לעקיש בעער האט געשריבן: ↑מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 6:53 pm
איך ווייס נישט וואס די גאנצע געדריי איז
הרב יאקבזון האט נישט געזאגט מען דארף פיינט האבן נטורי קרתא כידוע שאין זה שפה שלו כלל וכלל
ער האט סך הכל געזאגט I will be very surprised if they are Jewish
ער האט זיך מסביר גיווען אידן זענען רחמנים ביישנים גומלי חסדים די ג׳ מידות טובות יש בעם היהודי אפי׳ מצד זייער נפש הבהמית
ביי נטורי קרתא זעו מען נישט קיין ריינס פון די סימנים כידוע און מען זעט נאר די פארקערטע האט ער געזאגט I will be very surprised if they are Jewish
בנוגע דעיס וואס די פותח האשכול האט געפרעגט לגבי מחללי שבתות
ליידער איז דא אזא זאך מענטשן האבן א יצר הרע א נפש הבהמית אדער אנדערע עבירות מענטשן האבן נסיונות
אבער קיין מבאיש זיין כלל ישראל בשעת עס גיסט זיך יודיש בלוט און קייממאל אפי׳ נישט בטעות פארדאמען די שוידערליכע רציחות וואספארא נסיון איז ד״א אויף דעים א יוד אפי׳ מצד זיין נפש הבהמית איז נישט עלול צו טון אזעלכע זאכן כמבואר בתניא פרק א׳
כהאב נישט קיין ספק אז די מענטשן וואלטן געגאנגן גיבן ספארט פאר היטלער אני מתיר את בשרכם
איך קען נישט אזוי גוט ראביי YY מיט זיין 'שפה' ווי דו רופסט עס, איך דארף נישט מער ווי צו זען די אויגן זיינע אין דעם קליפ...
בנוגע ג' סימנים, דו קענסט בכלל פון די נאנט איין נטורי קרתא אז דו שרייסט? אדער דו סטעריאטייפסט לויט די אקציעס וואס דו זעסט אויפן סקרין? איך קען אסאך פון זיי פון דער נאנט, איך קען מעיד זיין (אויף ווי ווייט איך בין ביי דיר נאמן..) אז זיי האבן אלע דריי! קיין פליג קענען זיי נישט טשעפענען (די וואס איך קען..) זיי זענען זייער איידל און באשיידן, און טוען בכלליות אסאך חסד...
האלטן אז ציוניזם איז א סכנה פאר כלל ישראל און האט צוגעפירט אז ווילדע חיות זאלן הרג'נען אידן OCT 7, איז נישט בהחלט קיין אנדייטונג אויף ווייניג רחמנות, ניטאמאל דאס רחמנות האבן אויף טויזענטער אומשילדיגע פאלעסטינע איז.. (נישט אז איך שטום צו, איך ברענג נאר ארויס די פוינט...)
רעדן פאר די מידיע (-די איינצעלנע וואס רעדן שוין) איז אויך נישט ווייניגער ביישנות ווי הענגען פאוסטערס אדער שרייען ביי פרא-איזראעל ראליס..
גומלי חסדים - זע איך נישט ווי דו 'זעסט נישט', האבט פראבירט צו קוקן? YY'ס גמילות חסדים קענסטו יא? איך פרעג נאר..
פארשטייט זיך חילול שבת/נבילה/עריות זענען געבינדען מיט נסיונות. אבער פארוואס נאר מצדיק זיין די לינקע זייט פונעם ספעקטרום? פארוואס זענען רעכטע-איידיאלאגישע נסיונות נישט ווערד קיין לימוד זכות? תניא פרק א' צייכנסטו צו?! (איך האב צופעליג נישט געכאפט וואס דו זעסט דארט..) אבער פרק ל' קענסטו אויך?
מבאיש זיין כלל ישראל? דאס איז דאך וואס איך ברענג ארויס, יעדער מיט זיין 'כלל ישראל' און מיט זיין 'הבאשה'! ביי איינעם זענען נ"ק מבאיש כ"י און שטיצן רציחה, און ביי א צווייטן זענען ציונים מבאיש, און רצח'נען בפועל ממש, וואס די איינציגסטע קאנטער מהלך איז אויסצושרייען אומצוויידייטיגע קעגנערשאפט...
