ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:33 pm
פרייוויליג האט געשריבן:קענסט מאכן א קלעים - באותו ענין - אדער אין דיין אשכול, און איך וועל פראבירן צו ענטפערן, און נישט זאגן אז איך קען א צאל חברה, אדער מיין שכנ'ס ברודער האט מיך אזוי געזאגט.
מיין קלעים איז אז די אמת קען מען טרעפן איבעראל, משה מימון המכונה Somananda האט מיר עס געזאגט זייער קלאר, קענסט איהם אפרופן פרעגן (אגב ער איז נישט דער איינציגסטער פון זיין חבריא פון אידישן אפשטאם וואס האבן זיך געטראפן זייער שורש נשמה אין הינדואיזם). זלמן שעכטער-שלומי האט אויך אזוי געהאלטן, אוהד אזרחי פון ISTA האלט אויך אזוי. איך קען נאך אסאך מענטשן וואס האבן עס דורכגעטוהן און זענען געקומען צום זעלבן מסקנא נאר זיי זענען פריוואטע מענטשן.
ברענגסט מיך אידן וואס האבן גארנישט געוויסט פון אידישקייט. ווייסט וואס, לאמיר גיין אנדערש, ברענג מיך 5 פרומע אידן שומת"צ וואס האבן געפירט א אידישע לעבן, און האבן קאנווערטעט צו קרייסט, אדער בודהיזם. (ביטע ברענג מיך נישט עפעס א מפיל קינד וואס איז דורכגעגאנגען אביוז אלס קינד און האט גארנישט געוויסט) איך רעד פון א ריכטיגער שומת"צ, א פרומער, אדער רעליגיעזער איד.
די לאך אין די לאגיק פון דיין טענה איז די השערה אז נאר דיע אידן וואס קוקן חיצוניות'דיג אויס ווי דער פוילישער אדלמאן פון 16יארהונדערט, פון געבורטווייז אהן, קענען געזאגט ווערן צוהאבן ארויסגעהאט אידישקייט מכל הצדדים.
באמת קען אפילו זיין פארקערט, אז דוקא צווישן דיע, הערשט די העכסטע עמאונט פון אומוויסענהייט אפילו אין אידישקייט, טאקע צוליב וואס זיי זענען דערין געבוירן געווארן און האבן ע"פ רוב קיינמאל נישט געדארפט מאכן קיין אנשטרענגונג צו פראוון זייערע וועג פון לעבן.
קאמאן, דו מוזט מודה זיין אז צולערנען אזא כמות ווי יחיאל האט, אינקלודינג אפאר שפראכן, אין אזא קורצע תקופה, איז אימפרעסיוו, ווייזט אויף ערנסטע דעטערמינעישאן, און איז עטוואס מער ווי סתם צינישע צביעות?
צדק: למעשה ליין איך אדורך די subsequent תגובות, און איך זע אז דו ביסט נישט גערעכט אז קיין איין איד אדער גר האט נישט פארלאזט אידישיקייט, כזע דאך אז @חדשים האט ציטירט א וויקיפידיע בלעטל, וואס צייגט איבער א מיליאן אידן וואס האבן זיך גע'שמד'ט צו קריסטינטום.
שמעון: יא, אבער וויפיל מאל דארף איך זאגן אז כ'רעד נישט פון דעם. כ'רעד פון אידן וואס האבן געהאט אן עכטע אידישע עדיוקאציע, און זענען נאכדעם אוועקגעגאנגען צום קלויסטער.
צדק: שכח, דו זוכסט דוקא אידן וואס זענען געגאנגען מיט בערד, און האבן געגעסן עפל קאמפאוט ביים סעודה, ווייל ער גייט מיט א קראך היט? כככככ. נאר די וואס קוקן חיצוניות'דיג אויס ווי דער פוילישער אדלמאן פון 16יארהונדערט קען פארשטיין אידישקייט?
שמעון: כ'זע אז דו האסט נאך א 8 יעריגע ווערסיע וואס א פרומער איד מיינט. פרומער איד האט זילטש צו טון מיט לבוש. דו קענסט גיין מיט א קאפל אדער אן א קאפל, בארד און otherwise נישט דאס מיינט א פרומער איד. א פרומער איד מיינט איינער וואס איז געבוירן, אדער האט באקומען א אידישע עדיוקאציע און פירט זיך אזוי אויף. למשל ער קען לשה"ק, ער שיקט די קינדער אין א אידישע מוסד, ער איז א יודע ספר, ער היט שבת און תורה און מצות.
