בלאט 3 פון 4
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 2:55 pm
דורך אבי גערעדט
רבותי, איך זיך א שיינע געשמאקע הגדה, אויף לשון קודש א שטייגער ווי נר יהושע אויף אידיש (די בעסטע אידישע הגדה פאר עדאלטס, לדעתי) מיט שיינע געשמאקע תורהלעך ווערטלעך סיפורים וכדומה, א הגדה וואס זאל מיך האלטן פארנומען במשך די סדר אין איבער יו"ט, איך האב שוין געקויפט אזויפיל הגדות, אבער קיינער האט נישט געטון דעם דשאב, וואס איז רעקאמאנדירט?
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 3:52 pm
דורך יידל
אבי גערעדט האט געשריבן:רבותי, איך זיך א שיינע געשמאקע הגדה, אויף לשון קודש א שטייגער ווי נר יהושע אויף אידיש (די בעסטע אידישע הגדה פאר עדאלטס, לדעתי) מיט שיינע געשמאקע תורהלעך ווערטלעך סיפורים וכדומה, א הגדה וואס זאל מיך האלטן פארנומען במשך די סדר אין איבער יו"ט, איך האב שוין געקויפט אזויפיל הגדות, אבער קיינער האט נישט געטון דעם דשאב, וואס איז רעקאמאנדירט?
דער בעל נר יהושע האט אויך ארויסגעגעבן עטליכע יאר צוריק א הגדה ״פאר ראובן״ אין לשה"ק מיט הערליכע געקליבענע דברי תורה. כ'ווייס נישט צו ס'נאך דא צו באקומען.
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 4:38 pm
דורך פערינא
איך זיך ווי מען קען קויפען לאקאלי די סאראיעווע הגדה, א שיינע קאפי מיט א נורמאלע פרייז, נישט 500 דולר..
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 4:53 pm
דורך days
קרעמער1 האט געשריבן:אינטרעסאנט אז איך זעה נישט דערמאנט די באקאנטע הגדה בית אברהם-בית אהרן, די אזויגערופענע "געשריבענע הגדה" וואס אין די יונגע יארן האב איך זיך מחיה געווען דערמיט.
איך געדענק נאך ביז היינט א טייל פון די שיינע "כוס של ברכה" פשעטל...
בית אברהם בית אהרן איז א ווינדערליכע הגדה
ווער עס קוקט אריין דערין איז עס זייער מפליא
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 5:42 pm
דורך יידל
פערינא האט געשריבן:איך זיך ווי מען קען קויפען לאקאלי די סאראיעווע הגדה, א שיינע קאפי מיט א נורמאלע פרייז, נישט 500 דולר..
230 דאלער איז א נארמאלע פרייז?
http://www.amazon.com/gp/offer-listing/ ... ition=usedנאדיר נאך, פאר ביליגער
http://www.google.com/search?q=The+Sara ... 9ASyroDoCg
נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 8:19 pm
דורך וויליאמסבורגער
יידל האט געשריבן:אבי גערעדט האט געשריבן:רבותי, איך זיך א שיינע געשמאקע הגדה, אויף לשון קודש א שטייגער ווי נר יהושע אויף אידיש (די בעסטע אידישע הגדה פאר עדאלטס, לדעתי) מיט שיינע געשמאקע תורהלעך ווערטלעך סיפורים וכדומה, א הגדה וואס זאל מיך האלטן פארנומען במשך די סדר אין איבער יו"ט, איך האב שוין געקויפט אזויפיל הגדות, אבער קיינער האט נישט געטון דעם דשאב, וואס איז רעקאמאנדירט?
דער בעל נר יהושע האט אויך ארויסגעגעבן עטליכע יאר צוריק א הגדה ״פאר ראובן״ אין לשה"ק מיט הערליכע געקליבענע דברי תורה. כ'ווייס נישט צו ס'נאך דא צו באקומען.
איך האב דעם ספר און ס'טאקע א הערליכע ארבייט, נאר ס'איז גראדע נישט קיין הגדה. ד"ה ס'האט נישט די טעקסט פון די הגדה, אבער ס'איז אויף די הגדה. כ'האב שוין לאנג געטראכט אז ס'איז א שאד דער מחבר דרוקט עס נישט איבער ווי א געהעריגע הגדה.
גוגל בוקס האט א בילד פון דעם ספר

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 2:43 pm
דורך עפעס גוט
עוז והדר האט ארויסגעגעבן א מתיבתא הגדה א מעכטעגע ארבעט הערליך שיין
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 2:46 pm
דורך לעמיל
איך האב עס געוואלט קויפען, קיין איין סטאר האט עס שוין נישט געהאט
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 3:51 pm
דורך געפילטע פיש
נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 6:03 pm
דורך קאווע טרינקער
עפעס גוט האט געשריבן:עוז והדר האט ארויסגעגעבן א מתיבתא הגדה א מעכטעגע ארבעט הערליך שיין
זיי האבן אויך פארפאסט א נייע פיוט מיטן נאמען
"אלמעכטיגער טאג"די יקירי ירושלים, וואס זענען נישט נהנה וכו', און קענען קיין אות אידיש, ניטאמאל וואס "גאט" איז ווייסען זיי נישט..