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 8:19 pm
דורך לעקיש בעער
בנוגע דעיס וואס כ'האב צוגעצייכנט תניא פרק א', דארטן זאגט ער אז א איד מצד טבעו ונפש הבהמית האט אין זיך ג' מידות טובות,
דאס וואס דו זאגסט אז נטורי קרתא זענען גאר גוטע מענטשן, ווי ווייט איך קען זיי פרזענליך האבן זיי איסלאמישע גוטע מידות,
נאר עס קען זיין ס'קומט נישט מצד מידותם נאר מצד זייער שכל וואס מהאט זיי איינגערעדט, כידוע מאמר החכם א נער איז ערגער ווי א רשע,
בנוגע דאס וואס דו זאגסט אז זייערע מעשים נעמען זיך פון דעם וואס זיי בלוטיגן אויף די רציחות נאר זיי האלטן אז די ציונים זענען שולדיג -
א', דער סאטמאר רב ז"ל וואס איז נאך געווען אזוי קנאי ווי נ"ק האט פארשטאנען אז ווען יודיש בלוט גיסט זיך ווי וואסער טארן יודן חס ושלום נישט ארויסווייזן סימפטיע מיט די רוצחים,
ב', כ'האב געהערט פון מקורות נאמנים ר' עמרם בלוי ווען ער פלעגט טרעפן חיילים פלעגט ער זיי אריינעמען צו זיך אין שטוב מקרב זיין, ער פלעגט זאגן, מיר זענען לוחם קעגן די מדינה נישט קעגן פריוואטע מענטשן.
די היינטיגע נ"ק רודפ'ן פרזענליכע חיילים וכו'. נאכגעמאכטע קנאות איז על פי רוב מידות רעות או טפשות, אזוי ווי משה רבינו האט געזאגט פאר פנחס קריינא דאיגרתא "איהו" להוי פרוונקא, ס'טוט דיר וויי, טוה אליין וואס דו דארפסט, אויב א צווייטער וועט עס טון איז עס סתם רציחה,
ג', ווי ווייט איך קען נ"ק, האלטן זיי אז די אלע וואס זענען גע'הרג'עט געווארן אקטאבער 7 זענען אפיקורסים וואס מורידים ולא מעלים, איך גלייב נישט אז דאס וואס זיי טוען איז ווייל עס טוט זיי וויי די אלע וואס זענען גע'הרג'עט געווארן, וואס לשיטתם האלטן זיי אז מ'מעג זיי סייווי הרג'ענען.
לעקיש בעער האט געשריבן: ↑מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 6:53 pm
איך ווייס נישט וואס די גאנצע געדריי איז
הרב יאקבזון האט נישט געזאגט מען דארף פיינט האבן נטורי קרתא כידוע שאין זה שפה שלו כלל וכלל
ער האט סך הכל געזאגט I will be very surprised if they are Jewish
ער האט זיך מסביר גיווען אידן זענען רחמנים ביישנים גומלי חסדים די ג׳ מידות טובות יש בעם היהודי אפי׳ מצד זייער נפש הבהמית
ביי נטורי קרתא זעו מען נישט קיין ריינס פון די סימנים כידוע און מען זעט נאר די פארקערטע האט ער געזאגט I will be very surprised if they are Jewish
בנוגע דעיס וואס די פותח האשכול האט געפרעגט לגבי מחללי שבתות
ליידער איז דא אזא זאך מענטשן האבן א יצר הרע א נפש הבהמית אדער אנדערע עבירות מענטשן האבן נסיונות
אבער קיין מבאיש זיין כלל ישראל בשעת עס גיסט זיך יודיש בלוט און קייממאל אפי׳ נישט בטעות פארדאמען די שוידערליכע רציחות וואספארא נסיון איז ד״א אויף דעים א יוד אפי׳ מצד זיין נפש הבהמית איז נישט עלול צו טון אזעלכע זאכן כמבואר בתניא פרק א׳
כהאב נישט קיין ספק אז די מענטשן וואלטן געגאנגן גיבן ספארט פאר היטלער אני מתיר את בשרכם
איך קען נישט אזוי גוט ראביי YY מיט זיין 'שפה' ווי דו רופסט עס, איך דארף נישט מער ווי צו זען די אויגן זיינע אין דעם קליפ...
