בלאט 3 פון 3

Re:

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 12:50 pm
דורך נחום הסופר
עמק הבכא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 10:55 pm
וואלווי האט געשריבן:
עמק הבכא האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:אויב דו דארפסט עס נישט ווייל דו ביסט אן אינטראווערט איז וואס איז די פראבלעם?
למעשה פילט זיך עס נישט אין פלאץ צו שטיין אין א זייט ווען יעדער סאושעלייזט. מ’רעדט נישט פון socially awkward מענטשן, נאר מענטשן מיט א נארמאלע אנערקענטע מקום אין סאסייעטי.
אינטראווערטס זענען סאשעלי געזונט, זיי אפרישיעיטאן סאשעל פונקט ווי אן עקסטראווערט. די חילוק איז נאר וועלעכע סארט סאשעל אינטערעקשאן. בעצם איז א שאד אריין צו צווינגען אן אינטראווערט צו די סאשעל טעיסט פון אן עקסטראווערט. א יעדער איז געזונט און זיין פלאץ, און מ'דארף נישט סייקאדעליקס צו אויפשאקלען די זאך. אדרבה, די איינציגסטע הצלחה איז ווען מ'איז געזונט פארזיך אן פאקעסן צו ווערן א צווייטער. ס'איז לכוארה בעסער צו עמברעיסן דאס זיין אן אינטראווערט און זעהן צו ענדזשויען סאשעל לייף ווי אזוי ער איז באקוועם, ווייל דוקא זיין אייגענארטיגע סאשעל באהאנדלונג און א רוהיגע סעטינג איז געזונט פאר עם
זאגסט זייער גוט, למעשה איז אבער די וועלט אויסגעשטעלט פאר סאושעל מענטשן, יעדער איז אריינגעצווינגען אין די סארט מצבים אויף דער וועג פון סאושעלייזן, און בשעת מעשה פילט עס נישט גוט.
די וועלט נישט אזוי שטארק ווי די חרדי'שע וועלט, וואו מ'טרעפט זיך כסדר אויף שמחות, אין די בתי מדרשים. שוין אסאך געטראכט אז אלס גוי וואלט איך געהאט א לייכטערע לעבן (בנוגע די נקודה וואס @עמק הבכא שמועסט דא אויס)

Re: Re:

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:21 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
נחום הסופר האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 12:50 pm
עמק הבכא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 10:55 pm
וואלווי האט געשריבן:
עמק הבכא האט געשריבן: למעשה פילט זיך עס נישט אין פלאץ צו שטיין אין א זייט ווען יעדער סאושעלייזט. מ’רעדט נישט פון socially awkward מענטשן, נאר מענטשן מיט א נארמאלע אנערקענטע מקום אין סאסייעטי.
אינטראווערטס זענען סאשעלי געזונט, זיי אפרישיעיטאן סאשעל פונקט ווי אן עקסטראווערט. די חילוק איז נאר וועלעכע סארט סאשעל אינטערעקשאן. בעצם איז א שאד אריין צו צווינגען אן אינטראווערט צו די סאשעל טעיסט פון אן עקסטראווערט. א יעדער איז געזונט און זיין פלאץ, און מ'דארף נישט סייקאדעליקס צו אויפשאקלען די זאך. אדרבה, די איינציגסטע הצלחה איז ווען מ'איז געזונט פארזיך אן פאקעסן צו ווערן א צווייטער. ס'איז לכוארה בעסער צו עמברעיסן דאס זיין אן אינטראווערט און זעהן צו ענדזשויען סאשעל לייף ווי אזוי ער איז באקוועם, ווייל דוקא זיין אייגענארטיגע סאשעל באהאנדלונג און א רוהיגע סעטינג איז געזונט פאר עם
זאגסט זייער גוט, למעשה איז אבער די וועלט אויסגעשטעלט פאר סאושעל מענטשן, יעדער איז אריינגעצווינגען אין די סארט מצבים אויף דער וועג פון סאושעלייזן, און בשעת מעשה פילט עס נישט גוט.
די וועלט נישט אזוי שטארק ווי די חרדי'שע וועלט, וואו מ'טרעפט זיך כסדר אויף שמחות, אין די בתי מדרשים. שוין אסאך געטראכט אז אלס גוי וואלט איך געהאט א לייכטערע לעבן (בנוגע די נקודה וואס @עמק הבכא שמועסט דא אויס)

