אבער מיין נישט אז די קעניג'ס טאכטער איז אזוי צופרידן.
Re:
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:03 am
דורך ים של שלום
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:25 am
איינע פון די מעלות פון זיין פארהייראט מיט א פאנאטישע פרוי איז אז דו האסט א גאלדענע געלעגענהייט צו דעוועלאפן די סקיללס ארויסצושלעפן א מענטש פון איר self imposed prison,
ווי לערענט מען זיך די סקיללס?
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:27 am
דורך town1
שמן למאור האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:02 pm
בחורים שטרעבן חתונה צו האבן, מען קוקט אויף די גע'שטריימל'טע מיט קנאה, שפעטער ווען מען טרעפט זיך דערינען וויינט מען אז מען וויל ארויס.
town1 האט געשריבן: ↑
וויפיל בחורים וואס האבן חתונה געהאט וויינען אז מען וויל ארויס?
קענסט אנהייבן מיט קוקן די גיטין ראטע די לעצטערע יארן.
נאכדעם קענסטו קוקן די ראטע פון שלום בית ביי אונזער עולם.
ותדרשנו משם.
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 10:42 am
דורך צומישט און צוחישט
איך פארשטיי אז די שמועס דא איז בנוגע זיך פילן פארכאפט אין א מערידזש ווי מ'טיילט נישט די זעלבע ווירדן און השקפה (לאמיר עס אזוי אנרופן), און נישט בלויז ווייל די שלום בית קלאפט נישט, (וואס די הויכע גיטין ראטעס די לעצטערע יארן קומט געווענליך פון די צווייטע)
אלזא, ס'דא עפעס וואס צייגט דיר אז אונזערע ראטעס זענען ערגער ווי די אלגעמיינע גאס, אדער שטעלסט דיך פאר אזוי?
שמן למאור האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:46 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:39 pm@שמן למאור: קום אריין קלאר, וועלכע בוך האסט געליינט, וועלכע גראזן האסטו פאררייכערט, וועלכע גורו האסטו אנגעטראפן, ביי וועלכע מקובל האסט שימוש גענומען, וועלכע מעדיטאציע האסטו געטוהן, מיט וועלכע מלאך האסטו קאממיוניקירט אז דו האסט אנטדעקט דעם סוד?
מען דרייט זיך מיט שפינוזה אין איין חדר, עפעס אן השפעה האט עס. נישט אומזינסט האט דער אלטער געשריגן אז מען זאל זיך נישט חבר'ן מיט שלעכטע חברים.
ומידה טובה מרובה ממידת פורענית... קוק אהער וואו מ'האלטן מיר שוין, איך געדענק נאך ווען דו ביזט הערשט אנגעקומען אהער אין שטיבל און כ'האב דיך פרובירט פארשטיין צו געבן די לצנות פון די זאך און אז נישט נאר איז אלעס בעלאוני נאר אפילו די בעלאוני איז אויך בעלאוני אבער אן ערפאלג (דעמאלטס האט מען זיך ארומגע'טענה'ט צו חסידים גלייבן אז בשר וחלב פארשטאפט די נשמה ), און קוק אהער, דריי יאר שפעטער ביזטו שוין א תלמיד המחכים את רבו, די צייט און מיה צאלט זיך אויס
שלומי איז דארט וואו דו ביסט יעצט.
הרב קירש איז דארט וואו דו גייסט זיין אין אפאר יאר ארום.
יו"ט גלעזער גייסטו זיין אויב דו גייסט גיין וואו הרב קירש איז כמעט אנגעקומען.
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 10:20 am
דורך צומישט און צוחישט
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:38 am
איינער האט דא פארגליכן די ראטע צווישן אונז אין די אלגעמיינע גאס?
פארוואס ביסטו נישט מעתיק די רישא פון מיין תגובה?
די פ"ה קוקט אויס אנטוישט פון די בענעפיטן וואס מ'האט פון א יודישע הייראט, אויף וואס איינער האט געבעטן נומבער'ס וויפיל זענען נישט צופרידן, האסטו אים געשריבן צו קוקן אויף גיטין-שלום בית ראטעס, אויף דעם האב איך געפרעגט כנ"ל..
Re: קינות נישואין – פארוואס האב איך חתונה געהאט??
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 10:32 am
דורך טיפער
שמן למאור האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:57 pm
זה חלקי האט געשריבן: ↑
@כספי איך האף וועסט נישט ברוגז זיין אויף מיין אנטווארט, איך וועל בלויז שעירן מיין מיינונג.
עס איז א לענגערע נושא,
אין קורצן - אן אריינגיין אין די נושא וואס איז ע"פ תורה וכו' - סתם פראקטיש גערעדט,
די לא טוב היות אדם לבדו - ווי אויך די ווילן צו האבן המשכת הדורות - איז א מציאות, און א חלק פון די טבע הבריאה.
"עס איז בעסער פאר א מענטש צו לעבן חתונה געהאט ווי סינגל אין גאר אסאך אספעקטן".
די אומצופרידנקייט וואס דו האסט גייט זיך נישט טוישן אדער וואלט נישט געוועהן ווייניגער אויב דיין לעבן וואלט אנדערש געווען,
צופרידנקייט קומט פון אינעווייניג נישט פון אינדרויסן - מען דארף ארבעטן דערויף - צומאל איז דאס שווערער און צומאל דארף מען הילף פון אנדערע דערפאר,
לגבי צופרידנקייט פון די אייגענע ספעסיפיק מערידזש (אפשר מיט א צווייטן וואלט געוועהן בעסער? וכו')
שלום בית אין מיי אפיניאן בוילס דאון צו דעסיזשען
איינמאל די דעסיידסט (אדער מען דיסיידט פאר דיר.. א באזונדערע נושא) חתונה צו האבן, דארף מען מאכן א טיפע און שטארקע דעסיזשן אז דאס איז עס, זי/ער איז מיין לעבן'ס שותף! און ווי שטערקער די דעסיזשן איז, אלס מער סוקסעספול וועט דיין מערידזש זיין.
איינער וואס איז אלס ביזי ארומקוקן, צוריקקוקן, וכו', וועט האבן א מיזרעבל לייף ""נישט קיין חילוק ווער זיין ווייב איז"".
דאס מיינט נישט אז עס גייט נישט זיין קיין אפס און דאונס אין די רלעישנשיפ, אבער דאס איז געזונט.
לגבי באדינען א אידישע טאכטער און לגבי די טירחה פון האבן און ערציען קינדער -
א' נאכן מאכן די דעסיזשען פון מערידזש זענט עטץ איינס, פונקט ווי דו דארפסטיך העלפן מיט דיינע פארשידענע צרכים זי איז א חלק פון דיר און דיין לעבן - ווען צוויי שלעפן צוזאמען איז עס גרינגער אפילו ווען די וואג איז דאפלט.
דאס איז איינגעווארצלט אין די טבע די רצון פון א מענטש צו האבן המשכת הדורות
דאס איז די גרעסטע הנאה פאר א מענטש
איי עדמייער דיין honesty מקדים צו זיין לכתחילה און זאגן אז דו טיילסט דא פשוט מיט דיין מיינונג / עפּיניען.
נישט חס ושלום קיינער זאל מאכן דעם טעות צו טראכטן פאר א רגע אז עני אוו דיס האט א שייכות מיט רעאליטי/מציאות.
It’s simply your opinion and you’re entitled to have one