ווען איך זאל לעבן 300 יאר וואלט איך אויך נישט אויסגעשעפט אלעס וואס אידישקייט האט צו אפפערן. ווי ס'זעהט אויס האט ער נאך ניטאמאל אנגערירט דעם שפיץ... ער האט געענדיגט ש"ס? מיי פוט. נישטאמאל אפגעדאוונט האט ער גאנץ ש"ס. (אזוי ווי ר' יואלי ראטה הייסט טון פאר די בחורים).
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 16, 2023 10:52 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אזא איינער וואלט ענדערש געטראפן וואס ער זוכט אין חב״ד ווי אין סאטמאר. אדער האט ער זיך בטעות מגייר געווען ווען ער האט געטראכט אז ער וועט טרעפן ׳ספיריטשאלעטי׳ אין אידישקייט בזמן אשר חושך יחסה ארץ אין דער אור איז בהסתר.
אן אמת׳ע גר צדק איז דער וואס קריגט א אידישע נשמה וואס דאס נאגט אים בלי הרף ביז ער איז זיך מגייר, אזוי ווי ס׳מפורסם פון פולע גרים וואס קענען נישט געהעריג מסביר זיין שכל׳דיג פארוואס זיי טוען דאס...
Re: אינטערעסאנטע קליפס פון היימישע סאשעל מידיע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:23 pm
דורך berlbalaguleh
ער וואלט פון חב"ד אויך ווייטער געפארן. אזוי ווי ס'איז געווען דער פאל מיט אנדערע בעלי תשובה.
Re: אינטערעסאנטע קליפס פון היימישע סאשעל מידיע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 2:21 pm
דורך סקעפטיקער
אויף זאב ברענער
Re: אינטערעסאנטע קליפס פון היימישע סאשעל מידיע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 3:58 pm
דורך אלפא
האב איך הנאה אז וועלוועל שמעלצער רופט אריין (מינוט 25-26) זיך אנטשולדיגן פאר די ליל שישי אויספראקעריי..
אזוי אויך פון דער טעראפיסט (גלייך נאכדעם) וועלכע פראבירט אים צו טעראפעאטיסייזן און אים אויפקלערן איבער זיינע עמאשאנס..
זה חלקי האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 12:09 am
נאדיר די פולע 8 מינוטיגע ווידעא
זה חלקי: ייש"כ. ער סאונדט נישט פארביטערט און גאנץ ריזאנעבל. (לשיטתו). אבער דאך איז דא עפעס א באהאלטענע סיבה (פאר אונז) פארוואס ער האט אפגעלאזט אידישקייט. נאכדעים וואס ער איז געווען אזוי גוט אריינגעדרייט אין די אידישע קאמיוניטי. ווי ער זאגט אליין. אז א סאך מענטשן האבן איהם מקרב געווען.
Re: אינטערעסאנטע קליפס פון היימישע סאשעל מידיע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:16 pm
דורך שעפטאל
ר' בערל: אויף דעם זאב ברענער ווידיאו שיילט זיך ארויס צעווישן די שורות ער באהאלט נאר זיין סיבה פון אונז, ער וויל אונז נישט שטערן. (ער זיכט דעם אמת און איז גרייט צו טוהן אלעס דערפאר.)
ס'איז שוין צייט אונז זאלן אויפהערן פרעדיגן אז אונזער אידישקייט איז אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס. כ'זאג נישט פאר מיינע קינדער אז כ'ווייס מיט שכל, נאר אז אזוי פיהל איך.
כ'בין א נער און כ'גלייב.
כ'בין אפשר רעגליעז ווייל ס'קומט מיך אויס באקוועמער ווי זיך טוישן יעדע פינעף מינוט לויט מיין שכל. כ'האב מיין משפחה און שבט, כ'האלט נישט ביים זיין א גר ערגעץ אנדערש.
ווען כ'וועל ארויפקומען און די בי"ד של מעלה וועט מיך פארהאלטן "היתכן דו האסט נישט געהאלטן אז שכל מאנט אויכעט אידישקייט" וועלעך זיך ווענדן צום באשעפער אליין און עם זאגן בפה מלא "כ'האב פראבירט מיין בעסט מיט שכל, כ'האב עס נישט געטראפן דארטן. כ'האב פראבירט מיט מיין הארץ און פראבירט צו טוהן וואס פיהלט ריכטיג און גוט"
Re: אינטערעסאנטע קליפס פון היימישע סאשעל מידיע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:19 pm
דורך berlbalaguleh
אלפא האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:48 pm
איך בין באמת טיף שאקירט אין אפי' בארירט פון די העיט און איגנאראנץ וואס עס קומט פאר און אונזער געמיינדע, סיי דארט אויפן ליין ווי געוויסע רופן אריין מאכן קולות אויף אים, איינער דערוואגט זיך צו פארשלאגן אז ער גייט גאר ווערן א שונא ישראל (וואס בדרך אגב - נאך אזא telling off איז נישט אומדערהערט..), איינער האלט זיך וועלטס חכם אז עס זענען זיכער דא קלוגע אידן וועלכע וואלטן אים געקענט 'אויפקלערן' אז נעאפלאטאניזם וכדו' קומט באמת יא פון אידישקייט א.ד.ג. און אז מ'קען נישט לערנען ש"ס און נישט ווערן קלוגער.. צוזאמען מיטן טעראפיסט וועלכע פלאנט א קירוב סעסיע לייוו אויפן ליניע, און אז עס איז נישט געגאנגען ווי געפלאנט איז דאך זיין בארא-פארקע קליניק אייביג אפען.. ה' ישמרנו..
