בלאט 3 פון 3

Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:29 am
דורך נחום הסופר
אויב עמיצער וויל מעיין זיין אין די הלכה'דיגע אספעקטן קען ער אריינקוקן דא

המשך יבא

Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:08 pm
דורך היום
שיין, שיינע ארבעט אראפגעלייגט דא.

איך האב אמאל אליינס געהערט פון הגאון ר עובדיה יוסף זכרונו לברכה, וואס האט פארציילט ווי אזוי ער האט אויסגעלערט די דיינים אין דער רבנות וואס צו טיען ווען א ממזר וויל חתונה האבן, כדת משה וישראל.
מען גייט צוריק צום קידושין פונעם מאמע׳ס חתונה און מען זיכט א לאך אין דער סדר הקידושין, כדי צו עס קענען פסל׳ן אויף סיי וועלעכן וועד מען קען נאר טרעפן.
ער האט געזאגט אז בדרך כלל איז עס די גרינגסטע צו טרעפן אין די עדי קידושין, וואס דארפן זיין גאר אפגעהיטענע יודן כדי צו זיין באמת כשר לעדות.

Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:32 pm
דורך berlbalaguleh
סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:18 am גט מהרש"ם
וגם (להבדיל, פאר די סאקמערער חסידים און נטורי קרתא סימפאטיקערס) הרב שלמה גורן ז"ל. אט אזוי האט ער "מטהר" געווען די לנגר (געוועזענע) ממזרים. ער האט מפקיע געווען די קידושין פון זייער מאמע'ס ערשטן מאן. אויפווייזנדיג מיט דאקומענטן אז ער איז נישט געווען שפוי בדעתו ווען ער האט איהר מקדש געווען.

Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:37 pm
דורך berlbalaguleh
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:29 am אויב עמיצער וויל מעיין זיין אין די הלכה'דיגע אספעקטן קען ער אריינקוקן דא

המשך יבא
שפתיים ישק משיב דברים נכוחים. זאגט שלמה המלך אין משלי.

איך וואלט דיר געגעבן 10 לייקס ווען מ'קען.

Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:52 pm
דורך berlbalaguleh
היום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:08 pm שיין, שיינע ארבעט אראפגעלייגט דא.

איך האב אמאל אליינס געהערט פון הגאון ר עובדיה יוסף זכרונו לברכה, וואס האט פארציילט ווי אזוי ער האט אויסגעלערט די דיינים אין דער רבנות וואס צו טיען ווען א ממזר וויל חתונה האבן, כדת משה וישראל.
מען גייט צוריק צום קידושין פונעם מאמע׳ס חתונה און מען זיכט א לאך אין דער סדר הקידושין, כדי צו עס קענען פסל׳ן אויף סיי וועלעכן וועד מען קען נאר טרעפן.
ער האט געזאגט אז בדרך כלל איז עס די גרינגסטע צו טרעפן אין די עדי קידושין, וואס דארפן זיין גאר אפגעהיטענע יודן כדי צו זיין באמת כשר לעדות.
נאר "הרב" (אזוי האט איהם דער איד באצייכנט ווען ער האט דערמאנט זיין נאמען. שוין לאמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם) עובדיה יוסף אליין בכבודו ובעצמו האט געפייערט אקעגן הרב שלמה גורן. ער האט איהם געוואלט "מעביר" זיין פון רבנות הראשית. נאר דאס האט ענדערש צו טון מיט פאליטיק ווי מיט הלכה.

Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:55 pm
דורך חמלה גדולה
סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:23 am איז די געשיכטע אמת? איז דא נאך א מקור אויף דעם חוץ די מעשה ביכל?
So we've got the source what now?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:14 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
wow
קומט אויס אז דאס וואס ס׳פעלט אויס און מ׳דארף האבן חופה וקדושין כדאי צו ווערן אן אשת איש, איז נישט א חומרא נאר גאר א קולא

Re:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:21 pm
דורך berlbalaguleh
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:14 pm wow
קומט אויס אז דאס וואס ס׳פעלט אויס און מ׳דארף האבן חופה וקדושין כדאי צו ווערן אן אשת איש, איז נישט א חומרא נאר גאר א קולא
לא זכיתי להבין.

