בלאט 3 פון 5

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:44 am
דורך פונדאַמענטאַל
איך קריג מיר מיט די גאנצע premise פון די דיסקוסיע. פארוואס דארף ליובאוויטשער רבי א הסכמה פון אנדערע רבי'ס בני דורו? פארוואס דארף ליובאוויטשער רבי צוקומען צו סקולענער רבי מער ווי סקולענער רבי דארף צוקומען צו ליובאוויטשער רבי? ווער האט אפגעמאכט אז ליובאוויטשער רבי איז ווייניגער לעגיטים ווי א צווייטע רבי און דארף צוקומען צו אנדערע רבי'ס הסכמות? פארוואס איז דא א שאלה אויב די so called היימישע רבי'ס האבן יא אדער נישט געהאלטן פון אים, who gives a damn?

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:42 am
דורך תניא בניחותא
בכלל, די נושא פון ביקורים איז אביסל קאמפליצירט, ווייל דער רבי האט נישט געפאלגט די קלאסישע עטיקעט פון רבנים באז

אויך האט דער רבי גערעדט תורה מיט באזוכער, און ער האט ליב געהאט זיי אויפצושלאגן. ער האט אויך געמאכט פארשלאגן און זיי דערמוטיקט צו טאן זאכן (ווי לערנען מער חסידות אין זייערע ישיבות).

בכלל איז דער רבי נישט געווען א טייל פון דער רבישע קולטור, און ס'איז נישט קיין חידוש אז מען האט זיך נישט געשפירט באקוועם צו קומען.
קוק אביסל בילדער פון אלגעמיינע רבי'שע ביקורים און ביקור גומלין'ס, און כאפ א בליק ווי עס האט אויסגעקוקט א באזוך ביי ליובאוויטשע רבי (לדוגמא בעלז, גור, תולדות אהרן), די רבי'ס האבן פשוט מורא געהאט זיך צו טרעפן מיט אים, ס'איז נישט געווען קיין Small talk פון די זיידעס מופתים וכדו', נאר געפאדערט תכלית וואס טוט מען בנוגע קירוב און לימוד החסידות וכו', רוב רבי'ס זענען נישט גרייט אויף אזא פארהער.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:49 am
דורך מאנטריאל
לויט מיינע ידיעות האט קיינער נישט קיין קרומע בליק אויף חב"ד נאר סאטמאר.

פארשטייט זיך אז זייער קולטור איז זייער פרעמד, אויכעט זייער לבוש איז געווארן מער מאדערן (אויך מיר מאדערן) קאלירפולע העמדער גייען אסאך.
רוב חסידישע פלעצער וואס איך קען שעצן מורא'דיג די חב"ד רבי.

אדרבה, אויב איינער ווייסט אנדערש זאל אריינקומען קלאר.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:19 am
דורך Moshe itche
לייביששרייבער האט געשריבן:
הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:נאכאמאל. איך מאך נישט אוועק סאטמער רבי און נישט זיין גאונות, אבער עס איז דא א חילוק צווישן אפאר תשובה ספרים און איינער וואס רעדט פאר יארן אין א צו יעדע וואך פאר שעות ארוכות טיפע גאונישע תורות איז אביסל מער
דעם רבי'נס גאונות אין תורה איז בכלל נישט געווען אין קוועשטען.
און ווען איינער רעדט אזוי פיל שעות אין תורה בעפאר דו מאכסט אפ אז די שעות פון רעדן מיינט ער איז געװען א גאון הגאונים, קודם מאך זיכער אז ער רעדט נישט פאר פייער און וואסער. געווענליך אין די טיפע ים פון חסידות איז עס שטארק מצוי.

איך זאג נישט אז דער ליובוויטשער רבי איז אזוי געווען, אבער קוק אריין דערינען בעפאר דו ווערסט אזוי נתפעל פון לאנגע שמועסן.
ס'איז נישט מעגליך צו מעסטן זייער קענטעניס אין לערנען, זייער מהלך פון ספרים איז אונגאנצן אנדערש.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:20 am
דורך Moshe itche
מאנטריאל האט געשריבן:לויט מיינע ידיעות האט קיינער נישט קיין קרומע בליק אויף חב"ד נאר אין סאטמאר.
פארשטייט זיך אז זייער קולטור איז זייער פרעמד אויכעט זייער לבוש איז געווארן מער מאדערן )אויך מיר מאדערן) קאלירפולע העמדער גייען אסאך.
רוב חסידישע פלעצער וואס איך קען שעצן מוראדיג די חבד רבי.
אדרבה אויב איינער וויסט אנדערש זאל אריינקומען קלאר.