אויך אויף אייוועלט איז די ראסיזם און שנאה נעקסט לעוועל... מ'מעג טון מיט אים כל דבר אסור, מ'שטיינס געזאגט - ער איז דאך אן אפיקורס... און נאך ענליכע רעטאריק..
איך בין בכלל נישטא אים צו מצדיק זיין (נישט אויף זיין ווערן א גר - און נישט אויף זיין אוועקגיין) און ווי עס שיינט איז ער באמת נישט אינגאנצן סטאביל. אבער זיין סבלנות און טאלעראנץ, ובפרט זיין סענסיטיוויטי וואו ער וויל נישט אריינגיין און טעאלאגישע נושאים - הגם ער קען ווען צומאלן ס'רוב צוהערער און עס וואלט אים לכאו' געגבן א שטיקל אויבערהאנט אין די סקרוטעני דארט, דאס איז לדעתי יא עפעס וואס מ'מעג זיך לערנען פון אים..
אלפא: איכ'ל מיך נאר שטעלן אויף דיין לעצטן פאראגראף וואו דו זאגסט אז ער וואלט געקענט צומאלן א יעדן איינעם.
איך ווייס נישט דעם (אינטעליגענץ) קאליבער פון די אלע מתווכחים. נאר איין זאך איז זיכער. ער האט קיין ש"ס נישט געענדיגט (ער האט אפשר געמאכט א "סיום". נאר נישט אדורכגעלערנט ש"ס). ווען ער לערנט ווען אדורך ש"ס וואלט ער געווען א דזשיניוס. וואס ער שיינט נישט צו זיין. דאמאלס וואלט ער געהאט אזא סיפוק אז ס'איז אוממעגליך אז ער זאל אפלאזן אידישקייט.
איך וואלט איהם געשטעלט 10 שאלות. בעטשא. אז ער וועט נישט קענען ענטפערן אפילו איינס אדער צוויי ריכטיג.
די מסקנא איז אז מ'דארף איהם אפלאזן און פארגעסן פון איהם. ס'איז מעגליך אז ער ווערט נאכאמאל צוריקטאנצן. זייענדיג אן אומסטאבילער מענטש.
Re: אינטערעסאנטע קליפס פון היימישע סאשעל מידיע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:30 pm
דורך ברוך שפינוזה
פאר די וואס זאגן אז ער איז אומסטאביל, העפפענס טו בי אז ער איז מער סטאביל פון יעדער איינציגסטער רעדנער אויפ'ן זאב ברעננער שאו, ממש יעדער איינער מיט זיין פעקל צופראסקעטקייט. מענטשן וואס זייער אידישע שטאלץ האט געכאפט א פעסטן שנעלקע און אנשטאט גיין וויינען צו מאמי אז בלויד איז א דאדא ווייל ער האט מיך נישט ליעב און ער האט געזאגט אז זיין טאטע איז שטערקער פון טאטי קומט מען ארויף עס זאגן אויף א פאדקעסט פארשלייערט אין שיינקלינגעדיגע קריטיק און פון פינגער ארויסגעזויגענע פסיכאלאגישע אנאליזן, יעדער "סטאבילער" בר דעת הערט גלייך די "דו ביזט א דאדא" ווייטאג דערינטער, ווי שעמט מען זיך נישט? וועלוול שמעלצער מיין איך האט נאך גערעדט די מערסטע צום זאך, אויסער די לעצטע קאממענט אז ער איז אייביג וועלקאם צוריק וואס האט זיך ממש געהערט ווי "פליעז קום צו מיין בירטדעי פארטי ווייל איך וויל נאכאמאל זיין דיין פרענד". די זעלבע זאך ווען ברעננער "דערמאנט איהם" צום ענדע אז הלכה'דיג איז ער נאכאלץ א איד בלא בלא בלא, קענסט מיר ביטע מסביר זיין וואס דאס האט געדארפט צו מיינען? כ'בין איהם דן לכף זכות אז זיין מאמע לעבט שוין נישט און זיין ווייב איז אינעם אנדערן האלב חודש און ער האט נעבעך נישט ווער ס'זאל איהם געבן א hug און comfort גייט ער אויסגעבן זיין ווייטאג אויף בלויד'ן.