שמעון: געוואלדיגע קשיא, און יעצט גייסטו כאפן פארוואס כזיך דוקא שומת"צ. ווייל אידן וואס האבן נישט באקומען קיין אידישע חינוך און שפאצירן אוועק ווייזט דאס אויף גארנישט. ער קומט אן אויף אינדיע און ער מיינט אז ער האט געטראפן ה' ומשיחו. די סארט אידן ווייסן נישט גארנישט. אלע אידן וואס דזשוס פאר דזשיזעס רעקרוטען ווייסן גארנישט פון אידישקייט. עס איז נישט גענוג צו קענען צינדן א מנורה, אדער זאגן אז זיין מאמע פלעגט צינדן ליכט. אויב זיכסטו צו ברענגן א קאנטראסט וואס עס איז געשען מיט אונזער גר, איינער וואס האט געהארוועט אויף ש"ס פאר איבער 5 יאר, דארפסטו מיך לפחות ברענגן נאך אזא איד אדער גר וואס איז אוועקגעגאנגען נאכן אטעמען אידישקייט פאר א לאנגע צייט ביז ער האט אנדעקט א גורו אין אינדיע. טרעף מיך 5 אזלעכע חברה. נישט איינער וואס שמעתי שחזר לסורו, אדער כ'מיין אז איך קען איינעם. ברענגט מיך 5 חברה פון די לעצטע 151 יאר (פשוט ווייל עס איז אפשר גרינגער צו קענען זוכן) וואס האבן באקומען א גוטע אידישע עדיוקאציע און זענען געווארן אפילו א האלבע קריסט אא"וו
כ'האף אז עס איז גענוג קלאר, און איך וועל נישט דארפן זען נאך א לינק צו עפעס א איד וואס פראקטיצירט יאגע, ער קען זיין זייער א פיינער איד, און טון גוטע זאכן. אבער צום 10'טע מאל איך רעד פון א אנדערע קרייטעריע.
צדק: אוקיי כ'וועל איבערגעבן.
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:00 am
דורך שאלתיאל
פרייוויליג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:45 pm
איך רעד נישט פון פון פרומע אידן וואס זענען געקומען צו מסקנות. איך רעד אויסשליסליך פון א גר צדק כהלכה וואס האט אוועקשפאצירט אפאר יאר נאכדעם. ברענג מיך נישט קיין מיסיאנערן אדער JFJ רעקרוטערס. ברענג מיך נאך 5 אזעלכע פעלער (ווייל איינס איז גרינג צו טרעפן אויף יוטוב) ווען א גר צדק האט אוועקשפאצירט. 5 גרים.
אדאנק.
איך קען צוויי פעלער פון גרים וואס האבן אפגעלאזט אלעס. ביידע האבן זיך שוין געהאט אוועקגעשטעלט, אויפגעשטעלט שטובער און זיך אריינגעדרייט אין זייערע קהילות.
אין איין פאל איז יענער אויך אריבער עטליכע גלגולים , קודם מאדערן ארטדאקס> חסיד> קנאי > גוי (קען זיין ער איז אריבער אינצווישן נאך)
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:17 am
דורך שמן למאור
פרייוויליג האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:54 amצדק: למעשה ליין איך אדורך די subsequent תגובות, און איך זע אז דו ביסט נישט גערעכט אז קיין איין איד אדער גר האט נישט פארלאזט אידישיקייט, כזע דאך אז @חדשים האט ציטירט א וויקיפידיע בלעטל, וואס צייגט איבער א מיליאן אידן וואס האבן זיך גע'שמד'ט צו קריסטינטום.
שמעון: יא, אבער וויפיל מאל דארף איך זאגן אז כ'רעד נישט פון דעם. כ'רעד פון אידן וואס האבן געהאט אן עכטע אידישע עדיוקאציע, און זענען נאכדעם אוועקגעגאנגען צום קלויסטער.
צדק: שכח, דו זוכסט דוקא אידן וואס זענען געגאנגען מיט בערד, און האבן געגעסן עפל קאמפאוט ביים סעודה, ווייל ער גייט מיט א קראך היט? כככככ. נאר די וואס קוקן חיצוניות'דיג אויס ווי דער פוילישער אדלמאן פון 16יארהונדערט קען פארשטיין אידישקייט?
