בלאט 3 פון 4
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 7:38 pm
דורך שערי יושר
גאנצל האט געשריבן:קיין שום מין מענטש האט נישט קיין מין שום תוקף פון כח הרבנות אויף קרית יואל בכלל, קרית יואל האט געהאט א מרא דאתרא מרן רבינו הדברי יואל זצ"ל ואחריו האט די צענטראלע קהלה אין וויליאמסבורג צוזאמען מיט די קרית יואלע קהל אויפגענומען מרן רבינו הברך משה זצ"ל פאר מרא דאתרא, ואחר פטירתו האט די צענטראלע קהלה אין וויליאמסבורג אינאיינעם מיט די קרית יואלע קהלה אויפגענומען מהר"א שליט"א פאר מרא דאתרא עד ביאת משיח, אלע דריידלעך און פשעטלעך איז פונקט לסור אף
חלה דעקל אלערט
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 7:41 pm
דורך גאנצל
יא אין דיין מצב וואלט איך אויך געזוכט א חלה דעקל.....
ליהודים היתה אורה
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 7:46 pm
דורך מר. קלונימוס
.
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 7:51 pm
דורך גאנצל
i feel u all
ליהודים היתה אורה
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 7:55 pm
דורך מר. קלונימוס
זעט נישט וואס האסט אזוי מורא פון רבי חיים הערש, ער גייט טאקע זיין א ריזן רבי אבער ר' מענדל וועט אויך זיין א שיינער רבי
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 8:02 pm
דורך חב''ד הויזן
גאנצל האט געשריבן:זיין שטעלונג : ער איז א צומישט קינד, מיינונג באזירט אויף וואס די רוח פארט אים בעסער אויף די מינוט, אין ירושלים געווען א סיקריק ביזן הימל , זיך צוריסן מיט'ן ראבד ירושלים תולדות אהרן דושינסקי בעיקר ביי עניני שמיטה ובית שמש קברים. דאהי אין אמעריקא גייט ער מער מיטן ליבעראלן רוח קאממאן קאור מעג מען וכדו' א ריכטיגע מטמא טהורים ומטהר טמאים......
דאס גאנצע התמנות איז איין שטיק פורים ווען די הויכע שישקעס ביי די זאליס זענען קעגן די גאנצע התמנות ר' זלמן לייב איז געפאלן פאר אפאר צוהיצטע יונגען וואס האלטן אים אינמיטן אריינשלעפן אין צענדליגער מיליאנען דאלער חובות פאר זיין אזוי גערופענעם בית המדרש החדש אויף פארעסט רד
די טיטול ווייסן זיי אויך נישט פונקטליך ווי אזוי צו שרייבן ווייל זיי ווייסן אז אבד קרית יואל איז פונקט גוט פאר די פאשקעווילן און זיי האלטן אים נישט ביים געבן קיין פאשקעוויל טיטול .... און אויסער דעם איז ער דאך נאך רב אין ירושלים.... און ס'קען זיין נעקסטע וואך וועט ער ווערן רב אין מאנסי אויך..... ווייל פארוואס נישט.....
ביזדערווייל אי זיין טיטול שבתדיגע רב אין ביהמד בנין אליהו
זיין סטאטוס יעצט אויף די מינוט : שבתדיגע רב אין בנין אליהו אין קרית יואל וואס איז יעצט סטאנאצירט האלב אויף 5 גארפילד און האלב אויף פארעסט רד זונטאג מאנטאג דינסטאג אין ווילי צו העלפן דעם טאטן פירן מערכות מיט הכשרים מיטוואך דאנערשטאג פרייטאג ביז חצות האלט ער שטארק אן ירושלים
ליהודים היתה אורה
קיין שום מין מענטש האט נישט קיין מין שום תוקף פון כח הרבנות אויף קרית יואל בכלל , קרית יואל האט געהאט א מרא דאתרא מרן רבינו הדברי יואל זצל ואחריו האט די צענטראלע קהלה אין וויליאמסבורג צוזאמען מיט די קרית יואלע קהל אויפגענומען מרן רבינו הברך משה זצל פאר מרא דאתרא ואחר פטירתו האט די צענטראלע קהלה אין וויליאמסבורג אינאיינעם מיט די קרית יואלע קהלה אויפגענומען מהרא שליטא פאר מרא דאתרא עד ביאת משיח אלע דריידלעך און פשעטלעך איז פונקט לסור אף
אייינמאל דו הייבסט אן מיט די 'צענטראלע קהילה' שטותים איז קעיס קלאזד. איך בין צענטראל יענער איז נישט צענטראל... גיוו מי עי ברעיק.
