוין פארגעקומען א FOLLOW UP מסיבה אויכעט.
[ואתכם הסליחה אם ישנם שגיאות כי כתבתי במהירות]
[צוגעלייגט אפאר פרטים און פאראכטען א פאר גרייזען]
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 9:06 pm
דורך גאלדמאן
ובפשטות גייט עס אויך ברענגן בעלי תשובות.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 9:48 pm
דורך berlbalaguleh
און בבוא היום וועללן זיי אויך ארויסנעמען זייער רעבישן יחוס. און זיי וועללן זינגען דעם צווייטן אשרי...אשרי זיקנתנו שכיפרה על ילדותנו...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:48 am
דורך שמעון וואלף
קל וחומר האט געשריבן:שיין ארויסגעברענגט!
נישט פרעגן קשיות.
נישט טראכטן טיף.
די עיקר מ'זאל שפירן אז יש לנו אב זקן.
איך בין נאר מסופק צו דו שרייבסט דאס ציניש אדער ערנסט.
איך מיין עס זייער ערענסט
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:46 am
דורך אתרוגים
קהל'ס נער האט געשריבן:I
My Rabbi
פאר אפאר חדשים צוריק האט א בעלזא אט״ד בחור זיך גענימען דעם לעבן, דאס האט געברענגט א אויפוואכונג צים רב אז מען קען נישט ווארפן אויף הפקר די ארויסגעפאלענע פון אינזער סיסטעם, אוו אז מען דארף נעמען אחריות אויף די אייגענע פראבלעמען און נישט ארויסווארפן נאר ענדעשער מקרב זיין.
מ'האט איהם געטראפן און א דאמפסטער טויט, ער האט געהאט צו טוהן מיט א גענג.
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:11 am
דורך אתרוגים
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער................................
עס איז ממש א גליק צו הערן די גראמען פון דעם שטערן. איך וויל נאר פארשטיין וואס דא טוט זיך. בחורים לאזן אפ זייער חסידות און געוויסע ווילן זיי ווייזן ליבשאפט. וואס טוט מען? מ'ברענגט זיי צום אייגענעם קרעמל, מ'האלט ווידער אן די זעלבע קרעפ וואס האט זיי אמאל אויסגעשפיגן, און זיי מיינען נאך אז דאס איז די ישועה! האלו! קיינער וויל נישט הערן וועגן די מיטעלסטער רבי'ס מיטעלסטער! קיינער וויל דארט נישט ארומפארן פאר שוואוילטאג אז דער רב זאזאיינגעזינט זאל נאכאמאל געזינט זיין! זיי האבן דאך אפגעלאזט די גארבעדזש פאר א סיבה!
אדער זענען די א.ט.ד. קאמיוניטי טאטאל משוגע, אדער זענען די בעלזער א באנדע מענטשן פרעסער, אדער בין איך לאו מעלמא הדין.
דער ארגאניזאציע זעט מיר אויס א היכי תימצי צו ווייטער שנאדערן און קיינעם ארויסהעלפן, אחוץ די טרעוועל עידזשענטס, גיטאר פאבריצירער, און די רעבשעיעבערעבמוישה קעכערס.
ווער האט וועם אויסגעשפיגן?
ווען איז דאס לעצטע מאל די האסט גערעדט מיט א בעלזע אטד?
חוץ ממש געציילטע להכעיסניקעס האבן די בעלזע אטד'ס ליב זייער רבי אהבת נפש, און דעיס איז פאר איין סיבה ווייל די בעלזע רבי האט זיי ליב אהבת נפש, ער האט זיי קיינמאל נישט געטשעפעט.
איך האב עס אפאר מאהל אליין געהערט פון עטליכע בעלזע אטד'ס.
עס קען זיין איינער איז פארווייטאגט אויף אפאר בעלזע עסקנים, מאכערס און וויכטיג מאכערס אבער נישט אויף זייער רבי.
