בלאט 3 פון 4

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:41 am
דורך זאקן
נאך א מזל די זאגסט מיך אז ס׳איז דא אזא גמרא, איך גיי יעצט אנהייבן טוהן עבירה׳ס לשמה.

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:06 am
דורך חֶנְוָנִי
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:47 am
חֶנְוָנִי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 8:07 pm עמי אויב קוקט מען עס אן פון אן אוט אויף די באקט פערספעקטיוו, איז עס אן היבשע פרומע אויסגאבע און בכלל נישט מער ציוניסטיש ווי דער איד אדער מאמענט
די עיקר פייט קעגן די עמי איז מעגליך צוליב וואס ס'איז א נישט סאטמארע זאך וואס איז סוסקסעספול, גאנץ זעלטן ביים חרד'ישן ציבור אין ניו יארק
אין אידישקייט איז מאמענט (וואטסעפפ בלע"ז) פיל א שוואכערע אויסגאבע לענ"ד, און די פאקט אז ס'אידיש מאכט דאס נאך פילפארביג ערגער
קען זיין התאחדות האט דאס שוין טאקע גע'אסר'ט, אבער מ'פארקויפט עס געהעריג מיין איך
חנוני: איך האב דיר געוואלט געבן א לייק. נאר דיין מיינונג איבער מאמענט לאזט מיך נישט. מאמענט איז זייער א געשמאקע, ערליכע אידישע אויסגאבע. א סאך מאל האבן זיי א ביסל "נארישע" אינטערוויוס. נאר מ'דארף עס נעמען מיט א ביסל זאלץ.

כאטש מיסודם זענען זיי א סאטמאר'ע אויסגאבע. זיי גייען אבער נישט מיט דעם געוויינליכן סאטמאר'ע "שטראם" פון אויסגעדראשענע זאצן און מיינונגען וועלכע האבן שוין לאנג צוריק עקספייערט.

שטאטס דעם געוויינליכן נוסח אין סאטמאר פון אטאקירן א יעדן איינעם וואס איז נישט פון זייער גרופ, זענען זיי מער אויף די "אינקלוסיוו" זייט. זיי פרובירן כמעט א יעדע וואך צו ברענגען עפעס פאזיטיווע נייעס סיי פון מהר"א און סיי פון מהרי"י (געוועזענע זאלי'ס). די בני יואל מיט זייער פיהרער ר' יוסל וואלדמאן שליט"א זענען זיי אינגאנצן נישט גורס. ווייל אויסער קריגערייען און מחלוקת פארקויפן זיי גארנישט.
כ'האב מיר טאקע אויסגעדרוקט אז אין אידישקייט איז עס פיל שוואכער, אבער כ'האב מער געמיינט די אידישקייט וואס התאחדות אדער צימערמאן צו כל שום וחניכה דאית להם איז דא צו אסר'ן, און זייער פראבלעם מיט עמי איז אין א געוויסע זין ערגער מיט מאמענט
פון מיין זייט איז מאמענט פולי וועלקאם, טאקע ווייל זיי זענען אופּען מיינדעד אין א סעמפל אז מ'קען זיין א ערליכע פרומע צייטונג יעט קאנטרעווערסיאל, מאמענט איז א וואטסעפפ טיפ אויסגאבע און איך בין א ערליכע וואטסעפפ טיפ מענטש און איך בין זייער צופרידן מיט זיי

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 6:47 pm
דורך אפטימיסטיש
זאקן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:41 am נאך א מזל די זאגסט מיך אז ס׳איז דא אזא גמרא, איך גיי יעצט אנהייבן טוהן עבירה׳ס לשמה.
האלאו! דו קענסט אפילו אנהייבן צו טון עבירות שלא לשמה, ומתוך שלא לשמה בא לשמה...

אבער כ'גלייב דו האסט שוין אנגעהויבן נאך איידער דו האסט געוויסט פון די גמרא...