כ׳מיין אז ס׳איז נאכאלץ טעקניקלי מעגליך צו זיין א געהעריגע חרדיש׳ע סיסטעם איד און דאך קאטן קארנערס (און אפילו סאך מער ווי דזשאסט קארנערס) און לעבן אן אינטראווערט סטייל לייף אין די אייגענע ד׳ אמות. וכן אנו נוהגים...

Re: Re:

נשלח: זונטאג פעברואר 25, 2024 3:50 pm
דורך נחום הסופר
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:21 pm

וכן אני נוהג לפעמים... אלעס איז מעגליך, אבער ס'ברענגט מ'זאל זיך (כסדר אדער אפט) אנשטויסן אין שוועריגקייטן

Re: קען מען ווערן סאושעל?

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:10 pm
דורך אברהם שנית מן השמים
קען איינער מאכן א ליסטע פון שאלות וואס מעקען פרעגן כדי צו עפענען א שמועס מיט מענטשען ספעשעלי ביי געוויסע זמנים ואו למשל
1 א גאסט
2 א חתן אדער א כלה
3 פרישע משפחה מיטגליד שוואגער שוועגרין איידעם שניר שווער שוויגער
4 עלטערע בחורים מיידלעך דעוועלעפאן א עלטערע טיפע נאנדזאזמענטל קשר

Re: קען מען ווערן סאושעל?

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:44 am
דורך ישי שטיינמעץ
עמק הבכא האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 7:04 pm מיין פראגע באציט זיך נישט צו מענטשן מיט שווערע סאציאלע פראבלעמען, און נישט צו אזעלכע וואס באזיצן נישט די מינימאלע סקילס ווי אזוי זיך אומצוגיין און קאנעקטן מיט מענטשן (אורחים בלע”ז) נאר דייקא געשמאקע נארמאלע מענטשן וועלכע קענען זיין באליבט און לייכט אין זייער סביבה און קענען אפי’ גוט אפקויפן מענטשן, אבער ווען ס’קומט צו סיי וועלכע סאושעל מאורע ארויס פון זייער טאג טעגליכן סדר היום, אדער ווען זיי באגענען זיך מיט צופיל פרעמדע מענטשן אינדרויסן פון זייער אינערליכן צירקל, וועלן זיי ווערן אומבאקוועם און שפירן נישט אין פלאץ. מען קען עס רופן אן אינטראווערט אדער סיי ווי אזוי מ’וויל.

דער פראבלעם קומט די מערסטע ארויס צום אויבערפלאך ביי משפחה שמחות וכדו’, וואו דער סאושעל מענטש וועט תיכף איינקלאפן מיט יעדן עלטער פעטער און שטיף קאזין מיט אזא נאטירליכקייט, בעת וואס דער אנדערער שטייט ווי א נאר אויפ’ן מארק זיך בייסנדיג די ליפן זיך וואונדערנדיג וואו זיין צונג וועלכע דינט אים שטענדיג אזוי גוט איז פלוצלינג נעלם געווארן.

איז וואס האלטן די היגע פילאזאפן, איז מעגליך פאר אן אינטראווערט צו ווערן אן עקסטראווערט כאטש לעת הצורך?
אינטערעסאנטע שאלה.

ס'בעצם שווער סתם צו ענפערען. ווייל ס'ווענד זיך וואס איז די שורש פון די פראבלעם.

