בלאט 3 פון 4

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 11:19 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
א גוטע וואך טייערע מנהל און אלע וואס געבן זיך צו פארבעסערן אונזער שטיבל.

עפעס אישוס האב איך געהאט מיט מיין פעסווארד וואס צוךיב דעם האב איך נישט געהאט קיין עקסעס צו נייעם וועבזייטל, אבער שוין ב"ה מסודר. (כ'האב נישט געדענקט מיין אלטע פעסווארד, האב איך געמוזט מאכן א פרישע, און כ'האב פרובירט אבער ס'נישט געווען צופרידנשטעלענד, און קיין פינקטלעכע אנווייזונגן וויאזוי די פעסווארד ברויך זיין איז נישט ארויפגעקומען, אפשר וואלט כדי געווען יא ארויפצושטעלן קלארע אינסטראקשענס ?)

יעצט מיט נייעם הערליכע מאביל פרענדלי וועבזייטל ברויך איך שוין נישט האבן טעפעיטאלק.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 11:35 pm
דורך שפילער
ווען איך דריק ביי נאטיפעקעישאנס צו די תגובה גייט עס נישט צום ריכטיגן תגובה נאר נאכן צווייטן מאל דריקן

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 12:40 am
דורך הרב שיף
berlbalaguleh האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 9:26 pm הרב שיף: קליק אויף "קוויק לינקס". וועט ארויפקומען..."עקטיוו טאפיקס".

די ענדזשיניערן וועלכע האבן פארבעסערט דעם קאווע שטיבל האבן ברוב חכמתם באשלאסן אז ס'איז בעסער אזוי. ווייל זיי געבן דיר נאך 6 אנדערע אפשינס...!
יא אבער יעצו דארף איך דריקען צוויי קנעפלעך .

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 1:23 am
דורך שמעקעדיג
מר. קלונימוס האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 10:36 pm א. ווען איך גיי צו לעצטע תגובה מיט דרוקן די רויטע באקסל נעמט מיר עס יעצט צו אלטע תגובות וואס איך האב שוין געהאט געליינט.
ב. אשכול אינדרויסן זאגט יעצט די לעצטע הודעה אנשטאט ווי ביז יעצט ווען די אשכול איז געעפנט געווארן.
א. אייוועלט האט געהאט די זעלבע אישו, זייערע טעכניקער האבן געארבעט דערויף און עס מסדר געווען ביז אפאר טעג. אפשר קען הרב @לאשיצער טון דאס זעלבע.

ב. דאס איז א משוגעת וואס אין אייוועלט איז אויך אזוי געווארן זייט זייער אפדעיט, און אידטיש איז לכתחילה אזוי. איך ווייס נישט אויב דאס איז א סעטינג וואס מען קען טוישן אדער א פערמאנענטע "פיטשער" וואס מען קען נישט טוישן. אויף אייוועלט האבן אסאך פארלאנגט צוריקצוטוישן אבער אן ערפאלג.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 1:29 am
דורך שמעקעדיג
איך וואלט אויך געקענט באשטיין מען זאל אראפנעמען דעם דאטום וואס קומט ארויף אויבן אינעם ציטיר קעסטל (ווען מען ציטירט איינעם). עס איז צו לאנג. לכה"פ זאל דער נאמען זיין בעפאר דעם דאטום.

אגב, פאר די וואס ווייסן נישט, ביי יעדע ציטיר קומט א דינע עראו אויף ארויף ⬆️ (נאך די ווערטער "__" האט געשריבן) וואס אויב מען קליקט דערויף גייט עס צוריק צום אריגינעלע תגובה וואס ווערט געקוואוט (ענליך צו וואטסעפפ...)

אויכעט קען מען נוצן עמאודזשיס, אויסער די "סמייליס" (די גרינע און ברוינע מענטשעלעך). אויפן קאמפיוטער, גיב א קליק אין דיין תגובה וואס דו שרייבסט אויף א ליידיגע פלאץ, די ערשטע אפציע איז עמאודזשיס. אויפן טעלעפאן איז עס די זעלבע וועג ווי אזוי דו מאכסט עמאודזשיס אין אנדערע עפפס.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 1:40 am
דורך שמעון וואלף
שכח @מנהל און די גאנצע הנהלה.
שכח @לאשיצער פאר די געוואלדיגע ארבעט.

איך וואלט פארגעשלאגן אז ס'זאל זיין א לייק קנעפל אויך אינטן פון יעדע תגובה. מאכט זיך אסאך אז מ'ליינט א געשמאקע תגובה און מ'וויל נישט מפסיק זיין אינדערמיט. ביים ענדע טרעפט מען זיך היפש אראפ און נישט אייביג וויל מען נעמען דינמי ארויפצוקריכן און טרעפן די לייק קנעפל.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 1:48 am
דורך שמעקעדיג
א גוטע איידיע שמעון וואלף, אבער איך מיין אז עס איז נישט פאראן אזא אפציע.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:57 am
דורך שמעקעדיג
עס פעלט די אפציע פון זוכן מיט גוגל

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 9:42 pm
דורך סעמיט
הערליכע אפגרעיד. יישר כח!

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 9:53 pm
דורך יאסל ראקאווער
שכויעך הרבה מאוד

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:32 pm
דורך שלג זהב
שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:40 pm למעשה האב איך ליב די סיסטעם פון אייוועלט בעסער, דהיינו א באזונדערע לייק קנעפל און דערינען די סכום לייקס וואס די תגובה האט באקומען.
מ'קען נישט מאכן עפעס אזויווי טעפעטאלק אז מ'קען זעהן די סכום לייקס, און ווען מ'קליקט אויף די נאמבער זעהט מען א ליסט פון אלע וואס האבן געלייקט?

