Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 7:46 am
אנגעהויבן האט זיך עס אין יאר תש''ח, ווען די ניי געבוירענער מדינה - איז נאך געווען טיף פארמישט אין שטורמישע שלאכטן מיט אירע ארומיגע אראבישע שכנים. אין צפון האבן זיי העפטיג געקעמפט קעגן לבנון און סיריע. אין דרום קעגן די עגיפטער, און מזרח זייט קעגן די ירדנישע קעניגרייך. די שלאכטן זענען געווען בלוטיגע און ברוטאלע, טויזענטער קעמפער פון ביידע זייטן זענען געפאלן אויף די שלאכט פעלדער. טויזענטער פאלעסטינער זענען געווען געצווינגן צו פליכטן פון זייער הייזער און דערפער, וואו זיי האבן געוואוינט פאר לאנגע הונדערטער יארן. די אויסגאנג פון די שלאכטן האט זיך מער ווייניגער גענדיגט אין גינסטן פון מדינת ישראל. די ירדנער זענען פארבליבן מיט אלט-שטאט ירושלים אינאיינעם מיטן גאנצן מערב ברעג. און סיריע איז פארבליבן מיט די גולן הויכן. און עגיפן האט אקופירט דאס סיני האלב-אינזעל און די גאנצע עזה פאס ביים בארטן פון ים. און אזוי זענען זאכן געפארן נישקשה ביז ווען די זעקס טאג מלחמה האט אויסגעבראכן אין יאר תשכ''ז.
דורכאויס די שלאכטן איז געלונגען פאר עוזי נרקיס דער קאמאנדיר פון די צענטראַלע קאמאנדא צו פארטרייבן די ירדנישע לעגיאָנערן פון איבער גאנץ יהודה און שומרון. דאס האט ערמעגליכט פאר די העכסט געשולטע פאראטרופן אונטער די פירערשאפט פון מוטי גור, צו שטורעמען דאס הר הבית און ווידער איינצונעמען אלט-שטאט ירושלים פון די הענט פון די ירדנער. אויפן צפון פראנט איז געלונגן פאר קאמאנדיר דוד אליעזר מיט זיינע ארמייען צו פארכאפן די מייעסטעטישע גולן בערג און די פארשנייטען חרמון. און אין דרום איז געלונגן פאר די גענעראלן ישעיהו גביש און צו זיין הערשאפט גענעראל אריאל שרון איינצונעמען דאס סיני האלב-אינזל און עזה... עזה איז געפאלן אונטער די מיליטערישע אקופאציע פון מדינת ישראל.
אין יאר תשל''ז האט די מדינת ישראל רעגירונג אויף די אינציטיוו פון דער פרעמיער מיניסטער מנחם בגין, אנגעהויבן צו פירן געהיימע פארהאנדלונגן מיט אַנוואר אל-סאדאט דער קעניג פון עגיפטן, איבער א פרידנס אפמאך צווישן מדינת ישראל און עגיפטן. דער הארטנעקיגער און רעכטער נאציאנאלער מיליטאנט מנחם בגין, וואס האט אמאל פראקאלאמירט: "איך ברענג נישט ארויף אויף די ליפן, אז איין שפאן פון אונזער לאנד, וועלכע איז געגעבן געווארן פאר די עלטערן פון אונזער עלטערן מיט א אייביגע אייביגקייט, וועט אמאל איבערגעגעבן ווערן צו א פרעמדע הערשאפט" איז ענדליך געקומען צו די קלארע געדאנקן און אנגעהויבן איינצוזעהן, אז עס איז פארהאן ווירדן וועלכע שטייען פילייכט העכער אידאלאגיע, און דאס איז שלום! אזוי צו זאגן אז פרידן און רואיגקייט און סטאביליטעט זענען מער וויכטיגער פאר ציוויליזאציע ווי נאציאנאלע שטאלץ.