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 7:40 pm
דורך berlbalaguleh
אפטימיסטיש: ס'איז א גוט ווערטל. (דיין עצה אז ער זאל אנהייבן טון עבירות שלא לשמה). נאר אין מקרא יוצא מידי פשוטו. די ריכטיגע פשט פון די גמרא איז אז א סאך מאל קען א מענטש טון אן עבירה. נאר מיט א גוטע כונה. איז דער אייבישטער , כביכול. מער צופרידן פון דעים. בעסער ווי מ'זאל טון א מצוה אן כונה. כמצוות אנשים מלומדה. אדער טון די מצוה פאר זיינע אייגענע חשבונות פון געלט אדער כבוד.

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 7:47 pm
דורך אפטימיסטיש
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 7:40 pm אפטימיסטיש: ס'איז א גוט ווערטל. (דיין עצה אז ער זאל אנהייבן טון עבירות שלא לשמה). נאר אין מקרא יוצא מידי פשוטו. די ריכטיגע פשט פון די גמרא איז אז א סאך מאל קען א מענטש טון אן עבירה. נאר מיט א גוטע כונה. איז דער אייבישטער , כביכול. מער צופרידן פון דעים. בעסער ווי מ'זאל טון א מצוה אן כונה. כמצוות אנשים מלומדה. אדער טון די מצוה פאר זיינע אייגענע חשבונות פון געלט אדער כבוד.
א דאנק פארן fact טשעקן...

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:39 pm
דורך yesiknow
אפטימיסטיש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 9:46 am
זאקן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 8:36 am סתם בהמות, אויב די האסט שוין די תורה אין די ערד גיי טוה עפעס עבירות וואס די רעדסט זיך איין אז די גייסט האבן עפעס הנאה פון די עבירה, סתם מאכן א גניבה אויף א פאללעט עמי האבן זיי א עבירה אן קיין הנאה
אמר רב נחמן בר יצחק גדולה עבירה לשמה ממצוה שלא לשמה
(הוריות י:)
אויך א גמרא סוף ברכות בכל דרכיך דעהו אפילו בעבירה עיין שם כמבואר במי השילוח.

זה הענין של נעשה לו כהיתר כידוע ליודעי חן, גם הענין שנעשה לו כזכיות

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 11:35 pm
דורך אפטימיסטיש
yesiknow האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:39 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 9:46 am
זאקן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 8:36 am סתם בהמות, אויב די האסט שוין די תורה אין די ערד גיי טוה עפעס עבירות וואס די רעדסט זיך איין אז די גייסט האבן עפעס הנאה פון די עבירה, סתם מאכן א גניבה אויף א פאללעט עמי האבן זיי א עבירה אן קיין הנאה
אמר רב נחמן בר יצחק גדולה עבירה לשמה ממצוה שלא לשמה
(הוריות י:)
אויך א גמרא סוף ברכות בכל דרכיך דעהו אפילו בעבירה עיין שם כמבואר במי השילוח.

זה הענין של נעשה לו כהיתר כידוע ליודעי חן, גם הענין שנעשה לו כזכיות
דו מיינסט מסתם די גמרא ברכות סג. "דרש בר קפרא איזוהי פרשה קטנה שכל גופי תורה תלוין בה (משלי ג, ו) בכל דרכיך דעהו והוא יישר ארחותיך, אמר רבא אפילו לדבר עבירה,

פארשטיי איך שוין יעצט פארוואס די גמרא זאגט דארט תיכף דערנאך: "דרש בר קפרא לעולם ילמד אדם את בנו אומנות נקיה וקלה"

ווייזט אויס אז שוין אפילו אין יענע צייטן זענען די בעלי עבירה (לשמה) און ביכער גנבים געווען ארבעטסלאז... זאגט די גמרא: אז דו זעסט אז עס קומט דיר אונטער צופיל עבירות לשמה, גיי זיך א דזשאב!...