שמעון: כ'זע אז דו האסט נאך א 8 יעריגע ווערסיע וואס א פרומער איד מיינט. פרומער איד האט זילטש צו טון מיט לבוש. דו קענסט גיין מיט א קאפל אדער אן א קאפל, בארד און otherwise נישט דאס מיינט א פרומער איד. א פרומער איד מיינט איינער וואס איז געבוירן, אדער האט באקומען א אידישע עדיוקאציע און פירט זיך אזוי אויף. למשל ער קען לשה"ק, ער שיקט די קינדער אין א אידישע מוסד, ער איז א יודע ספר, ער היט שבת און תורה און מצות.
שמעון: געוואלדיגע קשיא, און יעצט גייסטו כאפן פארוואס כזיך דוקא שומת"צ. ווייל אידן וואס האבן נישט באקומען קיין אידישע חינוך און שפאצירן אוועק ווייזט דאס אויף גארנישט. ער קומט אן אויף אינדיע און ער מיינט אז ער האט געטראפן ה' ומשיחו. די סארט אידן ווייסן נישט גארנישט. אלע אידן וואס דזשוס פאר דזשיזעס רעקרוטען ווייסן גארנישט פון אידישקייט. עס איז נישט גענוג צו קענען צינדן א מנורה, אדער זאגן אז זיין מאמע פלעגט צינדן ליכט. אויב זיכסטו צו ברענגן א קאנטראסט וואס עס איז געשען מיט אונזער גר, איינער וואס האט געהארוועט אויף ש"ס פאר איבער 5 יאר, דארפסטו מיך לפחות ברענגן נאך אזא איד אדער גר וואס איז אוועקגעגאנגען נאכן אטעמען אידישקייט פאר א לאנגע צייט ביז ער האט אנדעקט א גורו אין אינדיע. טרעף מיך 5 אזלעכע חברה. נישט איינער וואס שמעתי שחזר לסורו, אדער כ'מיין אז איך קען איינעם. ברענגט מיך 5 חברה פון די לעצטע 151 יאר (פשוט ווייל עס איז אפשר גרינגער צו קענען זוכן) וואס האבן באקומען א גוטע אידישע עדיוקאציע און זענען געווארן אפילו א האלבע קריסט אא"וו
כ'האף אז עס איז גענוג קלאר, און איך וועל נישט דארפן זען נאך א לינק צו עפעס א איד וואס פראקטיצירט יאגע, ער קען זיין זייער א פיינער איד, און טון גוטע זאכן. אבער צום 10'טע מאל איך רעד פון א אנדערע קרייטעריע.
צדק: אוקיי כ'וועל איבערגעבן.
זאג מיר אז דו האסט נישט געקוקט די ווידיאוס אדער געליינט די לינקס, אן מיר זאגן אז דו האסט נישט געקוקט די ווידיאוס אדער געליינט די לינקס.
מען רעדט קלאר פון חברה מבקשים וואס האבן עט סאם פוינט געהעריג פראקטעצירט אידישקייט און דאס גרינטלעך שטודירט. א טייל פון די ווידיאוס איז טאקע יא פון חברה וואס קומען פון א גענצליך סעקולערע באקראונד, אבער א טייל זאגן קלאר אז זיי האבן זיך "יא" געפירט לויט דיין אויבן דערמאנטע קרייטעריע.
איינער פארציילט ווי ער האט געהאט אפן צוויי זייטלעך, דזשוס פאר דזשיסעס און דזשוס פאר דזשודאיזם, און כסדר געקוקט אהין און אהער צו זען וואס דער זאגט צו יענעמס טענות און פארקערט, און אזוי געזען וואס יעדער האט צו פארקויפן.
מען רעדט דא קלאר נישט פון סתם לאציס וואס האבן 'גארנישט' געוויסט פון אידישקייט ביז זיי האבן אנדעקט יוזל.
האסט בלויד, האסט דעם אנדערן גר פון קאווע שטיבל 'יחד' האסט דעם געטויפטן פאנעט, האסט נאך אפאר פון די ווידיאוס, מען האלט שוין לאנג נאך דיין פארלאנגטע 5.
און דאס איז נאר וואס איך האב געטראפן זיכנדיג אביסל אויפן געוועב, נישט קענעדיגע קיין שום גרים אדער קריסטליכע אידן. פון בלויד וואלסטו אויך נישט געוויסט ביז עפעס א וויליאמסבורגע יענטע האט אים ארויסגעשטעלט.
אז דו ווילסט עכט וויסן קענסטו אראפפארן קיין גוואטאמאלע און גיין צו די קהילת הגרים און זיי פרעגן וויפיל חברה גיין צוריק צו קריסטונום.