סאו די ערשטע זאך איז צו אנאליזירען דעי זאך (כ'ריף עס נישט "פראבלעם" ווייל ס'לאו דוקא א "פראבלעם)

קודם דארפסטו אויספיגערען צו די סיבה פארוואס די ווילסט זיין מער סאשעל ביי א חתונה איז ווייל די אליינס ווילסט עס באמת. אדער צו פשוט ווען די זעהסט אנדערע סאשעלייזען רייצט עס דיר אן און די ווילסט עס אויך. אבער בעצם האט דיר עס נישט געצויגען.

ס'הייסט אזוי. ס'איז נישט אלעמאל א טובה צו סאשעלייזען מיט יעדעם. ס'דא מענטשען וואס פאר זיי איז עס גוט. און ס'דא מענטשען וואס ס'נישט גוט פאר זיי. ס'דא מענטשען וואס דארפען וואטשען אויף זייער ענערגיע. טאמער זיי עפענען זיך צו פיהל אויף פאר אנדערע ווערען זיי "אויסגעסאקט" . ס'איז נישט אזא טובה פאר זיי צו סאשעלייזען מיט די גאנצע וועלט.

ס'הייסט אזוי. מיט זייער טעגליכע סביבה האבען זיי זיך מסדר געווען. אבער ווען ס'קומט א גרעסערע ציזאמענקומפט שפירען זיי זיך נישט אזוי באקוועם ווייל ס'איז בעצם נישט אזוי גוט פאר זיי. ממילא זייער סאבקאנטשעס וויל נישט. און ס'נישט גוט זיך צו צווינגען. א מענטש דארף וויסען וואס ער שפירט. און עס מקבל זיין מיט פארשטענדעניש און ליבשאפט צו זיך אליינס. נישט זיין ברוגז אויף זיך אויף וויזוי מען שפירט. ווייל דאס איז נישט גוט. און נישט יעדער דארף זיין א גרויסע סאשעלייזער. ס'נישט א טובה פאר יעדעם.

נאכדעם קען זיין אז ס'דא אנדערע סיבות. און ס'קען זיין אז בעצם פאר דיר איז יא גוט צו אסאך סאשעלייזען נאר ס'דא עפעס וואס שטערט. דאן ברויך מען פיגערען וואס די פראבלעם איז און וויזוי מען קען עס היילען .

אויף יעדענס פאר טאמער ס'איז דיר זייער וויכטיג צו זיין מער סאושעל איז דא די באקאנטע עצה פון מאכען א "לחיים" טרינקען פארדעם אביסעלע. אז זאלסט ווערען אביסעלע בגילופין. אויף אזוי פיהל אז ס'זאל דיר אביסל לויז מאכען די צונג. אבער נישט אז די זאלסט מאכען א רושם פון א שיכור.
אדער אביסעלע מאריוואנא .... וכו' ...

אזוי צו אזוי איז אבער זייער וויכטיג אז די זאלסט דיר נישט קלאפען ווען די שפירסט אז די ביסט נישט אזוי סאשעל ווי אנדערע. פונקט ווי א קינד וואס שפירט אז זיין טאטע עקסעפט אים נישט און אז זיין טאטע וויל ער זאל זיין אזוי ווי "אנדערע" קינדער.... וואס דאס איז זייער א ווייטאגליכע געפיהל פאר א קינד.
די זעלבע זאך דיין נפש פון דיר אליינס איז אזוי ווי דיין קינד. ווען ס'שפירט אז ס'איז אראפגעקוקט ווייל ס'איז נישט אזוי ווי אנדערע איז זייער נישט געזונט פאר'ן נפש.

די ערשטע זאך איז "עקסעפטענס" וויסען אז יעדע מידה האט זיך זיינע מעלות און זיינע חסרונות און יענער בעסערע סאשעלייזער איז ביים אונטערשטע שורה לאו דוקא בעסער פון דיר. אזוי קענסטע זיך עקסעפטען מיט אהבה. און נאכדעם קען מען ארבעטען אויף וואס מען וויל ארבעטען מיט אהבה און פארשטענדעניש !