וואס דער עולם כאפט נישט איז אז מען רעדט דא פון א פארברענטער קוק'ניק.
פארוואס זאל דער דזשעקאבסאן בכלל טראכטן אנדערש?!
ער רעדט נישט דא פון א אידישן פערספעקטיוו, ער איז א פארברענטער נאציאנאליסטישער פאטריאט, ציונות קומט בפאר אידישקייט ביי זיי עפרא לטומא
פון די עצם מציאות אז ער וועט קיינמאל נישט קרומען קעגן סיי וועם, זאל יענער זיין א משומד - מסית ומדיח - און וואס נישט. ער עקספלאדירט כסדר זיינע געפלאכטענע פילאזאפיע אלץ צו שטיפן זיין מיסיאנערעשע אגענדע פאר ליבשאפט צו רשעים.
אלס איד, זענען זיינע זיינע עקסטרעם ליבעראלע -אומבאגרעניצטע שיטות אפגעפרעגט.
א קוק'ניק מיינט איינער וואס האלט פון די שטיות זיינע איבער ציוניזום. וויאזוי גייט דאס אן זיין א ציוניסט?!..
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 4:21 am
דורך אלפא
לעקיש בעער האט געשריבן: ↑מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 8:19 pm
בנוגע דעיס וואס כהאב צוגעצייכנט תניא פרק א׳ דארטן זאגט ער אז א איד מצד טבעו ונפש הבהמית האט און זיך ג מידות טובות
דאס וואס די זאגסט אז נטורי קרתא זענען גאר גוטע מענטשן ווי ווייט איך קען זיי פרזענליך האבן זיי איסלאמישע גוטע מידות
נאר עס קיין זיין סקומט נישט מצד מידותם נאר מצד זייער שכל וואס מהאט זיי איינגערעדט כידוע מאמר החכם א נער איז ערגער ווי א רשע
בנוגע דאס וואס די זאגסט אז זייער מעשים נעמען זיך פון דעים וואס זיי בלוטיגן אויף די רציחות נאר זיי האלטן אז די ציונים זענען שולדיג
א׳ די סאטמר רב ז״ל וואס איז נאך געווען אזוי קנאי ווי נ״ק האט פארשטאנען אז ווען יודיש בלוט גיסט זיך ווי וואסער טארן יודן חס ושלום נישט ארויסווייזען סימפטיע מיט די רוצחים
ב׳ כהאב געהערט פון מקורות נאמנים ר׳ עמרם בלוי ווען ער פלעגט טרעפן חיילים פלעגט ער זיי אריינעמען צו זיך און שטוב מקרב זיין ער פלעגט זאגן מיר זענען לוחם קעגן די מדינה נישט קעגן פריוואטע מענטשן די היינטיגע נ״ק רודפן פרזענליכע חיילים וכו״ נאכגעמאכטע קנאות איז על פי רוב מידות רעות או טפשות אזוי ווי משה רבינו האט געזאגט פאר פנחס קריינא דאיגרתא ״איהו״ להוי פרונקא סטוט דיך ווי טוה אליין וואס די דארפסט אויב א צווייטער וועט עס טון איז עס סתם רציחה
ג׳ ווי ווייט איך קען נ״ק האלטן זיי אז די אלע וואס זענען געהארגעט געווארן אקטבר 7 זענען אפיקורסים וואס מורידים ולא מעלים איך גלייב נישט אז דעיס וואס זיי טוען איז ווייל עס טוט זיי וויי די אלע וואס זענען געהארגעט געווארן וואס לשיטתם האלטן זיי אז ממעג זיי סייווי הארגענען
דו קומסט נענטער!
זיי זענען טאקע 'נער'נים' און אפשר אויך 'ערגער ווי רשעים' אין זייערע אקטן, אבער די שנאה וואס מי'דארף(?) האבן צו רשעים דעזערוון זיי זיך נישט!
איך בין נישט באהאוונט אין די חילוק צווישן 'איסלאמישע גוטע מידות' און אידישע... גוט איז גוט ביי מיר!