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:28 am
דורך שאלתיאל
ס'דא אזעלכע וואס זענען געגאנגען אין אנדערע פלעצער ווייל זיי האלטן אז דארט ליגט די אמת וואס איז בעצם אויך די אמת וואס איז דא (עט סאם לעוועל) אין אידישקייט.
כ'קען איינער אין ירושלים ער רופט זיך יעקוב אבן יוסוף, א איד וואס קומט פון א קאנסערוואטיווע אמעריקאנער משפחה און האט געטראפן די אמת אין 'סופיזם' די מיסטישע שטראם אין איסלאם. ער האט אפי' געטוישט זיין נאמען דורך א סופי'שע שעיך. ער האלט זיך אבער אויך א איד און ער איז משלב די ביידע. (ער איז באיינפלוסט פון ר' זלמן שכטר-שלומי)
כ'מיין ר' אברהם בן הרמב"ם מיט די חסידי מצרים זענען אויך געגאנגען פאשן אין סופיזם ווייל זיי האבן געהאלטן געהאלטן אז דארט ליגט באהאלטן פריערדיגע אידישע טראדיציעס
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:34 am
דורך דערהויבענע איד
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:09 pm
איך שיהיה איך זעה נישט פארוואס אינז דארף מען זיך צושאקלען און פארוואס ס׳מאכט מער אויס ווי אז איינער האט זיך אויסגעגליטשט אויף א באנאנע שאלאכטס אויף ראדני.
פארוואס די חברה טרעפן זיך אייביג די פלאץ אין וויליאמסבורג, און ציען דוקא קיין סאטמער? סיי אויב אונז זעמיר טאקע די איינציגסטע ערליכע אידן פארוואס דווקא אזא פארפרומטע גר האט אפגעפיצט, און אויכעט די חלק פארוואס ציט זיי אזוי שטארק די סאטמערע העיט...
(דאס קען פיין טריגערן א סאטמערע אינגערמאן)
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:44 am
דורך שמן למאור
דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:34 am
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:09 pm
איך שיהיה איך זעה נישט פארוואס אינז דארף מען זיך צושאקלען און פארוואס ס׳מאכט מער אויס ווי אז איינער האט זיך אויסגעגליטשט אויף א באנאנע שאלאכטס אויף ראדני.
פארוואס די חברה טרעפן זיך אייביג די פלאץ אין וויליאמסבורג, און ציען דוקא קיין סאטמער? סיי אויב אונז זעמיר טאקע די איינציגסטע ערליכע אידן פארוואס דווקא אזא פארפרומטע גר האט אפגעפיצט, און אויכעט די חלק פארוואס ציט זיי אזוי שטארק די סאטמערע העיט...
(דאס קען פיין טריגערן א סאטמערע אינגערמאן)
איך קען הערן פארוואס דאס טריגערט, אבער באמת דארף עס בכלל נישט קיינעם טריגערן.
די סיבה פארוואס עס טריגערט איז ווייל אונז ווערן מחונך אז "נאר אונז" האבן די אויסשליסליכע פשוטע אמת און די אלע ביליאנע גוים אויפן וועלט זענען אדער סתם משוגע אדער האבן נאכנישט געהאט די געלעגנהייט צו כאפן א בליק אויף אידישקייט. אבער די רגע וואס סיי ווער מיט בלויז א טראפקעלע שכל אין קאפ וועט נאר אביסל געבן א קוק אויף אידישקייט, וועט ער גלייך איינזען אז דאס איז עס.
דאס איז די פראבלעם.
דער בלויד האט עס געהעריג געמיינט אמת'דיג. ער האט זיך געהעריג מגייר געווען, פאר די 5 יאר האט ער געהעריג געהאלטן אז אידישקייט איז די זאך, ביז ער איז שפעטער צוגעקומען צו אנדערע מסקנות. מה כל הרעש?
עס קומט פון א געפערליכע שוואכקייט און אומזיכערקייט, אז די רגע מען הערט אז איינער האט אויך די ידועות וואס איך האב, און דאך קומט ער אן צו אנדערע מסקנות, מוז עס מיינען אז איך בין נישט גערעכט.
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:45 am
דורך פרייוויליג
שאלתיאל האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:28 am
ס'דא אזעלכע וואס זענען געגאנגען אין אנדערע פלעצער ווייל זיי האלטן אז דארט ליגט די אמת וואס איז בעצם אויך די אמת וואס איז דא (עט סאם לעוועל) אין אידישקייט.