חוץ פון דעם וואס זיי האבן געוואוסט די גאנצע סקעדזשואל פון פאראויס, קיינער האט זיי נישט געצוואונגען צו קומען, און נאכאלס זענען זיי געקומען.
רוב אטד'ס זענען פארווייטאגטע נשמות, א קליינע חלק זענען להכעיס'ניקעס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:20 am
דורך אתרוגים
בעל אחריות האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:בעל אחריות האט געשריבן:ער האט נישט מורא אז דאס קען מרבה זיין otd בישראל?
סיסטעם האקט וועגן "סיסטעם"....
OTD's געשעהט נישט פון קירוב נאר פון ריחוק
נאכאמאל, איך פארשטיי די טענה אז מען דארף העלפן יעדע איד נישט קיין חילוק אויב ער איז פרום אדער פריי נאכדערצו אויב איז ער א מעמבער אין דיין קאמיוניטי, אבער אז מען איז מקרב די אטד און מען איז זיי נישט מרחק וועט דאך דער בחור אין ישיבה האבן א גרעסערע רייץ צו ווערן אזוי ווי זיי, ביז היינט האט דער בחור געזעהן אז דער אטד אינגערמאן האט טאקע דעי וועלט אבער נישט "יענע וועלט", יעצט זעהט ער אז ער האט ביידע וועלטן, מה יעשה הבן שלא יחטא?
די שאלה איז וואס וועגט איבער...
ווייל מען האט גענומען אטד'ס פאר א טריפ אפאר טאג האבן זיי נאכנישט די וועלט.
די בחור פון ישיבה איז נישט שולדיג געלט פאר קיינעם וועגן דראגס, האט נישט צוטוהן מיט קיין גענגסטערס, קיינער סטראשעט איהם נישט מיטן לעבן, ער האט א מסגרת, חבירים, קהילה, משפחה, און א עתיד פאר זיך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:23 am
דורך אתרוגים
מתבודד האט געשריבן:אבער ווען דו זעהסט אזא נייעס וועגן אזא נייע ארג. באגלייט מיט א קליפ ווי אפאר ווייסע בערד שטייען ביי א קבר און מ'גראמט פונעם מיטעלען רבי'ן... איים סארי אבער ס'קריכט אביסל אויפן נערוון.
דעמאלטס בלייב פרום.
נאך א סיבה נישט אפצופאהרן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:46 am
דורך אתרוגים
נאך א מיינונג האט געשריבן:עס זעט מיר אויס אז געוויסע ארבעטארערס האבן נאר געציילטע מאשינען ביי זיך איז באזיץ, און דאס נוצט מען יעדעס מאל.
אויסער שטיין אין די רייע צו באקומען שיריים, זינגען ווארימע מיינלאזע לידער, באזוכן די טויטע אין בית החיים, און עסן אסאך, האבן מיר נישט קיין פלאן אוו עקשען. אז א ארגאניזאציע דארף ווייזן ליבשאפט (וואדעווער דע העק דעט קען מיען.. מ'קען חתונה האבן מיט אן ארגאניזאציע? טון מצוות מיט אים? וועלכע חתן רבי וועט אויסלערנען וויאזוי די מצוה ווערט געטון?) ווייסן זיי נאר פון זיידעס כח אין הימל, ווידער שיריים פון דער מיט יענער, ווידער מיט די אלטע שטותים.
נו אדרבה, לאמיר זעהן וואס די האסט צו פארקויפן.
די זאגסט אלטע שטותים, אדרבה קום אויף מיט נייע שטותים.
אינטרעסאנט ווי די חברה דארט ביים קבר זינגען מיט די אזויגערופענע מיינלאזער ניגון, זיי שאקלען זיך און קוקען אויס ערענסט.
איך זעה פארווייטאגטע נשמות, נישט קיין אויפגעקלערטע מענטשן ווי דיר, וואס אפילו א ווארימע הארציגע תפילה ווי השתדלו והרבו תחינה, און זכות פון קדושי עליון, איז מיינלאז עפ"ל.