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 3:09 pm
דורך טעלעגראם
געווען א פרישע אינצידענט אין וויליאמסבורג?

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 10:54 am
דורך אייביג פרייליך
טעלעגראם האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 3:09 pm געווען א פרישע אינצידענט אין וויליאמסבורג?
יא ! חיות בדמות בחורים האבען צוגגגאנבעט די עמי פין טשעסנאט אין ווילי ! גנבים וואס זיי זענען ! אלע פין די זעלבע חדר !

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:24 pm
דורך מאנרא יונגערמאן
וויליאמסבורג האט נישט קיין געז סטאנציעס?

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:26 pm
דורך אלע צוזאמען
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:24 pm וויליאמסבורג האט נישט קיין געז סטאנציעס?
גאז סטאנציעס וואס פארקויפן די עמי, ניין אבער יא עטליכע ’ניוס סטענדס’ און טאקע א גרויסער עולם גייט אהין עס קויפן.

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:01 pm
דורך אפטימיסטיש
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 7:40 pm אפטימיסטיש: ס'איז א גוט ווערטל. (דיין עצה אז ער זאל אנהייבן טון עבירות שלא לשמה). נאר אין מקרא יוצא מידי פשוטו. די ריכטיגע פשט פון די גמרא איז אז א סאך מאל קען א מענטש טון אן עבירה. נאר מיט א גוטע כונה. איז דער אייבישטער , כביכול. מער צופרידן פון דעים. בעסער ווי מ'זאל טון א מצוה אן כונה. כמצוות אנשים מלומדה. אדער טון די מצוה פאר זיינע אייגענע חשבונות פון געלט אדער כבוד.
רעדנדיג פון 'אין המקרא יוצא מידי פשוטו' קומט אצינד אריין די נייעס אז די ביכער גנבים זענען ארומגעגאנגען צו בתי מדרשים און ארויסגע'גנב'עט די "פשוטו של מקרא חומשים" און עס ל"ע פארברענט :cry:

שאלו שרופה באש

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 4:45 am
דורך פון אונזערע
אפטימיסטיש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 5:01 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 7:40 pm אפטימיסטיש: ס'איז א גוט ווערטל. (דיין עצה אז ער זאל אנהייבן טון עבירות שלא לשמה). נאר אין מקרא יוצא מידי פשוטו. די ריכטיגע פשט פון די גמרא איז אז א סאך מאל קען א מענטש טון אן עבירה. נאר מיט א גוטע כונה. איז דער אייבישטער , כביכול. מער צופרידן פון דעים. בעסער ווי מ'זאל טון א מצוה אן כונה. כמצוות אנשים מלומדה. אדער טון די מצוה פאר זיינע אייגענע חשבונות פון געלט אדער כבוד.
רעדנדיג פון 'אין המקרא יוצא מידי פשוטו' קומט אצינד אריין די נייעס אז די ביכער גנבים זענען ארומגעגאנגען צו בתי מדרשים און ארויסגע'גנב'עט די "פשוטו של מקרא חומשים" און עס ל"ע פארברענט :cry:

שאלו שרופה באש
רח''ל מ'דארף זיי אפשטעלן ווי שנעלער אז נישט האב איך מורא אז זיי וועלן אנהייבן צו פארברענען ספרי תורה וואס די סופר גייט צי די טמאנע בחירות וואס די הייליגע בעלזע רב האט מחרים געוועזן...

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 4:05 pm
דורך yesiknow
קען איינער מברר זיין אז על פי הלכה האט מען געמעגט פארברענען די חומשים? איך פארשטיי אז עס איז דא איסור מיט א גאר קליינע חלק וואס ער ברענגט ראשונים וואס טייל ווילן דאס נישט לערנען, אבער דאס צו נעמען צו נעקסט לעוועל און פארברענען איז א שטיקל שפרינג! לבי אומר לי אז זיי גייען חרטה האבען אויף די אקט איך האף אז מען קען תשובה טהון אויף דאס.