דו ברענגסט זייער קלאר ארויס וואס די סאטמאר רבי האט געהאלטן, וויאזוי ר' עמרם בלוי האט זיך אויפגעפירט, און דאס אז נ"ק האט נישט קיין פראבלעם מיט מחללי שבתות וואס שטארבן. אבער היא הנותנת. איך האב זיי קיינמאל נישט בארעכטיגט. און איך בין דא קלאר מוסר מודעה אז איך בין בשיטה אויסגעשפראכן אנקעגן זייערע מעשים און אגענדעס, הן מצד וואס דו זאגסט - איז דאס נישט געווען די דעת פון סאטמאר רבי און ר' עמרם וכו', און אויך איז עס אנקעגן מאראלישקייט/מענטשליכקייט/אידישקייט/און נארמאלקייט, אין יעדן זין פון ווארט... (איך בין אויך אנקעגן א לינקע גוי וואס סימפאטיזירט נאר מיט די פאלעסטינע..)
אזוי צו אזוי ברענג איך נאר ארויס אז וויסטע שנאה איז קינדעריש אויף יעדע זייט - פארשטיין מעג מען יעדעם - נישט קיין חילוק עקסטרעם לינק אדער עקסטרעם רעכט, בפרט ווען מ'רעדט פון ערליכע אידן לכל דבר נאר זענען פארריקט מיט איין השקפה נקודה...
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:25 pm
דורך berlbalaguleh
אלפא: כמו שאמרתי. איך פערזענליך האב זיי נישט פיינט. איך קוק זיי נאר אן ווי (בייזוויליגע) משוגעים.
אזוי צו אזוי ברענג איך נאר ארויס אז וויסטע שנאה איז קינדעריש אויף יעדע זייט - פארשטיין מעג מען יעדעם - נישט קיין חילוק עקסטרעם לינק אדער עקסטרעם רעכט, בפרט ווען מ'רעדט פון ערליכע אידן לכל דבר נאר זענען פארריקט מיט איין השקפה נקודה...
טאלארענץ צו אומטאלאראנץ, איז אומטאלאראנץ.
אין אנדערע ווערטער, עקסעפטן שנאה, איז שנאה אליינ'ס.
לגבי דיין פאוינט אז "מ'רעדט פון ערליכע אידן לכל דבר נאר זענען פארריקט מיט איין השקפה נקודה" וויל איך דיר פרעגן, אויב איינער איז א ערליכע איד, אבער דא מאלעסט ער א קינד, און אין א שוואכערע מינוט קען ער באצאלען פאר איינעמ'ס מארד, אבער חוץ פון דעם האלט ער אן יעדע מצווה קלה כבחמורה וואס וואלסטו געזאגט אויף אים?
די טענה וואס מ'קען באמת האבן אויף זיי איז די 'לעגיטימאציע' וואס זיי שטעלן אפיציעל צו פאר כאמאס...
צו ענטפערן אויף דעם: קודם כל כאמאס איז נישט אנגעוואנדן אין זייער לעגיטימאציע פאר זייער אקציעס... (משא"כ היטלער אן די דייטשן זיצט נישט אויפן בענקל...) די אלע אנטי איזרעילי פאליטיקאנטן און אקטיוויסטן נוצן מאקסימום די נ"ק קארטל אלץ נאך א טאלקינג פוינט.
פון די צווייטע זייט, אויב האלסטו (-בעסער געזאגט, זיי) אז די מדינה לייגט אריין אידן אין א פיזישע סכנה (- ווי דעמאנסטרירט אקט 7..) און אידן איבער דאס גאנצע וועלט זענען אויסגעשטעלט צו א געוויסע מאס סכנה אין ליכט פון דעם אז פרא-פאלעסטינער אסאסיעטן זיי מיט מדנ"י, איז נישט מער ווי פארשטענדליך צו גיין קלארשטעלן פאר די וועלט א צווייטע נאראטיוו בשם די אידישע רעליגיע, און ארויסברענגען אז מיר זענען נישט אין איינקלאנג מיט אלע מעשים פון מדנ"י (קיין רעכט דענקיגער אין די וועלט גייט נישט האלטן פאר קיין סעקונדע אז נ"ק וויל זען נאך אידן טויט...), אזוי ארום אפצושלאגן די האסע פון די זייט...