כ'קען איינער אין ירושלים ער רופט זיך יעקוב אבן יוסוף, א איד וואס קומט פון א קאנסערוואטיווע אמעריקאנער משפחה און האט געטראפן די אמת אין 'סופיזם' די מיסטישע שטראם אין איסלאם. ער האט אפי' געטוישט זיין נאמען דורך א סופי'שע שעיך. ער האלט זיך אבער אויך א איד און ער איז משלב די ביידע. (ער איז באיינפלוסט פון ר' זלמן שכטר-שלומי)
כ'מיין ר' אברהם בן הרמב"ם מיט די חסידי מצרים זענען אויך געגאנגען פאשן אין סופיזם ווייל זיי האבן געהאלטן געהאלטן אז דארט ליגט באהאלטן פריערדיגע אידישע טראדיציעס
וויאזוי זענען מיר געגאנגען פון 'פרומע אידן צו קריסטנטום', ביז 'פון פרומע אידן צו אינלייטענט אידן'. פון 'פרומע אידן צו קריסטנטום', ביז "פון א קאנסערוואטיווע אמעריקאנער משפחה צו סופיזם'.? אז ר' אברהם בן הרמב"ם האט גענאשט פון חסידי מצרים מיינט דאס אז ער האט איבערגעביטן ה' ומשיחו? חכמה בגויים תאמין, עס איז דא א סך צו געניסן פון אינדרויסן. אבער וואו קומט יעצט זלמן שכטר-שלומי אריין אינעם בילד? דו ביסט יעצט אריין אין די שמועס אז ספרים חיצונים קען אומווארפן איינער וואס איז נישט שטארק געבויעט, ער קען פארלוירן ווערן פון אן א גוטע איידיע פון אינדרויסן און מיינען אז דארט געפינט זיך דעם אמת. ר' אברהם בן הרמב"ם איז געבליבן א איד און נישט קאנווערטעט צו איסלאם, אויב געדענק איך גוט.
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:51 am
דורך טאמבל סאס
פרייוויליג האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 10:54 am
א פרומער איד מיינט איינער וואס איז געבוירן, אדער האט באקומען א אידישע עדיוקאציע און פירט זיך אזוי אויף. למשל ער קען לשה"ק, ער שיקט די קינדער אין א אידישע מוסד, ער איז א יודע ספר, ער היט שבת און תורה און מצות.
יודע ספר? סיריעסלי?? קען לשה"ק?
אבער אויסער דעם מיין איך אז סאיז פשוט א נומבערס אישו. שטעל דיך אפ א מינוט און טראכט אריין אז די גאנצע פאפולאציע אין אר"י, איז נאר מיט ווייניגער פון א מיליאן מער פון די צאל נפשות פון ניו יארק סיטי אליינס. און וויפיהל פון די מענטשן, אידן, רעליגעיזע, חרדים אין ניו יארק זענען שוין סאטמערע חסידים?
טאנץ דריי מאהל אשרינו אז דו האסט די זכיה צוהאבן געבוירן געווארן אין די אנפאנג פון א גאללרייכע תקופה. (גאררייכע, גוררייכע אדער גר-רייכע; כ'האב שוין פארגעסן ווי מען זאגט עס). צווישן זיי, די געבורט פון לב טהור, יואלי ראטה און בן גביר און נאך.. אמן כיה"ר.
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:16 pm
דורך ברוך שפינוזה
האב איך געטראפן א רעדדיט שנירל וואו גרים וואס האבן פארלאזט אידישקייט פארציילן זייערע געשיכטעס.
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:30 pm
דורך שפילער
עיין
כאן
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:46 am
דורך berlbalaguleh
איך האב יעצט געענדיגט הערן (און זעהן) דעם קליפ פון דעם אינטערוויו מיט זאב ברענער.
דער מענטש יחיאל ישראל בלויד איז גארנישט קיין נאר. ער זעהט אויך אויס צו זיין א היפש באלאנסירטער און רואיגער מענטש. דאך. עפעס דרוקט אויף איהם וואס ער וויל נישט ארויסגעבן. ווארשיינליך די פאלשקייט און געמאכטע פריינטשאפט און זילזול דורך א סאך מענטשן מיט וועם ער איז געווען אין פארבינדונג. אז ער איז אנגעקומען צו א מצב פון יאוש. ער איז געקומען צו די מסקנא אז ער וועט זיך קיינמאל נישט קענען אריינארבעטן אין די אידישע סאסייעטי . און ווערן אן אינטעגראלער חלק פון דעם אידישן פאלק. ער וועט אייביג בלייבן אן "אינדרויסנדיגער". דאס האט איהם מעגליך געשטופט צו יאוש. און זיין באשלוס אויפצוגעבן אידישקייט אינגאנצן.