Sent from my SM-G950W using Tapatalk
די ליטווישע עולם קוקט זיי אן נאך קרומער ווי סאטמאר. דוק וטישטוך.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:21 am
דורך Moshe itche
רוחין חדתין האט געשריבן:איידער דו גייסט חב״ד all the way ביטע כאפ אויף די שוואנצצונעס, איין זאטיגקייט, דמיונות, פארמאכטקייט, דהיינו ניטאמאל אינטרסירט צו הערן עפעס אויסער חב״ד, בדידי הוה עובדא געזעצן עטליכער יוגעלאט ביי א שמחה מיט א ברסלב׳משפיע ובתוכם א חב״דסקע נישט געלאזט אויסרעדן דעך משפיע קיין ווארט נאר געוואלט הערן וואס ווייסט ער צו זאגן גדלות פון ליובאביטשער רבי.
כ'האב איינמאל גערעדט צו א חבד'סקער איבער ר' אלימלך פון ליזענסק, ער האט נאר געוויסט צו זאגן אז ער איז געווען א ברודער פון ר' זושא וואס האט געגעבן די הסכמה אויפן תניא :lol:

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:25 am
דורך Moshe itche
רוחין חדתין האט געשריבן:
רוחין חדתין האט געשריבן:איידער דו גייסט חב"ד all the way, ביטע כאפ אויף די שוואנצונעס, איינזייטיגקייט, דמיונות, פארמאכטקייט, דהיינו ניטאמאל אינטרעסירט צו הערן עפעס אויסער חב"ד. בדידי הוה עובדא, געזעצן עטליכע יונגעלייט ביי א שמחה מיט א ברסלב משפיע ובתוכם א חב"ד'סקער, נישט געלאזט אויסרעדן דעם משפיע קיין ווארט, נאר געוואלט הערן וואס ווייסט ער צו זאגן גדלות פון ליובאוויטשער רבי.
איך עקל מיך פון מיין אייגענע תגובה, ארויסגעברענגט די שוואכע חלק בעת וואס מ'קען רעדן פון אזויפיל גוטס. נאר געוואלט זאגן אז איינער וואס זוכט צו אנטלויפן פון פאנאטישקייט זאל זיכער מאכן עס נישט נאכאמאל אויפפיקן דארט בנוסח חסידי רוסיא חב"ד.
אז דו עקלסט זיך, קענסטו עס רעדאגירן צו פארשענערן און באפיצן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:10 pm
דורך רוחין חדתין
עס איז נישטא קיין איין שלעכט ווארט פון סאטמער רבי אויף ליבאוויטשער רבי!!"
דבר זה צריך בירור רב ואפרש שיחתי.
סאטמער האט א דאבעל סטענדארט ווען ס׳קומט צו די נושא פון אראפרייסען, איך וועל דיר עס גיבן צו פארשטיין מיט א עובדא וואס האט פאסירט ביים סטמער רב ז״ל וואס איך ווייס פון א מקור מוסמך.
והנה, לאחר משך זמן וואס די תורת מרדכי האט זיך נישט באוויזען פארן רבי׳ן, האט די רבי געפרעגט אויף אים, איז די תשובה צוריק געקומען אז ער קומט נישט ווייל די רבי האט גערעדט אויף זיין פאטער די אמרי חיים, האט די רבי תיכף געגעבן א שלאג אפ און געזאגט, וואס איך רעד ביי מיר אינדהיים הייסט נישט גערעדט. הרבה דינים למדנו מעובדא זו.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 12:50 pm
דורך בני מר ומתוק
איך בין נישט קיין מומחה אויף דעם חסידישער עולם אינדרויסן פון חב"ד, אבער עטליכע קלויזנבערגער האבן מיר געזאגט אז אלע זייערע עלטערן האבן באקומען דאלארן און כוס של ברכה, און דאס איז געווען זייער געווענטליך (אויסער סאטמאר). אפשר דער עולם דא קען זאגן אויב דאס איז טאקע גערעכט