ס'איז ידוע אז אין בעלז האט מען נישט געלערנט פארשידענע ספרי אחרונים (אפשר אפילו ראשונים) אין סאטמאר האט מען נישט געלערענט קהתי (שטיינזאלץ) אבער מען זאל פארברענען די ספרים האט מען נישט געהערט, איז דאס אכשר דרא?

חג שמח לכולכם

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 7:50 pm
דורך צקון לחש
yesiknow האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 4:05 pm קען איינער מברר זיין אז על פי הלכה האט מען געמעגט פארברענען די חומשים?

ווען ס'קומט צו אידישקייט איז הלכה גאנץ א קליינע פאקטאר, כנודע

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:11 pm
דורך אפטימיסטיש
צקון לחש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 7:50 pm
yesiknow האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 4:05 pm קען איינער מברר זיין אז על פי הלכה האט מען געמעגט פארברענען די חומשים?

ווען ס'קומט צו אידישקייט איז הלכה גאנץ א קליינע פאקטאר, כנודע
אזוי ווי כ'האב פונקט געהערט אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט ר' דוד כ"ץ - משגיח כשרות, ווי ער טרייט צו פארענטפערן די מנהג וואס מאנכע פירען זיך נישט צו עסן -אום פסח - ירקות וואס מ'קען נישט אפשיילן, און דערביי רייסט ער אראפ די אלע וועלכע עסן romaine lettuce אום פסח, טראץ וואס מ'קען עס נישט אפשיילן, איי פרעגט ער א קושיא: וויאזוי קען זיין אז מ'נוצט עס דאך ביים סדר אלס מרור? ממילא וואס איז אנדערש דער סדר נאכט ווי די רעשט פון פסח??

נאר וואזשע דען? - איז ר' דוד כץ ממשיך - פסח ביינאכט האמיר ליידער נישט קיין ברירה ווייל דער אייבערשטער האט באפוילן צו עסן מרור... ועל הראשונים אנו מצטערים... משא"כ א גאנץ יו"ט שטייט אונז נישט דער אייבערשטער אין וועג... פשט איז: ר' דוד כ"ץ וכת דיליה פארמאגן א רעליגיע וואס ענדלט אביסל צו אידישקייט, און טיילמאל איז עס א סתירה מיט וואס דער אייבערשטער באגערט, און בלית ברירה פאלגט מען דעם באשעפער און מ'עסט דעם מרור כמי שכפאו שד... אבער הלואי וואלט דער אייבערשטער בכלל נישט געגעבן פאר זיי די תורה, אזוי וואלטן זיי געקענט אנגיין מיט זייער חרד'יזם אומגעשטערט

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:14 pm
דורך מר. קלונימוס
ער זאגט אזוי ווי די ישמח משה האט זיך געפירט אז ער האט נישט געגעסן מצה נאר ביים סדר ווען מ'מוז, ער האט חושש געווען סתם אזוי

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:20 pm
דורך אפטימיסטיש
מר. קלונימוס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:14 pm ער זאגט אזוי ווי די ישמח משה האט זיך געפירט אז ער האט נישט געגעסן מצה נאר ביים סדר ווען מ'מוז, ער האט חושש געווען סתם אזוי
דער ישמח משה איז נישט ארויפגעקומען אויף קול מבשר פארלאנגען אז יעדער זאל אזוי טון, ער האט זיך אליינס מחמיר געווען מטעמו הכמוס

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 11:40 pm
דורך yesiknow
מר. קלונימוס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:14 pm ער זאגט אזוי ווי די ישמח משה האט זיך געפירט אז ער האט נישט געגעסן מצה נאר ביים סדר ווען מ'מוז, ער האט חושש געווען סתם אזוי
די תורה זאגט "שבעת ימים תאכל מצות" דאס מיינט אז מן התורה קען -מוז (מעג) מען עסען אלע זיבען טעג מצות לא נתנה תורה למלאכי השרת יעדער קען- מעג מחמיר (מקיל) זיין לפי תאוותו אבער זאגען אז מען טאר נישט נאר פאר די כזיתים איז נאר על פי סוד מן הסתם

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2024 3:27 am
דורך קהל'ס נער
אפטימיסטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:11 pm
צקון לחש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 7:50 pm
yesiknow האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 4:05 pm קען איינער מברר זיין אז על פי הלכה האט מען געמעגט פארברענען די חומשים?