וואס...?! גרים, רוסישע אידן?
׳איך׳ אויפוואקסענדיג אין וויליאמסבורג האב זיך קיימאל געפונען דאס פלאץ אין ווילי...
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 9:34 pm
דורך berlbalaguleh
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 4:34 pm
וואס...?! גרים, רוסישע אידן?
'איך' אויפוואקסענדיג אין וויליאמסבורג האב זיך קיימאל געפונען דאס פלאץ אין ווילי...
בתוך עמי: איך בערל בעל עגלה בין געבוירן (ליידער/ב"ה/רחמנא ליצלן מהאי דעתא) אין ארץ ישראל. איך פלעג צו גיין (אפילו אלס בחור) מיט א קאפל און א העמד אום זומער. איך האב מיך אויך נישט געשוירן (ב"ה) מיט א טריפל זיראו. אויך ווען די אידן האבן (בעזהשי"ת) א נצחון איבער די שמוציגע אראבישע רוצחים פריי איך מיך זייער שטארק. און ניין, ס'בארירט מיר נישט קיין כהוא זה ווען די פאלעסטינער, אראבישע רוצחים (סיוויליענס. פרויען און קינדער, ימ"ש) ווערן געהרג'עט אין די טויזנטער, כן ירבו. נאר א יעדער איד וואס ווערט (ח"ו) גע'הרג'עט טוט מיר זייער שטארק וויי. ה' ירחם...!
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:44 am
דורך מר. קלונימוס
שאלתיאל האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:28 am
ס'דא אזעלכע וואס זענען געגאנגען אין אנדערע פלעצער ווייל זיי האלטן אז דארט ליגט די אמת וואס איז בעצם אויך די אמת וואס איז דא (עט סאם לעוועל) אין אידישקייט.
כ'קען איינער אין ירושלים ער רופט זיך יעקוב אבן יוסוף, א איד וואס קומט פון א קאנסערוואטיווע אמעריקאנער משפחה און האט געטראפן די אמת אין 'סופיזם' די מיסטישע שטראם אין איסלאם. ער האט אפי' געטוישט זיין נאמען דורך א סופי'שע שעיך. ער האלט זיך אבער אויך א איד און ער איז משלב די ביידע. (ער איז באיינפלוסט פון ר' זלמן שכטר-שלומי)
כ'מיין ר' אברהם בן הרמב"ם מיט די חסידי מצרים זענען אויך געגאנגען פאשן אין סופיזם ווייל זיי האבן געהאלטן געהאלטן אז דארט ליגט באהאלטן פריערדיגע אידישע טראדיציעס
זיי זענען די וואס מ'זעט אויף יו טוב מיט די מאדנע טאנצנרייען און שאקלרייען קלאפן מיט די פיס ווי וואנזיניגע נישטא קיין בעסערע ענטערטעינמעמט!
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:38 am
דורך שאלתיאל
דו מיינסט לכאורה די סארט ווידעאס.
ס'איז די סופישע Dhikr צערעמאניע. קוקט אויס הימעליש
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:06 am
דורך moody
איך וואלט געקלערט אז גרים זענען אזאלכע וואס וועלען נעמען דאס לעבען ביזן עקסטרים איך קען אבער איינער וואס איז א דאקטאר אין וויליאמסבורג, די עולם קען איר, איך ווייס נישט אויב ס'פאסיג צו שרייבן א נאמען, וואס זי מיט איר מאן, וואס איז א באקסער, זענען גרים פירען א מאדארען ארטודאקס לעבענס שטייגער,
איך בין נייגעריג אויב צווישן די מאדערענע זענען גרים אן אפטע ערשיינוג.
Re: דער גר צדק וואס האט פארלאזט אידישקייט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:14 am
דורך moody
איך דערמאן זעך יעצט אז ווען איך בין געווען א קליין קיד האט א אינגערמאן פון ווילימסבורג, נישט ארגינעל, זיך אויפגעהויבן מיט דאס ווייב און עטליכע קינדער און זיך געטויפט צו איסלאם איינער געדענקט?, ליגט מיר נאך אין קאפ די העדליין אין איינע פון די איזרעלי צייטונגען "מש"ס להתחאמאס"