בלאט 3 פון 4
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:00 am
דורך געפילטע פיש
גוט - Good
גיט - Give
ווען קומט א ס פאר לשון רבים צום סוף?
שרייבער שרייבערס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:05 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:גוט - Good
גיט - Give
ווען קומט א ס פאר לשון רבים צום סוף?
שרייבער שרייבערס?
איבער דעם איז נישט דא קיין כלל. נאר אן א סמך פאר א לשון רבים איז מער פארמאל. מיט א סמך איז מער היימיש, אדער "סלענג".
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:16 am
דורך זר זהב
אויב רעדט מען פון "איינצלנע" אפילו ס'מער פון ממש א יחיד וועט מען דאך שרייבן א ל' יחיד. ווי למשל מ'וועט שרייבן: "געוויסע שרייבער" נישט "געוויסע שרייבערס". ווען מ'רעדט צו א רבים זאגט מען "מיינע ברודער" (עיין ערך מונקאטשער רב: מיינע ברודער אין אמעריקע) אויב רעדסטו צו איינעם וועגן דיינע ברודערס זאגט מען "מיינע ברודער'ס".
כ"ז לפע"ד קען זיין איך בין ראנג.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:34 am
דורך ונבנתה העיר
זר זהב האט געשריבן:"מיינע ברודער"
ברידער, [ברודער איז א לשון יחיד].
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:59 am
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:דער ע פון שמייכלן זעהט מיר אויס איבעריג
לאו דוקא. (דער ע' פון
איבעריג, דאס איז פילייכט יא
איבריג!)
קוק ביי דיר ווי אזוי דו זאגסט עס ארויס.
אויב איז עס ווי מיט א סגול, דאן קומט יא דער ע'.
אויב איז עס ווי א שוא, קומט נישט.
איך בין יעצט איבערגעגאנגען פאר 2-3 מינוט עטליכע תגובות פון עטליכע אשכולות.
איך שרייב ווי אזוי דער ווארט באלאנגט ריכטיג (אן א ע')
און ווי אזוי דער עולם האט דא געשריבן
(געשריבען)זוכן
(זוכען / זיכען)האלטן
(האלטען) פארלוירן
(פארלוירען)אביסל
(אביסעל)געבן
(געבען)לעבן
(לעבען) (אקעי, דאס איז א עסן וואס מען עסט מיטן כף הקלע, אבער דאך..)דארפן/ווארפן
(דארפען/ווארפען)
אפשר וועל איך ברענגען נאך.
אבער תן לחכם ויחכם עוד.
אויב זאגט מען א ווארט ווי א סגול, למשל "געגאנגען", דאן קומט יא אן ע'.
זייער אסאך אזעלכע ווערטער שרייבט דא דער עולם נישט ריכטיג, מען פארפעלט דעם ע'.
ווי צב"ש
זענן
(זענען)ברענגן
(ברענגען)
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:56 am
דורך יידל
שמעקעדיג, דיין מעטאד איז ארביטערי. ראטה'ס "אידיש ווערטער אוצר" שרייבט ווי פאלגנד (איך לאז אויס אלע דוגמאות):
א. ראטה האט געשריבן:אין דער אויסשפראך פון דעם אונגאריש-גאליציאנער (אדער "חסיד'ישער" אידיש, דערקענט מען כמעט נישט קיין חילוק צווישן דער נאכזילבע (suffix) -ן (ווי "מאכ
ן") און דער נאכזילבע -ען (ווי קומ
ען). אינ'אמת'ן איז לכתחלה געווען בלויז די נאכזילבע -
ען, ווי מען זעט אין אלטע אידישע ביכער - א שטייגער צאינה וראינה - שטיין "מאכען", און ווי מען שרייבט נאך ביז היינט אויף דייטש (machen). אין דער אויסשפראך פון פויליש-ליטוויש אידיש רעדנדע האט זיך אבער מיט די יארן געשאפן צוויי באזונדערע נאכזילבעס מיט אן אנדערע קלאנג (זיי לייגען א דגש אויפן "ע" ביי "קומ
ען", בעת ביי "מאכן" כאפט מען אריין דעם "ן".) אין שריפטליכען אידיש איז היינט אנגענומען דער כלל, אפילו ביי אונגאריש-גאליציאנע שרייבערס.