כ'האב געמיינט אז די ארוינים טענה'ן אז ר' אהרן איז שוין רב נאך ווען זיין טאטע האט נאך געלעבט.
איך זע נישט קיין צומישעניש מיט זיין טיטל, יעדער רופט אים אב''ד קרית יואל.
וועלכע צוהיצטע יונגען? ווי קומט דא אריין חובות?
מיט זיינע אומסטאבילע שטעלונגען ביזטו גערעכט.
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 8:24 pm
דורך גאנצל
אקעי איך וועל דיר פראבירן אנצופילן אביסל מיסיניג אינפאו,
קרית יואל, עכ"פ אין יענער צייט, איז געווען א חלק פון גרויס סאטמאר וואס האט געהאט אונטער זיך א קהלה בתי מדרשים קעמפס בוטשערס וכהנ,ה אויך האט דאס געהאט אונטער זיך א קרי' קרית יואל המעטירה,
ס'איז געווען לאקאלע קהלות אויך, אבער וויליאמסבורג איז געווען ווי די נערוו צענטער פון אלע קהלות,
קהל ייטב לב וויליאמסבורג איז געווען צענטראלע קהלה,
יעצט דאס וואס רז"ל מיטן הילף פון גבאי ומשמשים בקודש פון רבי'ן ז"ל האבן ארויסגעווארפן בכפי' די ראשי קהלה און גע'גנב'עט די קהלה פאר זיך האט קיין שום תוקף עפ"י תורה ווילאנג דאס ווערט לכל היותר איבערגערעדט און אויסגעפירט דורך א בי"ד של שלש כדת של תורה,
קהל ייטב לב איז היינט סטאנציאנירט אין 58 לי עוו. דאס איז וואס דו מיסט.
לגבי דאס וואס די רבי ז"ל האט אויפגענומען בנו בכורו בחייו אלס מרא דאתרא איז געווען בפה עכ"פ די ריכטיגע תוקף איז א ודאי נאכדעם וואס די קהלה האט אים אויפגענומען.
הצלחה רבה.
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 8:26 pm
דורך גאנצל
מר. קלונימוס האט געשריבן:זעט נישט וואס האסט אזוי מורא פון רבי חיים הערש, ער גייט טאקע זיין א ריזן רבי אבער ר' מענדל וועט אויך זיין א שיינער רבי
הרב ר' מענדל טייטלבוים בנו בכורו פון סאטמאר רב שליטא באזיצט איינע פון די שענסטע רבנותן אין עיר ווילי און ער זיצט דארט כמלך במלכותו אן דארפן וואוינען צווישן ווילי קרית יואל און ירושלים
געווען פארגאנגענע וואך אין ארץ ישראל און געפירט הערליכע מעמדים מיט א ריזן צבור לאכט א גוטס פון זיין קאזין
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 9:19 pm
דורך אינטערסאנטער
גאנצל בארואיגט אייך, ר' אהרן גייט ווייטער קענען פירן טיש פרייטאג צונאכטס מיט די בחורים (און נאך 30 אינגעלייט), דוד עקשטיין וועט ווייטער אנגיין מיט זיינע אקציעס, אלעס גייט ווייטער אנגיין אפילו רבי חיים הערש וועט זיין רב אין קרית יואל.
די קענסט זיך בארואיגן.
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 10:44 pm
דורך גאנצל
איך בין סאך רואיגער און מ'האלט זיך אונטער מיט א רואיגקייט וואספארא לעג ולקלס א קהלה איז ווען מ'האט קיין מנהיג,
ר' חיים הערש שטייט קיינעם אין וועג חוץ די התאחדות הרבנים און וואלאווע רב,
און אזוי ווי דו זאגסט, קרית יואל גייט זיך ווייטער פירן בעוז ובובורה אזוי ווי ביז היינט, גרעסערע ווי רז"ל האבן דאס שוין פראבירט אונטערצוברענגען ולא עלתה בידם.