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:41 pm
דורך שעפטאל
מ'באקומט נאך נישט קיין נאטיפעקאציע ווען מ'ווערט גע'טעג'ט

ווי אויך, אויב מ'שרייבט זיך איין אז מ'זאל נישט זעהן אז מ'איז יעצט דא, זעהט מען נאך אלס דעם ניק אונטען ביים פארום ווי ער געפינט זיך [נאר מיט שיעפע אויתיות]

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:01 pm
דורך פרוכט זאפט
ס'איז דא א וועג צו זעהן אלע לייקערס, נישט נאר די ערשטע 15?

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 3:50 am
דורך פאליטיקאנט
שוין אפאר טעג וואס איך פרוביר צו אריינגיין אינעם שטיבל דורך טאפאטאלק, שוין אפדעיטעד, פון פריש אינסטאלירט, און אינגאנצן געמעקט די עפפ... ווען כ'האב געטראכט לאמיך ביז דערווייל ליינען אויפן סייט.....

וואו! הערליך און שנעל, ממש וואס די רבי (שמעקעדיג) האט געבעטן!

יש"כ מנהל, לאשיצער, און אלע אנדערע וואס האבן ארויסגעהאלפן.
כ'פיל מיך סוקסעספול אז איך בין געװען גרייט צו העלפן....

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 3:55 am
דורך פאליטיקאנט
קומענדיג פון טאפאטאלק... איז מעגליך צו מעקן אשעולות אלס געליינט (mark as read)?

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 8:03 pm
דורך צוזאמגעדרייט
מיך איז זייער שווער צו ליינען אויף די נייע סיסטעם. איך ברויך די שיינע גראבע אותיות פון טאפעטאלק. הגם די נייע סיסטעם איז בעסער פונעם אמאליגן סייט, איז דאס נאכאלץ זייער רוישיג און קליין.

@מנהל שכוח פאר אלע ארבעט וואס מען לייגט דא אריין. אויב מעגליך צוריק צו עפענען טאפעטאלק אדאנק.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:40 am
דורך שעפטאל
מ'קען אויסשטעלן מ'זאל נישט זעהן די לעצטע מאל כ'האב אריינגעסיינט? (ביי די אלטע סיסטעם האט עס גע'ארבעט)

יישר כחכם!

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 4:11 am
דורך הערינג מאכער
מ'זאל מאכן אביסל א שטערקערע צענזור, אן בילדער פון פרויען וכדו'... נישט אזוי ווי איי וועלט אבער פארט זאל די קאווע שטיבל פלאטפומע האבן אן אידישן טעם. א דאנק!

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:26 am
דורך קהל'ס נער
הערינג מאכער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 4:11 am מ'זאל מאכן אביסל א שטערקערע צענזור, אן בילדער פון פרויען וכדו'... נישט אזוי ווי איי וועלט אבער פארט זאל די קאווע שטיבל פלאטפומע האבן אן אידישן טעם. א דאנק!
אויסגעלאסענע בילדער זענען נישט ערלויבט דא.
צניעות׳דיגע בילדער איז נישטא קיין שום סיבה צי מעקן, אלע היימישע צייטונגען ביז דרייסיג/פערציג יאר צוריק האבן ענטהאלטן בילדער פון פרויען.
ס׳איז די היינטיגע ענטייטעלד (פאר מיין שמירת עינים ברויך מען פארמעקען די פרויען) מענטעליטי וואס האט דאס גורם געוועהן.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 9:44 pm
דורך berlbalaguleh
הערינג מאכער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 4:11 am מ'זאל מאכן אביסל א שטערקערע צענזור, אן בילדער פון פרויען וכדו'... נישט אזוי ווי איי וועלט אבער פארט זאל די קאווע שטיבל פלאטפומע האבן אן אידישן טעם. א דאנק!
דיר שטערט ווען ס'דא בילדער פון פרויען וואס זענען אנגעטון צניעות'דיג? מיר נישט.!

אין די אלטע אידישע ליכט איז א סאך מאל געווען בילדער פון די סאטמאר'ע רביצין ווען זי האט באזוכט אין בית לפליטות אדער אין בנות ירושלים. או. קעי. דאמאלס האט זי נאך געהייסן "הרבנית פיגא טייטלבוים". שפעטער האט מען זיך דערמאנט אז זי הייסט אויך "אלטא".

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:37 am
דורך Media
לאשיצער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:18 pm
שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:40 pm למעשה האב איך ליב די סיסטעם פון אייוועלט בעסער, דהיינו א באזונדערע לייק קנעפל און דערינען די סכום לייקס וואס די תגובה האט באקומען.

אייוועלט ניצט אן אנדערע עקסטענשאן פאר זייערע לייקס. כ'דארף זען צי ס'איז מעגליך אריבערצופירן די דעיטא פון איין עקסטענשאן אין א צווייטן.
דא האסטו א נייע גוטע לייק קנעפל עקסטענטשן
https://www.canidev.com/store/cbb-react ... .1&lang=en

דא האסטו א DEMO
https://demo.canidev.com/phpbb32x/ucp.p ... -reactions

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:02 am
דורך Media
פארוואס האב איך פארלוירן די אפציע פון פריוואטע מעסעדזשעס?

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:14 pm
דורך טראפעלע
יעצט באמערקט אז די נייע אפדעיט האט אויך געברענגט לינק פריוויוס פאר יוטוב. נייס נייס 👍👍