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:22 pm
דורך רוחין חדתין
כ'האב איינמאל גערעדט צו א חבד'סקער איבער ר' אלימלך פון ליזענסק, ער האט נאר געוויסט צו זאגן אז ער איז געווען א ברודער פון ר' זושא וואס האט געגעבן די הסכמה אויפן תניא
דאס איז צמצום ראשון, אבער מיר באדערט א צמצום שני׳ וואס ליגט טאקע אין די טיפה חסידות, און אפשר זאל טאקע די מומחים בחב״ד עס קלאר מאכן.
איך האב געלערנט דעם מאמר האמנם מ״ג פונעם רש״ב אין א ספר עם ״ביאור נרחב״, הייבט ער אן מיט א געוואלדיגע קשיא אויף א פרקי דר״א וואס זאגט ״הארץ מהיכן נבראת, משלג שתחת כסה״כ בו.. פרעגט די רש״ב, וואס הייסט מהיכן, די וועלט איז דאך באשאפן יש מאין? וע״פ סתירה זה איז ער מבאר שם א יסוד בתורת הקבלה/חסידות. יעצט קענסטו מיינען אז דאס איז א עפעס א חבד׳סקע סוגיא, בעת וואס אין די ראשונים טוט זיך שוין טישן און בענק אויף דעם מאמר אין פרקי דר״א טאקע וועגען דעם קשיא, און די רמב״ם דריקט זיך אויס אין מורה לא מצאתי מאמר זרה יותר ממנו, אבער אין דעם ספר, שא שטיל, ווי כאילו די תורה האט זיך ד״א אנגעפאנגען.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:35 pm

דער רש"ב וויל דאך מסביר זיין דעם עניין ע"פ חסידות, פרעגסטו אז ער וואלט געדארפט קודם ברענגען וואס אנדערע ענטפערן ע"פ נגלה און מוסיף זיין א ”או יאמר”

בנוגע די צמצום הראשון פון וויסן מער פון רבי זוסיא ווי פון רבי ר’ אלימלך, דאס איז א פשוטע דעמאגראפישע מציאות אז אין חב”ד האט מען געהאט א שייכות בעיקר מיט די צדיקים וואס האבן געוואונט נענטער צו רוסלאנד.

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:42 pm
דורך רוחין חדתין
כאטש מציין זיין אינעם ״ביאור נרחב״ אז די רמבם פרעגט שוין די קשיא, דאס איז נישט סתם א ציון דאס טוישט די משמעות פונעם גאנצן ענין

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 1:49 pm
דורך רוחין חדתין
בנוגע די צמצום הראשון פון וויסן מער פון רבי זוסיא ווי פון רבי ר’ אלימלך, דאס איז א פשוטע דעמאגראפישע מציאות אז אין חב”ד האט מען געהאט א שייכות בעיקר מיט די צדיקים וואס האבן געוואונט נענטער צו רוסלאנד.
נישט פונקט אזוי, א ווארט פון קאזניצע מגיד איז ביי א סאך פון זיי פונקט ווי פון קרעטשניפע רבי

Re: די בייזוויליגע טעות איבער חב"ד

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:15 pm
דורך ברוך שפינוזה
ביי מיך אויך, און איך בין נישט קיין חבדסקער

Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:39 pm
דורך שמן למאור
ברוך שפינוזה האט געשריבן:ביי מיך אויך, און איך בין נישט קיין חבדסקער

Sent from my iPhone using Tapatalk
ביי דיר איז א ווארט פון איינע פון די חב"ד רבנים אויך נישט ווערד לצור על פי צלוחית. ביי דיר איז דאך אלעס איין גרויסע וויץ, ואין מביאין ראיה מן הלצים.

not sent from my iPhone using Tapatalk

הערסט א מעשה... דו ביסט שוין אויך פון די טעפעטאלק חברה...