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 1:18 am
דורך שמעון וואלף
חב''ד הויזן האט געשריבן:די ברך משה האט אים געמאכט פאר רב. דאס אז עס שטייט מעגליך אין די קאנסוס אז ער איז א שליח (כ'האב עס נישט געליינט, אדרבה ברענג עס) איז פשטות בלויז געווען א שיינע אויסדרוק צו ארויסברענגען זיין מאכט, אבער מען האט אים פארשטייט זיך קלאר אויפגענומען אלס אב''ד קרית יואל. ס'איז נישטא קיין וועג די ברך משה זאל נאך האבן א כח אים צו ווארפן און זיכער נישט יורש זיין אזא כח פאר א צווייטן. סך הכל קען ער זיך עסן דאס געזונט אויף זיין שלעכטע באשלוס צו רעפערן ר' אהרן פאר רב.
דער ברך משה האט נישט געהאט קיין כח צו מאכן א רב. איך ווייס נישט וויאזוי די ברך משה'ס התמנות איז צוגעגאנגען און טאמער ער אליין איז יא געווען א רב עפ"י תורה, אבער ס'מעגליך אז יא. אבער צו טיילן פאסטענעס פאר זיינע קינדער האט ער זיכער נישט געהאט קיין כח. ער האט געקענט בעטן מ'זאל מאכן זיין זון פאר רב און ווער ס'וויל קען מקבל מרות זיין פון אים אבער דעטס איט. איך גיי מיך נישט אראפלאזן צו פארענטפערן וואס מהרז"ל האט געזאגט, אבער צו זאגן אז די ברך משה האט געמאכט מהר"א פאר רב איז פונקט אזוינע שטותים.
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 5:13 am
דורך מן הסתם
וויפיל סקווער פיס איז ביהמ"ד ויואל משה בנין אליהו?
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 8:15 am
דורך [NAMELESS]
דער איד
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 8:24 am
דורך שמעקעדיג
גאנצל האט געשריבן:קרית יואל גייט זיך ווייטער פירן בעוז ובובורה אזוי ווי ביז היינט, גרעסערע ווי רז"ל האבן דאס שוין פראבירט אונטערצוברענגען ולא עלתה בידם.
למשל ווער?
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 8:26 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:קרית יואל גייט זיך ווייטער פירן בעוז ובובורה אזוי ווי ביז היינט, גרעסערע ווי רז"ל האבן דאס שוין פראבירט אונטערצוברענגען ולא עלתה בידם.
למשל ווער?
טראמפ ווען ער האט געהייסן פארשפארן די מוסדות ביי קאראנע
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 9:02 am
דורך חב''ד הויזן
ששון ושמחה האט געשריבן:דער איד
שוין. מ'קען פארמעקן רוב אשכול. זיי רופן אים נישט אב''ד קרית יואל נאר אב''ד קהילתינו.
די שאלה איז וויאזוי די אנדערע צייטונגען/ אויסגאבעס וועלן אים רופן. ס'איז קאמפליצירט.
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 9:07 am
דורך מן הסתם
חב''ד הויזן האט געשריבן:ששון ושמחה האט געשריבן:דער איד
שוין. מ'קען פארמעקן רוב אשכול. זיי רופן אים נישט אב''ד קרית יואל נאר אב''ד קהילתינו.
די שאלה איז וויאזוי די אנדערע צייטונגען/ אויסגאבעס וועלן אים רופן. ס'איז קאמפליצירט.
שטייט קהלתינו הק' קרית יואל, נישט בקרית יואל.
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 10:03 am
דורך חב''ד הויזן
נא, אב''ד פון די קהילה נישט פון די שטאט.
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 6:09 pm
דורך בעל דרשן
גאנצל האט געשריבן:מר. קלונימוס האט געשריבן:זעט נישט וואס האסט אזוי מורא פון רבי חיים הערש, ער גייט טאקע זיין א ריזן רבי אבער ר' מענדל וועט אויך זיין א שיינער רבי
הרב ר' מענדל טייטלבוים בנו בכורו פון סאטמאר רב שליטא באזיצט איינע פון די שענסטע רבנות'ן אין עיר ווילי און ער זיצט דארט כמלך במלכותו אן דארפן וואוינען צווישן ווילי קרית יואל און ירושלים.
געווען פארגאנגענע וואך אין ארץ ישראל און געפירט הערליכע מעמדים מיט א ריזן צבור לאכט א גוטס פון זיין קאזין
אויף שבת סליחות איז שוין באשטימט ווער ס'פארט קיין בני ברק?.....