דער כלל איז באזירט אויף דעם אות/יות וואס קומט הארט פאר די נאכזילבע.
אויב דער אות פאר דעם
ן איז איינער פון די פאלגענדע אותיות, לייגט מען צו די נאכזילבע -
ען.
ווען דער אות פאר דעם
ן איז א
ל, איז דער כלל געוואנדען לויט דעם אות וואס קומט פאר דעם
ל.
אויב דער אות פאר דעם ל איז א וואקאל, לייגט מען נישט צו קיין ע.
אויב דער אות פאר דעם ל איז א קאנסאנאנט, לייגט מען צו אן ע.
ווען דער אות פאר דעם ן איז סיי וועלכע אנדער אות אויסער די אויבנדערמאנטע, לייגט מען נישט צו קיין ע.
אן אויסנאם איז ווען דאס אריגינעלע שורש ווארט קומט לכתחלה מיט אן ע צום סוף. דאן לאזט מען אלעמאל דעם ע פאר דעם ן. אפילו ווען עס שטימט נישט לויט די פריערדערמאנטע ספרים.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:04 am
דורך שמעקעדיג
וואס איז דאס ארביטערי?
איך בין נישט קיין געבילדעטער אין שפראך, און איך קען נישט און פארשטיי נישט די הויכע שפראך און איבערגעשפיצטע וואקאבולירן (?).
איך בין פשוט אויפגעוואקסן און געליינט אסאך אידישע היינטיגע ביכער, און "איך בין א נאר און איך גלייב"...
איך דארף נישט די אלע דרושים לכל חפציהם, אפילו נישט פון די "מעלות" וואס גיט צו פארשטיין יעדן חודש אנדערע ווערטער ווי אזוי עס איז צושטאנד געקומען און זייער מקור א.א.וו.
איך וועל אפילו נישט מקפיד זיין ביי מיר אדער ביי יענעם צי מען שרייבט ברודער/ברידער, שיך/שוך, פיס/פוס, וכדומה. אבער ווערטער וועלכע איך טרעף קיינמאל נישט נאר אויף קאווע שטיבל (שטיבעל) מאכט מיך יא נערוועז.
בפרט אז כמעט אלע שרייבער דא מאכן די זעלבע גרייזן... זענען זיי געגאנגען אלע אין איין קלאס???..
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:13 am
דורך טאמבל סאס
זר זהב האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:איך וויל דער עולם זאל מעורר זיין מיינע טעותים, איך האב אנגעהויבן שרייבן אידיש די טאג וואס כ'האב מיך אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבל. סא אז איר זעט א ספעלינג מיסטעיק ביטע זייט מיר מעורר, נישט אין יענעם אשכול, כדי נישט יעדע אשכול זאל פארוואנעלט ווערן אין א 'שפראך און גראמאטיק' אשכול, נאר לייגט עס דא, אדער אין אישי.
יישר כח.
ג״א מצטרף, איך האב קיינמאל קיין אידיש נישט געשריבן ביז איך האב מיך אהער אריינגעסיינט, איך זע בחוש אז איך האב מיך אסאך צוגעלערנט אין די קארגע פאר חדשים וואס איך שרייב דא. אויב איינער באמערקט עפעס א טעות אין מיין געשרייבעכעץ זאל ער אזוי גוט זיין און מיך לאזן
וויסען.
וויסן
געשרייבעכץ
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:18 am
דורך טאמבל סאס
זר זהב האט געשריבן:דער ע פון שמייכלן זעהט מיר אויס איבעריג
איינע פון די סיבות פארוואס מ'קארגט היינט אויף די שימושים איז וויבאלד דער נייער שפראך עברית איז פיהל גרינגער צו לייענען און שרייבן טאקע צוליב וואס זי פארמאגט נישט די הונדערטע עי'ן און אלף'ס, און טאקע די א"י זענען ע"פ רוב די וואס שפארן.
שמייכלען, אפ' הערן הערט זיך עס טאקע אהן א ע' צום סוף קומט עס מיט א עין צום סוף, און דאס מאכט אז די די ל' זאל ווערן פון א חטף שווא (סיילענט), א דרוקנדע-שווא.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:55 am
דורך יידל
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס ארביטערי?