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:48 pm
דורך רוחין חדתין
ברוך שפינוזה האט געשריבן:ביי מיך אויך, און איך בין נישט קיין חבדסקער

Sent from my iPhone using Tapatalk
שמך נאה לך

די בייזוויליגע טעות איבער חב"ד

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 2:52 pm
דורך ברוך שפינוזה
שמן למאור האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:ביי מיך אויך, און איך בין נישט קיין חבדסקער

Sent from my iPhone using Tapatalk
ביי דיר איז א ווארט פון איינע פון די חב"ד רבנים אויך נישט ווערד לצור על פי צלוחית. ביי דיר איז דאך אלעס איין גרויסע וויץ, ואין מביאין ראיה מן הלצים.

not sent from my iPhone using Tapatalk

הערסט א מעשה... דו ביסט שוין אויך פון די טעפעטאלק חברה...
וואס עפעס? אין מביאים ראיה אלא מן הלצים! בכל אופן, וואס איך האב געמיינט צו זאגן איז אז די פראבלעם פון חב״ד איז נישט אז א ווארט פונעם קאזניצער מגיד האט ביי זיי א חשיבות ווי דעם קרעטשניפער׳ס א ווארט, אזוי דארף צו זיין, זייער פראבלעם איז אבער אז משיח׳ס א ווארט פאלט נישט אריין אינעם זעלבן קאטעגאריע

נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 6:34 pm
דורך אבטח ולא אפחד
רוחין חדתין האט געשריבן:
כ'האב איינמאל גערעדט צו א חבד'סקער איבער ר' אלימלך פון ליזענסק, ער האט נאר געוויסט צו זאגן אז ער איז געווען א ברודער פון ר' זושא וואס האט געגעבן די הסכמה אויפן תניא
דאס איז צמצום ראשון, אבער מיר באדערט א צמצום שני׳ וואס ליגט טאקע אין די טיפה חסידות, און אפשר זאל טאקע די מומחים בחב״ד עס קלאר מאכן.
איך האב געלערנט דעם מאמר האמנם מ״ג פונעם רש״ב אין א ספר עם ״ביאור נרחב״, הייבט ער אן מיט א געוואלדיגע קשיא אויף א פרקי דר״א וואס זאגט ״הארץ מהיכן נבראת, משלג שתחת כסה״כ בו.. פרעגט די רש״ב, וואס הייסט מהיכן, די וועלט איז דאך באשאפן יש מאין? וע״פ סתירה זה איז ער מבאר שם א יסוד בתורת הקבלה/חסידות. יעצט קענסטו מיינען אז דאס איז א עפעס א חבד׳סקע סוגיא, בעת וואס אין די ראשונים טוט זיך שוין טישן און בענק אויף דעם מאמר אין פרקי דר״א טאקע וועגען דעם קשיא, און די רמב״ם דריקט זיך אויס אין מורה לא מצאתי מאמר זרה יותר ממנו, אבער אין דעם ספר, שא שטיל, ווי כאילו די תורה האט זיך ד״א אנגעפאנגען.
און איך וויל דיך עפעס אנדערש פרעגן, נאכן גאנצן לערנען מיטן ביאור נרחב ונארך, איז די קשיא פארענטפערט? אויב יא ביטע ברענג דא די תירוץ אויף "אונזער שפראך".

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 1:00 am
דורך ערנסטגערעדט
מיין פאטער האט אסאך דאלארן געהאט פונעם רבין
איך האב אלס קינד אמאל ארויסגעגנבעט אפאר דאלער און געגאנגען צו א געשעפט קויפן עפעס
צו מיין מזל איז דער קעשיער געווען א חבד׳סקע אוי האט ער מיר אנגעזידלט פארן נוצן הייליגע דאלארן
ער האט מיר אנגעשריגן און געוויזן פאר די אנוועזנדע אז עס שטייט א גראבע תשמ״ח אויף דעם…
ווען כבין געווען אין א חב״ד הויז אין קאליפארניע האב איך דערציילט פארן רב די מעשה, האט ער מיר געפרעגט, נו וויפיל וואלסטו יעצט באצאלט צו קענען צוריקברענגען דעם דאלער, כהאב נישט געוואלט בּאָסטן זיין בּאָבּל אז איך האב בכלל נישט קיין חרטה אויף דעם…