Re: אינטערעסאנטע קליפס פון היימישע סאשעל מידיע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 10:48 pm
דורך לייבל שטילער
It appears that he reembraced christianity fully, which is interesting for me because most people who have issues with theology for academic reasons - as he said he did - tend to lean to a more critical view on religion as a whole. in my personal intellectual struggle with jewish religious dogma it never came to my mind that a different religion is the answer but rather that they all suffer from these problems. just saying
apologies for the english I am missing a hebrew keyboard now.
Re: אינטערעסאנטע קליפס פון היימישע סאשעל מידיע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 10:58 pm
דורך יואלמ
איך קוק ארויף איינער וואס קען טוישן זיין גלויבן נאך אפאר יאר, עס ווייזט אז ער זוכט די אמת און אז ער האט די flexibility און אפענקייט צי טוישן זיין belief אפילו ס'איז שווער. ס'מוז נישט מיינען אז ער איז unstable אין אלע אנדערע שטחים פינעם לעבן.
Re: אינטערעסאנטע קליפס פון היימישע סאשעל מידיע
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 3:21 am
דורך אלפא
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:30 pm
פאר די וואס זאגן אז ער איז אומסטאביל, העפפענס טו בי אז ער איז מער סטאביל פון יעדער איינציגסטער רעדנער אויפ'ן זאב ברעננער שאו, ממש יעדער איינער מיט זיין פעקל צופראסקעטקייט. מענטשן וואס זייער אידישע שטאלץ האט געכאפט א פעסטן שנעלקע און אנשטאט גיין וויינען צו מאמי אז בלויד איז א דאדא ווייל ער האט מיך נישט ליעב און ער האט געזאגט אז זיין טאטע איז שטערקער פון טאטי קומט מען ארויף עס זאגן אויף א פאדקעסט פארשלייערט אין שיינקלינגעדיגע קריטיק און פון פינגער ארויסגעזויגענע פסיכאלאגישע אנאליזן, יעדער "סטאבילער" בר דעת הערט גלייך די "דו ביזט א דאדא" ווייטאג דערינטער, ווי שעמט מען זיך נישט? וועלוול שמעלצער מיין איך האט נאך גערעדט די מערסטע צום זאך, אויסער די לעצטע קאממענט אז ער איז אייביג וועלקאם צוריק וואס האט זיך ממש געהערט ווי "פליעז קום צו מיין בירטדעי פארטי ווייל איך וויל נאכאמאל זיין דיין פרענד". די זעלבע זאך ווען ברעננער "דערמאנט איהם" צום ענדע אז הלכה'דיג איז ער נאכאלץ א איד בלא בלא בלא, קענסט מיר ביטע מסביר זיין וואס דאס האט געדארפט צו מיינען? כ'בין איהם דן לכף זכות אז זיין מאמע לעבט שוין נישט און זיין ווייב איז אינעם אנדערן האלב חודש און ער האט נעבעך נישט ווער ס'זאל איהם געבן א hug און comfort גייט ער אויסגעבן זיין ווייטאג אויף בלויד'ן.
ער איז בהחלט מער סטאביל ווי רוב אריינרופער. אבער לאו דוקא מער ווי רוב אידן בכלליות, איך און דיך האבן דאך נישט אריינגערופן פאר א סיבה...
אפי' אויב דו קוקסט אים יעצט ארויף פארן אפלאזן אידישקייט און דו האלסט אז ער האט עס געטון מרוב סטאביליטעט, וואלט איך געוואלט הערן דיין אפשאצונג אויף אים 6 יאר צוריק ווען ער האט אריינגעטרויטן אין אידישקייט... איך גלייב דו וואלסט אים אויך געהאלטן פאר אן אומסטאבילעג מענטש, בס"ה וואס איך זאג איז אז ער איז געבליבן אזוי.
לייבל שטילער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 17, 2023 10:48 pm
It appears that he reembraced christianity fully, which is interesting for me because most people who have issues with theology for academic reasons - as he said he did - tend to lean to a more critical view on religion as a whole. in my personal intellectual struggle with jewish religious dogma it never came to my mind that a different religion is the answer but rather that they all suffer from these problems. just saying
apologies for the english I am missing a hebrew keyboard now.
ווי עס שיינט איז ער אלץ געווען און איז נאכאלץ א שטארקע גלויביגער אין מיסטישע זאכן און אין ספיריטואליטי. ער האט זיך נאר איינגערעדט פאר א תקופה (כלשונו) אז אידישקייט איז די טאטע פון די אלע זאכן און פון קבלה וכדו'. יעצט האט ער אויסגעטראפן (מיט אקאדעמישע פארשונגען) אז אידישקייט האט עס ענדערש אדאפטירט פון קריסטיאניטי און פון נעאפלאטיניזם וכו'..
Re: אינטערעסאנטע קליפס פון היימישע סאשעל מידיע
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:58 pm