עס איז עכ"פ א סופישענט ארגומענט אנקעגן די 'לעגיטימאציע' פראבלעם - אין זייערע אויגן - בפרט צולייגנדיג די השקפה'דיגע אספעקטן.
עס איז נישט שווארץ אויף ווייס ווי מ'פראבירט עס צו פעינטן, דאס איז די גאנצע וואס איך (און טורקס) טענה.
מיין תמימות מיטן שאלה איז געווען צו רעפרעזענטן ביידע צדדים, אבער פאר some reason האט עס מער געטריגערד די אנטי-נ"ק פארדעם ברענג איך שטערקער ארויס די צד. און איך מיין אז די צד פארוואס זיי זענען אומגערעכט איז פשוט ממילא..
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:03 pm
דורך דערהויבענע איד
אלפא האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 31, 2023 7:57 pm
די טענה וואס מ'קען באמת האבן אויף זיי איז די 'לעגיטימאציע' וואס זיי שטעלן אפיציעל צו פאר כאמאס...
צו ענטפערן אויף דעם: קודם כל כאמאס איז נישט אנגעוואנדן אין זייער לעגיטימאציע פאר זייער אקציעס... (משא"כ היטלער אן די דייטשן זיצט נישט אויפן בענקל...) די אלע אנטי איזרעילי פאליטיקאנטן און אקטיוויסטן נוצן מאקסימום די נ"ק קארטל אלץ נאך א טאלקינג פוינט.
לעגעטימאציע איז די שטערקסטע זאך וואס טעראר קען האבן
פון די צווייטע זייט, אויב האלסטו (-בעסער געזאגט, זיי) אז די מדינה לייגט אריין אידן אין א פיזישע סכנה (- ווי דעמאנסטרירט אקט 7..) און אידן איבער דאס גאנצע וועלט זענען אויסגעשטעלט צו א געוויסע מאס סכנה אין ליכט פון דעם אז פרא-פאלעסטינער אסאסיעטן זיי מיט מדנ"י, איז נישט מער ווי פארשטענדליך צו גיין קלארשטעלן פאר די וועלט א צווייטע נאראטיוו בשם די אידישע רעליגיע, און ארויסברענגען אז מיר זענען נישט אין איינקלאנג מיט אלע מעשים פון מדנ"י (קיין רעכט דענקיגער אין די וועלט גייט נישט האלטן פאר קיין סעקונדע אז נ"ק וויל זען נאך אידן טויט...), אזוי ארום אפצושלאגן די האסע פון די זייט...
עס איז עכ"פ א סופישענט ארגומענט אנקעגן די 'לעגיטימאציע' פראבלעם - אין זייערע אויגן - בפרט צולייגנדיג די השקפה'דיגע אספעקטן.
און אויב איך 'האלט' אז אידן זענען די שטן אויפן וועלט? כ'מיין איך זאל 'מסבירן' פאר וועלט מיין נערעטיוו
עס איז נישט שווארץ אויף ווייס ווי מ'פראבירט עס צו פעינטן, דאס איז די גאנצע וואס איך (און טורקס) טענה.
ס'איז יא. איינע פון די גרעסטע נידריקייטן וואס א אינטטעלעקטע מענטש קען טון אין אזא צייט, איז זאגן די פוסטע מיינונגלאזע שחצנות'דיגע סטעיטמענט פון "ס'איז נישט שווארץ און ווייס"
מיין תמימות מיטן שאלה איז געווען צו רעפרעזענטן ביידע צדדים, אבער פאר some reason האט עס מער געטריגערד די אנטי-נ"ק פארדעם ברענג איך שטערקער ארויס די צד. און איך מיין אז די צד פארוואס זיי זענען אומגערעכט איז פשוט ממילא..
איך וויל מודיע זיין אז ס'איז נישט געזונט פאר מיר זיך צו טענ'ען וועגן די סאטמער קאקמיר נושאים, און איך פלאן נישט מער אריינרעדן אין די אלע אזויגערופענע 'השקפות'.
לדעתי יעדער וואס איז אפילירט מיט ויואל משה'דיגע געדאנקען ליידט אויף איינע אדער אלע פון די זאכן:
אפגעקויפט שקר'דיגע און האספולע געדאנקען.