גלייך נישט צו ר' מענדל טייטלבוים צו רבי חיים הערש דעם קרית יואל'ער רב! ס'איז ווי די שטעלסט צו ר' אהרן מרדכי צו רבי ישעי' יעקב פארטוגאל... רבי מענדל איז א חשוב'ער איד, פיין א בכור צו א מנהיג בישראל, רבי חיים הערש איז א צווייטע דערהער אינגאנצן! ער איז א איש מורם מעם, א הייליגע איד, ער איז פארהייליגט אין די גאנצע וועלט, אפילו הייסע ארונים שעצן אים און זענען אים מחשיב. פארפאלן, רבי זלמן לייב האט זוכה געווען צו גאר א חשוב קינד, לית מאן דפליג.
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 11:30 pm
דורך אברהם מעבר הנהר
וואס מיינט בכלל א רב היינט-צו-טאגס?
פסק'נען שאלות - דיין
פירן דין תורות - בית דין (אדער קארט...)
האלטן דרשות - רבי מיילעך און רבי יוסף חיים
שלום בית - עסקנים
כ'מיין דער גאנצער מסדר קידושין ביזנעס איז כדי אנצוהאלטן דעם כבוד פאר א רב וואס פפסקנט שאלות פירט די שטאט, אבער סידור קידושין לשם סידור קידושין? פארוואס פארווען?
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2023 12:48 am
דורך שמעקעדיג
חתמ'נען קול קורא'ס איז ביי דיר גארנישט?
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2023 1:02 am
דורך שמעון וואלף
מן הסתם האט געשריבן:חב''ד הויזן האט געשריבן:ששון ושמחה האט געשריבן:דער איד
שוין. מ'קען פארמעקן רוב אשכול. זיי רופן אים נישט אב''ד קרית יואל נאר אב''ד קהילתינו.
די שאלה איז וויאזוי די אנדערע צייטונגען/ אויסגאבעס וועלן אים רופן. ס'איז קאמפליצירט.
שטייט קהלתינו הק' קרית יואל, נישט בקרית יואל.
אזוי שרייבט מען אויף יעדע רב, נאר מיט ראשי תיבות. ניין?
אבד"ק קרית יואל
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2023 1:03 am
דורך תנחום
בעל דרשן האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:מר. קלונימוס האט געשריבן:זעט נישט וואס האסט אזוי מורא פון רבי חיים הערש, ער גייט טאקע זיין א ריזן רבי אבער ר' מענדל וועט אויך זיין א שיינער רבי
הרב ר' מענדל טייטלבוים בנו בכורו פון סאטמאר רב שליטא באזיצט איינע פון די שענסטע רבנות'ן אין עיר ווילי און ער זיצט דארט כמלך במלכותו אן דארפן וואוינען צווישן ווילי קרית יואל און ירושלים.
געווען פארגאנגענע וואך אין ארץ ישראל און געפירט הערליכע מעמדים מיט א ריזן צבור לאכט א גוטס פון זיין קאזין
אויף שבת סליחות איז שוין באשטימט ווער ס'פארט קיין בני ברק?.....
גלייך נישט צו ר' מענדל טייטלבוים צו רבי חיים הערש דעם קרית יואל'ער רב! ס'איז ווי די שטעלסט צו ר' אהרן מרדכי צו רבי ישעי' יעקב פארטוגאל... רבי מענדל איז א חשוב'ער איד, פיין א בכור צו א מנהיג בישראל, רבי חיים הערש איז א צווייטע דערהער אינגאנצן! ער איז א איש מורם מעם, א הייליגע איד, ער איז פארהייליגט אין די גאנצע וועלט, אפילו הייסע ארונים שעצן אים און זענען אים מחשיב. פארפאלן, רבי זלמן לייב האט זוכה געווען צו גאר א חשוב קינד, לית מאן דפליג.
וואס מאכט איהם הייליג? גיין איינגעבויגן מיט פארקלאפטע הענט? צו מיר קוקט ער אויס ווי א שטילער בטלן. ווארט נאר ביז עפענט זיך דאס מויל, מ'גייט זיך האלטן אינאיין דארפן פארענטפערן זיינע ראדיקאלע דרשות ווי די מידיע מיט ביידן...