בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 6:53 am
דורך Nanach
מערידזש איז לכתחילה געמאכט כדי די מאן זאל וויסן ווער עס זענען זיינע קינדער, און די פרוי באקומט פארדעם באשיצונג עסן וכו׳
ביי געי האט מערידזש נישט קיין פשט

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 12:50 pm
דורך דערהויבענע איד
Nanach האט געשריבן:מערידזש איז לכתחילה געמאכט כדי די מאן זאל וויסן ווער עס זענען זיינע קינדער, און די פרוי באקומט פארדעם באשיצונג עסן וכו׳
ביי געי האט מערידזש נישט קיין פשט
סאוי היינט וואס פרויען קענען זיך אליינס פראוואידען, וואס איז די פשט פאר מעריזש?

Re: פארוואס איך שטיי נישט מיט די לגב''ט געמיינדע.

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 1:53 pm
דורך פונדאַמענטאַל
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ווי אויך זאגט עולא אין חולין צב: "שלשים מצות שקבלו עליהם בני נח ואין מקיימין אלא שלשה: אחת, שאין כותבין כתובה לזכרים. ואחת, שאין שוקלין בשר המת במקולין. ואחת, שמכבדין את התורה." ד.ה. אז הגם די גוים (אין די געגנד וואו עולא האט געוואוינט) פלעגן טוהן ס"ס מערידש, אבער א כתובה פלעגן זיי נישט שרייבן.
אין כותבין כתובה מיינט צו זאגן דאס גופא אז זיי האבן דאס נישט געגעבן די לעגיטימאציע פון מערידש. אין לשון חז''ל איז א כתובה דאס וואס ברענגט ארויס די מעריטל סטאטוס.
פון די אנדערע זייט וועל איך יא ברענגען א ראייה צו דיין פאזיציע... איך האב עס נישט געזען פארדעם, אבער נאכן מאכן אביסל ריסורטש האב איך געזען אז עס איז דא א מדרש וואס רעדט פון די דור המבול אין דאס איז וואס עס שטייט: ויקחו להם נשים... מכל אשר בחרו – זה זכור ובהמה. ר' הונא בשם ר' יוסף: דור המבול לא נמחו מן העולם עד שכתבו גמומסיות (=שטרי נישואין) לזכור ולבהמה(-?)
(בראשית רבה )תיאודור־אלבק, פרשה כו, אות ב)
נאכאלץ טוט דאס נישט רעפלעקטירן די רעאליטעט פון אלגעמיינע היסטוריה (נאכן דור המבול). און ב.ד.וו. איז מבואר אין די מדרש אז די עצם געי געשלעכטס האט נישט גורם געווען די מבול - ביז זיי האבן עס געגעבן לעגיטימאציע אלס מערידש.

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 7:36 pm
דורך ברוך שפינוזה
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ווי אויך זאגט עולא אין חולין צב: "שלשים מצות שקבלו עליהם בני נח ואין מקיימין אלא שלשה: אחת, שאין כותבין כתובה לזכרים. ואחת, שאין שוקלין בשר המת במקולין. ואחת, שמכבדין את התורה." ד.ה. אז הגם די גוים (אין די געגנד וואו עולא האט געוואוינט) פלעגן טוהן ס"ס מערידש, אבער א כתובה פלעגן זיי נישט שרייבן.
אין כותבין כתובה מיינט צו זאגן דאס גופא אז זיי האבן דאס נישט געגעבן די לעגיטימאציע פון מערידש. אין לשון חז''ל איז א כתובה דאס וואס ברענגט ארויס די מעריטל סטאטוס.
איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דאס, פון ירושלמי מסכת כתובות פרק ה הלכה ב קוקט אויס ווי כתובה איז א זייטיגע זאך, מ'קען זיין פארהייראט אהנע כתובה און מ'קען זיין אומפארהייראט מיט א כתובה, עיי"ש.

Re: פארוואס איך שטיי נישט מיט די לגב''ט געמיינדע.

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 9:00 pm
דורך פונדאַמענטאַל
ברוך שפינוזה האט געשריבן:[איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דאס, פון ירושלמי מסכת כתובות פרק ה הלכה ב קוקט אויס ווי כתובה איז א זייטיגע זאך, מ'קען זיין פארהייראט אהנע כתובה און מ'קען זיין אומפארהייראט מיט א כתובה, עיי"ש.
וויאזוי פארשטייסטו די כוונה פון די גמרא, וואס איז די מעלה פון דעם אז זיי האבן נישט געגעבן קיין כתובה?

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 9:14 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך האב אלץ פארשטאנען אז די בבליים פלעגן נישט געבן קיין כתובה פאר'ן זעלבן מין ווייל די גאנצע כתובה פעלט נאר אויס ביי צוויי אנדערע מינים וואס האבן אנדערע ראלעס אינעם רילעישנשיפ און די כתובה שטעלט אוועק די גבולים פון זייערע ראלעס. ביי ס"ס קאפלס אבער וואס ביידע דארפן פונקט אזוי יא אדער נישט טראגן די קינדער פאר 9 חדשים, ביידע קענען זיין פונקט אזוי יא אדער נישט געבויט צו טוהן שווערע פיזישע ארבעט, דאן פארשטייט מען אליין אז מ'גייט צוטיילן די ראלעס לויט ווי ס'קומט גוט אויס אויפ'ן מינוט. איז כתובה האבן זיי נישט געשריבן אין אזא פאל ווייל ס'האט נישט קיין פשט, אבער nuptials (חופה וקידושין בלעז) האבן זיי אוודאי געטוהן (ווען נישט וואלט עולא געקענט זאגן נאכמער, שאין נותנין טבעת לזכרים), עולא האט נאר געזעהן דערין א לימוד זכות כאילו אז עפעס היטן זיי נאך יא. בכל אופן כאפ איך נישט וואס דו ווילסט, און אז מ'וועט נישט שרייבן קיין כתובה פאר ס"ס קאפלס וועסטו יא צופרידן זיין? אויב יא שיק איך שוין א בליצפאסט קיין וואשינגטאן אנפרעגן צו זיי זענען גרייט איינצוגיין אויף א פשרה, חופה וקידושין יא אבער כתובה נישט...