האט כעמישע אומבאלאנס אין זיין מוח. (למשל ווען איינער פארשטייט נישט די חילוק פון מחלל שבת זיין אדער שרייען אויף די גאסן געז די זשוס)
סתם שמאלקעפיקייט.
אפגעהאקט פון די מציאות.
בל''נ גיי איך מיך אפהאלטן פון רעדאגירן אויף אזעלכע אשכולות, אדער אויב ס'וועט זיין אזעלכע אומשילדיגע אשכולות ווי דעם. לדוגמא "צו ווערן די קרבנות פון שמח''ת אנגערופן קדושים"? אדער "צו שטייט טאקע אין די קאראן אז מ'מוז הרגענען אלע אידן"? וכהנה.
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 8:20 pm
דורך אלפא
פרידאם אוו ספיטש בארעכטיגט אפי' צו שרייען אז מ'גייט זיין שטיל!!
האס - ביי מיר בין איך נאכנישט זיכער, אבער ביי דיר זאגסטו עס קלאר!
קיינער פון די נ"ק שרייט נישט (און וועט נישט שרייען - און נישט דיירעקט שטיצן איינער וואס וועט..) 'געס די דזשוס'! דאס איז שקר, און שטרוימאנ'דיג! סוי ווער איז 'אפגעהאקט פון די מציאות'?
שמאלקעפיגקייט איז רעלאטיוו, און דארף געמאסטן ווערן אין קעפיגע אשכולות נישט אין עמאציאנאלע...
א פרייליכן נייע יאר - was nice talking to you!
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 2:10 am
דורך town1
און די תורה איז דא א איסור פון לא תשנא,
און א מצוה פון ואהבת לרעך כמוך,
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 4:14 am
דורך [NAMELESS]
אמת, אבער דוקא בעושה מעשה עמך
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 5:40 am
דורך אלפא
מנשסתר האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 01, 2024 4:14 am
אמת, אבער דוקא בעושה מעשה עמך
דאס איז אייגנס?
וואו שטייט דאס אין דעם קאנטעקסט?
וואס שטייט יא איז, ביי א רשע וואס מ'גייט הרג'נען במיתת בי"ד, ברור לו מיתה יפה משום 'ואהבת לרעך כמוך'...
אנדערע פלעצער ווי מ'רעדט פון שנאה רעדט מען פון דבר ערוה (פסחים קיג:)..
און מיט אונזער עמאטיוו מאראליטי האבן מיר מחליט געווען אז מחללי שבתות, מומרים להכעיס, בועלי ערוה, און אוכלי נבלות, זענען מער חשוב ווי שותו"מ מיט וועמען מיר דיסאגריען און מיר פילן אז זיי מאכט אונז קאליע...
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 5:46 am
דורך ברוך שפינוזה
נו, במידה שנטורי קרתא מודדין בה מודדין אותם
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:28 am
דורך דערהויבענע איד
town1 האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 01, 2024 2:10 am
און די תורה איז דא א איסור פון לא תשנא,
און א מצוה פון ואהבת לרעך כמוך,
און ווי באקאנט זענען סאטמער מיט נ''ק גאר מחמיר אויף די מצווה, בפשטות. והא ראי' אז זיי זענען מדקדק אין יעדע מצווה קלה כבחמורה.
קא''ם א''ן.
Re: דארף מען ליב/פיינט האבן נטורי קרתא?
נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 10:00 am
דורך עמקות התם
זאג מיר די האסט פיינט דיין ברידער וואס וויל אוועקגעבן פאר דייו טאטע'ס שונא דיין רייכע פאטער'ס ירושה וואס ער האט איבערגעלאזט פאר ענק???
מיט וואסארע רעכט האט ער צו זאגען Free Palestine? אדער אוועק געבן שטחים? האסט ג'פרעגט אלע יורשים? דהייני בני ישראל! און כל מי שיהיה נקרא בשמו ישראל!
דאס איז אונזער לאנד ווילסטו נישט זיין א חלק פינעם יורשים, פיין גיי קיין ברוקלין און פייק איין, לאז אונז בני ישראל נעמען אונזער ירושה.
נ.ב. דאס איז אויך געזאגט פאר אלע וואס זיצען אין כנסת, איר האט נישט דעם רעכט און כח פין אוועקעגעבן שטוחים.