בלאט 3 פון 10
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:05 am
דורך ענדע צדיק
נולד מאוחר האט געשריבן:כ'האב באקומען א קוויטיל פארן נישט האבן מיין אינשארענס קארד.
דארף איך עס פייטען? כהאב למעשה אן עקטיוו פאליסי.
די עוולה איז פארן עס נישט האבן אין די קאר,
אבער אויב דו שיקסט אריין די אינשורנס קארד וועלן זיי עס דעסמיסן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:16 am
דורך לעמיל
נישט אייבוג דיסמיסען זיי עס מיין חבר האט אמאל געהאט אזא מעשה און זיי האבען אים געזאגט אז ליגאל דארף מען עס צו האבען און די קאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:36 am
דורך ענדע צדיק
בדרך בכלל דיסמיסן זיי עס, טאקע נישט אייביג
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:38 am
דורך לעמיל
נולד טריי דיין לאק און לאז אונז וויסען אויב עס איז געגאנגען
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:27 pm
דורך למדן
וואס געשעט אויב פארקט מען אין מאנהעטן ביי א אפגעלעפענע מיטער?
מ' שלעפט אוועק אדער א טיקעט פון $35 (וואס דאס איז די פרייז צו פארקן אין עני פארקינג דארט) אדער מער?
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:03 pm
דורך היימישער ליטוואק
ביז וויפיל טאג פאר סקעדזשועלד הירינג, קען מען אפשטופן - אנליין - פאר א שפעטערע דעיט?
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:24 pm
דורך געפילטע פיש
גיי ארויף
דא און לייג אריין דיין טיקעט נומבער און פראביר אפצושטופן.
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:52 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך ווייס. דעטס מיי קוועסטשן, ביז ווי נאנט צום סקעדזשולט קאורט דעיט, קען איך דאס אפשטופן אויף א שפעטערן זמן. 30 טאג בעפאר? 15 טעג? א וואך פריער?
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 2:22 pm
דורך געפילטע פיש
אויף די
וועבסייט שטייט נישט קיין דעד ליין, קענסט
רופן די טרעפיק ווייאלעישענס ביורא אונצופרעגן.
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:04 pm
דורך היימישער ליטוואק
א דאנק. איך האב ג'רופען. מ'קען אפשטופען ביז איין טאג פריער!
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2013 10:34 am
דורך טרופ תלמיד
I got a a few traffic tickets and someone told me he can help me dismiss them but i will need to provide him witht he cops name. but they are very unclear. is there any way i can retrieve this ?
Thank you all
HELP!
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 9:30 am
דורך shlomyg
כ'האב באקימען א טיקעט פאר טעקסטן היינט (למעשה האב איך נישט געטעקסט נאר געליינט אן אימעיל)
ווער קען געבען די בעסטע הילף וואס ציטין
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 11:08 am
דורך לעמיל
אוקעי איך בין שוין גרויס איך קען שוין שרייבען און די אשכול איך האב נעכטען באקומען א טיקעט פארען פארקען צו נאנט צו א פאמף אבער צו מיין גוטע מזל האט ער ביים שרייבען די אדרעס אנשטאט שרייבען 149 האט ער געשריבען 49, קען איך עס אליין פייטען אדער בעסער אז איך געב עס פאר איינעם?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 12:03 pm
דורך גאלד
shlomyg האט געשריבן:כ'האב באקימען א טיקעט פאר טעקסטן היינט (למעשה האב איך נישט געטעקסט נאר געליינט אן אימעיל)
ווער קען געבען די בעסטע הילף וואס ציטין
בלויז האלטן אין האנט א עלעקטראניק דיווייס איז פונקט אזא עבירה ווי טעקסטן אדער רעדן,
קודם שטיפ עס אפ וויפיל מ'קען, געווענליך קען מען פאר בערך 2 יאר, נאכדעם נעם א לויער, פייט נישט אליינס, ס'דא צווישן היימישן ציבור טראסטבארע אגענטן פון פיינע לויערס, די לויערס זיצן און וואוינען ביי די קארט הייזער און זיי קענען זיך שוין גוט מיט די ריכטער און די תחבלות וויזוי צו פטור ווערן פון א טיקעט, אוואדי איז עס קיין גאראנטי, אבער פייטן אליינס אן קיין שטארקע לאגאלע טענה, איז כמעט א זיכערע פארלוסט,
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:16 pm
דורך זר זהב
לעמיל האט געשריבן:אוקעי איך בין שוין גרויס איך קען שוין שרייבען און די אשכול איך האב נעכטען באקומען א טיקעט פארען פארקען צו נאנט צו א פאמף אבער צו מיין גוטע מזל האט ער ביים שרייבען די אדרעס אנשטאט שרייבען 149 האט ער געשריבען 49, קען איך עס אליין פייטען אדער בעסער אז איך געב עס פאר איינעם?
קענסט אליינס לכאורה. יעדע מינדעסטע טעות פסל'ט א טיקעט
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:26 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:לעמיל האט געשריבן:אוקעי איך בין שוין גרויס איך קען שוין שרייבען און די אשכול איך האב נעכטען באקומען א טיקעט פארען פארקען צו נאנט צו א פאמף אבער צו מיין גוטע מזל האט ער ביים שרייבען די אדרעס אנשטאט שרייבען 149 האט ער געשריבען 49, קען איך עס אליין פייטען אדער בעסער אז איך געב עס פאר איינעם?
קענסט אליינס לכאורה. יעדע מינדעסטע טעות פסל'ט א טיקעט
איך דארף גיין און קארט פאר דעים אדער איך קען עס טון אונליין?
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:29 pm
דורך גאלד
קענסט עס טון אנליין עטעטש א פיקטשער וואס צייגט אז דער אדרעס האט נישט קיין פאמפ, אדער אז דער אדרעס עקזיסטירט נישט (אויב ס'עקזיסטירט נישט)
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:31 pm
דורך לעמיל
ווי איך האב געפארקט איז דא א פאמפ אבער עס איז 149 און אויף די טיקעט שטייט 49 און עס איז נישטא אזא אדרעס
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:33 pm
דורך גאלד
איז נאך בעסער, אויב דער אדרעס וואס איז אויפן טיקעט עקזיסטירט נישט האט דער טיקעט קיין שום האפט, ברויכסט נאר אויפווייזן אז אזא אדרעס עקזיסטירט נישט,
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:37 pm
דורך לעמיל
וויאזוי ווייז איך אויף?
יישר כח גאלד פארען מיך פראבורען צו העלפען
די זכות זאל דיך ביישטיין
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:41 pm
דורך גאלד
א בילד פון גוגל מעפס דארף עס לכאורה מאכן
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:46 pm
דורך גאלד
אדער א אנדערע עצה שיק א ליידיגע ענוועלאפ און די פאסט צו דעם פאלשן אדרעס, וועט עס די פאסט צוריק שיקן צו דיר מיט א זיגל NO SUCH ADDRESS און דאס איז גענוג גוט
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:53 pm
דורך לעמיל
א גרויסען יישר כח