די געשפרעכן האבן אנגעהויבן צו טראגן פרוכטן. נישט מער און נישט ווייניגער ט' כסלו תשל'ח – האט דער קעניג אל-סאדאט אינאיינעם מיט זיין סוויטע צום ערשטען מאל אין די היסטאריע געלאנדעט אין בן גוריון לופטפעלד אין תל אביב. דער קעניג מיט זיינע באגלייטער זענען גאר ווארים ערפאנגן געווארן דורך דער פרעמיער מיניסטער און זיינע מיניסטארן. דער באזוך האט אנגעהאלטן פאר דריי טאג. דאס באזוך האט זיך גענדיגט מיט סוקסעס. אין רעזולטאט פון דעם דאזיגע באזוך איז אן ענדגילטיגע פרידנס אפמאך צווישן מדינת ישראל און עגיפטן ענדליך אויסגעהאמערט געווארן אין קעמפ דעוויד, מיט די פארמיטלונג פונעם אמעריקאנעם פרעזידענט זשימי קארטער. ט''ו אלול תשל''ח איז דער אפמאך עמטליך אונטערגעשריבן געווארן אינעם ווייסן הויז אין וואשינגטאן.
אינעם אפמאך האט מדינת ישראל זיך פארפליכטעט אויפצוגעבן זייער אקופאציע אויפן סיני האלב-אינזל. דאס סיני האלב אינזל איז עמטליך אנעקסירט געווארן צו עגיפטן. דורכאויס די געשפרעכן אין קעמפ דעוויד האט בגין פארגעשלאגן פאר אל-סאדאט, אז עזה זאל אויך אריבערגיין צו עגיפטן, אבער אל-סאדאט האט דאס אפגעשלאגן, צילוב דעם וואס די לאנדשאפט אין עזה איז נישט געאייגנט פאר אַגריקולטור און לאנדווירטשאפט, דערפאר האט זיך דאס פאר אים פינאנציאליש נישט געלוינט. אזוי ארום איז עזה ווייטער געבליבן אלס א טייל פון מדינת ישראל. מדינת ישראל האט טיילווייז געשאנקן ארבייט צייגענישן פאר די ארימע פאלעסטינער אין עזה, וואס דאס האט זיי ערלויבט אריינצוקומען ארבייטן אין מדינת ישראל לעגאל. זינט דאן איז דאס זיכערהייטס צושטאנד אין עזה געווען פארהאלטנמעסיג רואיג.
אין יאר תשס''ה האט די מדינת ישראל רעגירונג, אויף די אינציטיוו פון דעם פרעמיער מיניסטער אריאל שרון, באשלאסן צו עוואַקואירן עזה. אפגעזען פון די שארפע ווידערשטאנד און די שטורעמישע דעמאנסטראציעס פון די פון די אידישע איינוואוינער אין די זידלונגען אין עזה, האבן די זיכערהייטס קרעפטן פון מדינת ישראל עוואַקואירט טויזענטער איינוואוינער פון גוש קטיף, נוה דקלים, און גני טל, און נאך, מיט געוואלד.
וואו נעמט מען די פארמעט און טינט צו באשרייבן די ווייטאג וואס די זידלונגער האבן געליטן אין יענע טראגישע טעג? זיי האבן פארלוירן זייערע הייזער און פארמעגנס, שולעס און געשעפטן זענען פארניכטעט געווארן, בתי מדרשים און ישיבות זענען פארשלאסן געווארן אויף שטענדיג, טויטע זענען אויסגעגראבן געווארן פון זייערע קברים. די טייכן טרערן האבן זיך געשלענגלט ביז צום מיטטלענדישן ים... איר וועט נאך חרטה האבן, עס אייך נאך באנק טאן - האבן אונז די זידלונגער געווארנט... זענען זיי געווען גערעכט?
סוכות תשפ''ד... שישו ושמחו בשמחת תורה... אה אה... האסט געהערט וואס ס'גייט פאר אין ארץ ישראל? ניין! וואס? הונדערטער גע'הרג'טע... פארכאפטע... א קאטאסטראפע... אה... די פארגאסענע טרערן פון די גוש קטיף זידלונגער קומען אונז אצינד בייסן... פארפאלן גאט האט א שוואכקייט צו אידישע טרערן....