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 7:09 pm
דורך SHWONTS
דער וואונדערליכער שרייבער ר' שלו' מאיר וולך, האט ארויסגעגעבען מער פהילע הגדות של פסח וואס זענען נישט דערמאנט דא.
וואס איך געדיינק פון זיי איז הגדת ר' צדוק מלובלין, שערי ארמון, אבותינו ספרו לנו, והגדת, און נאך אסאך.
א הגדה נאך פסח, איז אזויווי א אתרוג נאך סוכות?
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2013 8:06 pm
דורך זר זהב
ניין, א אתרוג - עט ליעסט - ווארט נאך פאר טו בשבט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:27 pm
דורך יידל
SHWONTS האט געשריבן:דער וואונדערליכער שרייבער ר' שלו' מאיר וולך, האט ארויסגעגעבען מער פהילע הגדות של פסח וואס זענען נישט דערמאנט דא.
וואס איך געדיינק פון זיי איז הגדת ר' צדוק מלובלין, שערי ארמון, אבותינו ספרו לנו, והגדת, און נאך אסאך.
טייל פון זיי זענען גראדע יא דערמאנט געווארן דא
viewtopic.php?p=2283#p2283
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:57 pm
דורך בדחן
שוין אביסל שפעט אבער דאך, הגדה של הפסח ״בהלכה ואגדה״ איז די בעסטע הגדה צו ניצען בשעת דעם סדר,
שיינע קלארע אותיות, בקיצור טעמים ורמזים אויף אלעם פינעם סדר נאכט, הלכות, ועוד, זיכער איז בעסער ווען מען קוקט זיך אלעס פאר בעפאר און מען ווייסט עס אויסעווענדיג, אבער פאר א ערזאץ און אפילן איינער וואס ווייסט יא אלעס איז ער זייער גוט.
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 2:30 pm
דורך מ גפני
איך זוך אן הגדה געשריבן מיט לייכטע לש"ק אדער אויף אידיש וואס לייגט שיין אראפ דעם סיפור יציאת מצרים עס זאל זיין גרינג און שיין איבערצולייענען פאר די קינדער ביים סדר, כ'האב געזען הגדה מרבה לספר פון הוצאות שי, ער לייגט דאס זייער שיין אראפ אבער זייער לאנג, איינער ווייסט פון עפעס קורצער?
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 2:34 pm
דורך סאשי פיש
כפתור ופרח האט א שיינע אידישע הגדה מיט קורצע מעשות אזוי אויך שיין באשריבען די סיפור יציאת מצרים.
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 2:35 pm
דורך מ גפני
געזען, ס'איז צו פרויענ'יש
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 2:45 pm
דורך איש עברי
נשלח: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:05 pm
דורך היסטאריקער
הגדה "שבחו אהובים״ איז זייער גוט, ביאור, סיפור יצ״מ, הלכה, אלעס בקיצור
נשלח: דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:45 am
דורך ברוך בערל
The Katz hagadda
העליכע ארבייט
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 2:06 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז דא א באקאנטע ווערטעל פון חכם עובדיה יוסף ס"ט, וואס גייט בערך אזוי: מרן (-ר' יוסף קארו) הייבט אן הלכות פסח מיט שואלין ודורשין, מ'זאל לערנען, און דער אשכנזי (ר' משה איסרליש) הייבט אן מיט געלט, קמחא דפסחא.
דערפאר איז מיר געווען אינטערסאנט צו זעהן, אז די נייע הגדה פון עוז והדר הגדה של פסח ספרדית
12.jpg
הייבט אן די הלכות מיט די הלכה פון די אשכנזישע גדול, ר' משה איסרליש פון קראקא
13.jpg
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 2:25 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]קאווע טרינקער[/tag], ער האט עס געמוזט מקדים זיין כדי דער כף החיים זאל האבן אויף וואס חל צו זיין.
אגב, איך האב געליינט דעם יום טוב אין דער נייע הערליכע ספר "המנהיג" אויף רבי עובדיה יוסף, אז ער איז געוועהן דער מגיה און בעל ההערות למטה מן הקו פון ספר כף החיים, וועמען ער האט גוט געקענט, און ער האט אפילו צוגעענדיגט 100 עמודים צום סוף נאכדעם וואס דער כף החיים איז נפטר געווארן און איבערגעלאזט א אומגענדיגטע ארבעט. בשכר זאת האט רבי עובדיה געבעטן באצאלט די ספרי' פון דער כף החיים!! אלס אות מחאה און אויפברויז, פירט זיך דער כף החיים'ס אייניקל וואס געבט ארויס פילע קונטרסים'לעך און ספרים בבקיאות (אבל לא בעיון) רב, אז ער ברענגט כמעט נישט צו רבי עובדיה'ס ספרים...
נשלח: זונטאג אפריל 20, 2014 2:28 pm
דורך קאווע טרינקער
אינטערסאנטע נייעס.