סארי, כ'האב געמיינט
ארביטרערי.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:10 pm
דורך זר זהב
לאו דוקא. (דער ע' פון איבעריג, דאס איז פילייכט יא איבריג!)
גלייב מיר איך האב געטראכט דערפון בשעת'ן עס שרייבן!!!
איך האלט אבער אז ס'קומט יא דער
ע אין
איבעריג ווייל איך זאג עס אביל מיט א סגול.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:06 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז דאס ארביטערי?
סארי, כ'האב געמיינט
ארביטרערי.
דאס דערמאנט מיך די באקאנטע מעשה פון "צפיחית בדבש". איך מיין די מעשה איז צו לאנג און "בארינג" איך וועל עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט" אי"ה. ועוד חזון למועד.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 7:48 pm
דורך איינער
קען איינער צוזאם נעמען אלע כללים וואס מען האט דא אויסגעשמועסט און עס ארויף לייגן אויף א פי. די. עף. לתועלת הציבור.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:18 pm
דורך קווארטין
געפילטע פיש האט געשריבן:גוט - Good
גיט - Give
איז נישט Give-ער "גיבט", און "גיט" מלשון 'א גיט באזיסער' (באזיצער)? בכלל וויזוי זאגט מען 'גיט באזיסער' אין אנגלית, אפשר רופט מען אים טאקע 'גוט באזיצער' ווייל ס'גייט אים גוט, מיר האט אלץ אויסגעזעען אז 'גיט' איז מלשון 'גארטן'.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:21 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'בין אלץ מסופק בנוגע
איך בין פיל מיט ...(אנגע'געסנקייט)
איך פיל / פיהל אז ...(דו האלסט אויך אזוי)
וויפיל ?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:40 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'בין אלץ מסופק בנוגע
איך בין פיל מיט ...(אנגע'געסנקייט)
איך פיל / פיהל אז ...(דו האלסט אויך אזוי)
וויפיל ?
דעתי דעת בעה"ב, full איז פול, און פיל איז א pill, אבער feel איז פיהל.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:41 pm
דורך קאווע טרינקער
יואש,
אין ענגליש ווייס איך
מיין שאלה איז בנוגע FEMALE-לשון (כ'מיין: מאמע לשון)
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:42 pm
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'בין אלץ מסופק בנוגע
איך בין פיל מיט ...(אנגע'געסנקייט)
איך פיל / פיהל אז ...(דו האלסט אויך אזוי)
וויפיל ?
דעתי דעת בעה"ב, full איז פול, און פיל איז א pill,
אבער feel איז פיהל.
אדער פיעל
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:00 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע איז גערעכט.
זר, "פיעל" איז נישט עכט א ווארט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:03 pm
דורך זר זהב
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:14 pm
דורך שמעקעדיג
אה, חב"ד האט אינגאנצן אן אנדער סארט אידיש ווי מיר (?) האבן.
איר פארשטעיט ניט?
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 12:21 pm
דורך שמעקעדיג
אין אייוועלט האט שוין מאשקע געקלאגט אויפן מצב הדור, די שפלות פון אונזער אמעראצעס.
איבעית אימא קען מען דאס אריינשטעלן ביים אשכול פון "טעותים אין אונזערע אויסגאבעס".
נעמט אייך די שעה/צוויי, לייענט און האט הנאה.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=17&t=4369
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 7:46 pm
דורך הציץ ונפגע
שמעקעדיג האט געשריבן:אין אייוועלט האט שוין מאשקע געקלאגט אויפן מצב הדור, די שפלות פון אונזער אמעראצעס.
איבעית אימא קען מען דאס אריינשטעלן ביים אשכול פון "טעותים אין אונזערע אויסגאבעס".
נעמט אייך די שעה/צוויי, לייענט און האט הנאה.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=17&t=4369
אין רעאקציע צו וואס מאשקע שרייבט דארט: איך פיר זיך טאקע עד כמה שידי יד כהה מגעת איבערצוליינען די צעטלעך וואס מיין זון ברענגט אהיים פון חדר און כ'טו פאררעכטן די גראמאטישע טעותים אויף ווי ווייט מעגליך.