איך מיין זאלסט טוישן דיין ניק צו אויך מיר א מיינונג.
ברענגסט זיך גוט ארויס און די איינגרינגעלטע, אז די ווייסט ניטאמאל וואס ליבשאפט מיינט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:53 am
דורך אתרוגים
Hashemschild האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, א גוי קענסטע ווערן אבער אויס בעלזער קיינמאל.
אפשר איז דאס גאר די געבורט פון א פרישע דור אידישיסטן?
אלע OTD's זענען נישט נוגע, ווייל ס'איז דא בעלז און גוים נישט דא עפעס אנדערש, בעלז איז ריליגיע פאר זיך. ליידער איז עס נישט קיין ליצנות
אפשר ביסטו מסביר וויאזוי די בעלזע רעליגיע ארבעט?
איך בין העכסט נייגעריג
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 3:55 am
דורך אתרוגים
מתבודד האט געשריבן:גוטע נקודה @דערהויבענע איד, מיך מאכט נישט אזוי נערוועז די ביה"ח געוויינעריי ווי דאס אז מ'האט געמוזט דערמאנען מימרות פונעם מיטעלע רב...
ווי לאנג עס האט נישט נערוועז געמאכט די באטייליגטע שטיימער גוט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 9:43 am
דורך צקון לחש
אתרוגים האט געשריבן:ער האט א מסגרת, חבירים, קהילה, משפחה, און א עתיד פאר זיך.
*על פניו, עכ"פ
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 2:07 pm
דורך שאלתיאל
נשלח: דאנערשטאג יוני 01, 2023 11:49 pm
דורך סמבטיון
איך זיך נישט אריינצורעדן דא, יעדער ווייסט אז איך בין א בעלזער חסיד און אטאמאטיש וועל איך פארטיידיגן מיין חסידות, אבער כהאב מיר נישט געקענט איינהאלטן נאך וואס כהאב געליינט @שמעון וואלף'ס ווערטער,
עס ווינדערט מיר באמת וויאזוי א מענטש קען זיין אזוי פאקרומט, ממש בבחינת השנאה מקלקלת את השירה, בעלזע רב איז שוואך אין אלט, און נישט געזינט, און רירט זיך קוים מיט כוחות עצומים, מיט דעם אלעם, מיט זיינע לעצטע כוחות אנשטאטס צו אוועקפארן אויף דאטשע ווי אלע דאקטורים הייסן אים און בעטן זיך ביי אים,קעמפט ער ווי א לייב און פרובירט אלעס אויף דער וועלט צו קענען ראטעווען נאך א יודישע נשמה און נאך פארפאלענע ביימעלע, לאזט נישט נאך, ריפט אריין דעם עסקן און יענע עסקן און מיט א שטילע קול וואס מען קען קוים הערן, פאדערט ער כסדר און קומט אויף מיט נייע חידושים וויאזוי צו אויפטוהן פאר יודישקייט מער און מער, קומט א יונגערמאן ווי שמעון וואלף און אן קיין בושה איז ער עס מסביר אז סע מיז זיין ער טוט עס אז מען זאל נישט פרעגן קיין שאלות אלעס זאל גלאנצן, יש לנו אב זקן, מיט נאך לשונות וואס איך ווייס נישט פון ווי דו האסט עס ארויסגעשלעפט, ווי קען מען זיין אזוי נאריש און איינזייטיג? א רבי א מנהיג ישראל צורייסט זיך פארן כלל, געב אים קרעדיט אויף וואס ער טוט, און אז סעאיז דיר שווער, האלט כאטשיק דיין מויל פארמאכט, און רייס אים נישט אראפ פארן טוהן א גיטע זאך, וואס געדענק וואס איך זאג דיר , וועט ווערן איינגעפירט אין יעדע חסידות ווי אלע צענדלגע זאכן וואס בעלזא האט געוויזן די וועג.