ווען ס'קומט צו אידישקייט איז הלכה גאנץ א קליינע פאקטאר, כנודע
אזוי ווי כ'האב פונקט געהערט אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט ר' דוד כ"ץ - משגיח כשרות, ווי ער טרייט צו פארענטפערן די מנהג וואס מאנכע פירען זיך נישט צו עסן -אום פסח - ירקות וואס מ'קען נישט אפשיילן, און דערביי רייסט ער אראפ די אלע וועלכע עסן romaine lettuce אום פסח, טראץ וואס מ'קען עס נישט אפשיילן, איי פרעגט ער א קושיא: וויאזוי קען זיין אז מ'נוצט עס דאך ביים סדר אלס מרור? ממילא וואס איז אנדערש דער סדר נאכט ווי די רעשט פון פסח??

נאר וואזשע דען? - איז ר' דוד כץ ממשיך - פסח ביינאכט האמיר ליידער נישט קיין ברירה ווייל דער אייבערשטער האט באפוילן צו עסן מרור... משא"כ א גאנץ יו"ט שטייט אונז נישט דער אייבערשטער אין וועג... פשט איז: ר' דוד כ"ץ וכת דיליה פארמאגן א רעליגיע וואס ענדלט אביסל צו אידישקייט, און טיילמאל איז עס א סתירה מיט וואס דער אייבערשטער באגערט, און בלית ברירה פאלגט מען דעם באשעפער און מ'עסט דעם מרור כמי שכפאו שד... אבער הלואי וואלט דער אייבערשטער בכלל נישט געגעבן פאר זיי די תורה, אזוי וואלטן זיי געקענט אנגיין מיט זייער חרד'יזם אומגעשטערט
ווער ווייסט וויפיל אידן די אייבערשטער האט שוין מכשיל געוועהן דורך זיי הייסן עסן די מרור וואס מען קען נישט שיילן…

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2024 6:26 am
דורך עמקות התם
yesiknow האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 11:40 pm
מר. קלונימוס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 8:14 pm ער זאגט אזוי ווי די ישמח משה האט זיך געפירט אז ער האט נישט געגעסן מצה נאר ביים סדר ווען מ'מוז, ער האט חושש געווען סתם אזוי
די תורה זאגט "שבעת ימים תאכל מצות" דאס מיינט אז מן התורה קען -מוז (מעג) מען עסען אלע זיבען טעג מצות לא נתנה תורה למלאכי השרת יעדער קען- מעג מחמיר (מקיל) זיין לפי תאוותו אבער זאגען אז מען טאר נישט נאר פאר די כזיתים איז נאר על פי סוד מן הסתם
לשיטת הגר"א איז די גאנצע 7 טעג א המשך פונעם אפיקומן,

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2024 10:11 am
דורך yesiknow
ביטע צוצייכענען ולדעתו מותר לאכול אחר אפיקומן שהכל נכלל בו ממילא?

דרך אגב רציתי לשאול אם אתה לא המחשבה (החושב) אז מי היא זה?
גם בתמימות אסור להיות שוטה רנ"ב

נשלח: פרייטאג אפריל 26, 2024 11:43 am
דורך הכנה דרבה
כריין קען מען שיילן, די שאלה איז נאר וואס איז מיט די טרויבן וואס מ׳נוצט פאר די מאסט.