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 11:07 am
דורך מילך טראק
ערנסטגערעדט האט געשריבן:מיין פאטער האט אסאך דאלארן געהאט פונעם רבין
איך האב אלס קינד אמאל ארויסגעגנבעט אפאר דאלער און געגאנגען צו א געשעפט קויפן עפעס
צו מיין מזל איז דער קעשיער געווען א חבד׳סקע אוי האט ער מיר אנגעזידלט פארן נוצן הייליגע דאלארן
ער האט מיר אנגעשריגן און געוויזן פאר די אנוועזנדע אז עס שטייט א גראבע תשמ״ח אויף דעם…
ווען כבין געווען אין א חב״ד הויז אין קאליפארניע האב איך דערציילט פארן רב די מעשה, האט ער מיר געפרעגט, נו וויפיל וואלסטו יעצט באצאלט צו קענען צוריקברענגען דעם דאלער, כהאב נישט געוואלט בּאָסטן זיין בּאָבּל אז איך האב בכלל נישט קיין חרטה אויף דעם…
דערמאנסט מיר ווי מיר פלעגען גיין מיט די ברך משה'ס קוואדיר אויספאנטשען א סלינקי..

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 11:13 am
דורך מילך טראק
הייליגע קאקאש קעיק האט געשריבן:"חב"ד, א מחנה כופרים, משכילים, ציונים," דאס איז געווען די נארמאלע מיינונג ביי אסאך אידן ביז נישט לאנג צורי הארצן :lol:
איך פארשטיי נישט וואס איז דיין שאלה בכלל דאס איז דאך אין די קאנסטיטוציע פון סאטמאר אז יעדע רבי איז עבודה זרה, לובאוויטשע איז דאך פון די עלטסטע חסידותער, ספעציעל אז ער האלט אז מטאר נישט צוריקגעבן די שטחים וואס איז די שאלה אפי'.

למעשה לייג אלעס אין א זייט , איז עס נישט שווער צו פארשטיין פארוואס די אונגארישע רבנים האבן נישט געהאלטן פון חבד ער האט דאך אינגאנצן געטוישט פון וואס די זענען צוגעוואוינט, פונקט ווי די פארשטייסט פארוואס מען האלט קעגן יואל ראטה ..

Re: די בייזוויליגע טעות איבער חב"ד

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 7:39 pm
דורך לייביששרייבער
רוחין חדתין האט געשריבן:
עס איז נישטא קיין איין שלעכט ווארט פון סאטמער רבי אויף ליבאוויטשער רבי!!"
דבר זה צריך בירור רב ואפרש שיחתי.
סאטמער האט א דאבעל סטענדארט ווען ס׳קומט צו די נושא פון אראפרייסען, איך וועל דיר עס גיבן צו פארשטיין מיט א עובדא וואס האט פאסירט ביים סטמער רב ז״ל וואס איך ווייס פון א מקור מוסמך.
והנה, לאחר משך זמן וואס די תורת מרדכי האט זיך נישט באוויזען פארן רבי׳ן, האט די רבי געפרעגט אויף אים, איז די תשובה צוריק געקומען אז ער קומט נישט ווייל די רבי האט גערעדט אויף זיין פאטער די אמרי חיים, האט די רבי תיכף געגעבן א שלאג אפ און געזאגט, וואס איך רעד ביי מיר אינדהיים הייסט נישט גערעדט. הרבה דינים למדנו מעובדא זו.
די מעשה איז נישט געווען ממש אזוי.
די מעשה איז געווען אז ער האט געשיקט זאגן אז די מחרחרי רוב הײבן דאס איבער געגעבן (מיינענדיג דערמיט אז עס האט נישט געדאַרפֿט אנקומען צום וויזשניצער רבין ז׳׳ל)

Sent from my SM-S908U using Tapatalk

Re: די בייזוויליגע טעות איבער חב"ד

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 7:41 pm
דורך לייביששרייבער
[quote="ברוך שפינוזה"]ביי מיך אויך, און איך בין נישט קיין חבדסקער

Sent from my iPhone using Tapatalk[/quotרוב דערפֿון זענען נישט אמת ממילא. זארג נישט די בוסט נאך נישט אזא אפיקורס. נאר א מעשה וואס איז אמת דארף מען אפשר גלייבן. (בעצם דאס אויך נישט)

Sent from my SM-S908U using Tapatalk