Re: Re:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:39 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:21 pm
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:14 pm wow
קומט אויס אז דאס וואס ס׳פעלט אויס און מ׳דארף האבן חופה וקדושין כדאי צו ווערן אן אשת איש, איז נישט א חומרא נאר גאר א קולא
לא זכיתי להבין.

איז דאך גוט... איך דארף דען אלעמאל רעדן צום זאך?

געמיינט האביך צו זאגן לאפוקי פון דעם

Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:53 pm
דורך היום
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:52 pm
היום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:08 pm שיין, שיינע ארבעט אראפגעלייגט דא.

איך האב אמאל אליינס געהערט פון הגאון ר עובדיה יוסף זכרונו לברכה, וואס האט פארציילט ווי אזוי ער האט אויסגעלערט די דיינים אין דער רבנות וואס צו טיען ווען א ממזר וויל חתונה האבן, כדת משה וישראל.
מען גייט צוריק צום קידושין פונעם מאמע׳ס חתונה און מען זיכט א לאך אין דער סדר הקידושין, כדי צו עס קענען פסל׳ן אויף סיי וועלעכן וועד מען קען נאר טרעפן.
ער האט געזאגט אז בדרך כלל איז עס די גרינגסטע צו טרעפן אין די עדי קידושין, וואס דארפן זיין גאר אפגעהיטענע יודן כדי צו זיין באמת כשר לעדות.
נאר "הרב" (אזוי האט איהם דער איד באצייכנט ווען ער האט דערמאנט זיין נאמען. שוין לאמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם) עובדיה יוסף אליין בכבודו ובעצמו האט געפייערט אקעגן הרב שלמה גורן. ער האט איהם געוואלט "מעביר" זיין פון רבנות הראשית. נאר דאס האט ענדערש צו טון מיט פאליקטיק ווי מיט הלכה.


אדרבה, קום אריין מיט די סטארי.
וואס איז די סיפור מיט הרב שלמה גורן?

Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 6:08 pm
דורך נחום הסופר
כ'האב נאך וואס ממשיך צו זיין אין די מעשה מיט די כעלעמער ממזרים, די געוועזענע עקרה דבורה מרים, דער שמאטע-קלייבער, בערקע פארעך מיט'ן קאטאריניאזש, אה שיעור פארגעסן, אויך ר' שעפסעלע'ן דער מורה הוראה, און דער גאון רבי יהושע'לע קוטנער וואס האט מיט זיינע ברייטע תורה'דיגע פלייצעס אויסגעארבעט א היתר - וואס אייגנטליך איז מיין הויפט ציל פון איבערשרייבן די מעשה געווען צוצוקומען צום המשך ההיסטאריע, אבער כ'זע אז ס'וועט נישט פאסירן היינט-מארגן. אי"ה קומענדיגע וואך.

Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

נשלח: פרייטאג יאנואר 12, 2024 12:05 am
דורך berlbalaguleh
היום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:53 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:52 pm
היום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 4:08 pm שיין, שיינע ארבעט אראפגעלייגט דא.

איך האב אמאל אליינס געהערט פון הגאון ר עובדיה יוסף זכרונו לברכה, וואס האט פארציילט ווי אזוי ער האט אויסגעלערט די דיינים אין דער רבנות וואס צו טיען ווען א ממזר וויל חתונה האבן, כדת משה וישראל.
מען גייט צוריק צום קידושין פונעם מאמע׳ס חתונה און מען זיכט א לאך אין דער סדר הקידושין, כדי צו עס קענען פסל׳ן אויף סיי וועלעכן וועד מען קען נאר טרעפן.
ער האט געזאגט אז בדרך כלל איז עס די גרינגסטע צו טרעפן אין די עדי קידושין, וואס דארפן זיין גאר אפגעהיטענע יודן כדי צו זיין באמת כשר לעדות.
נאר "הרב" (אזוי האט איהם דער איד באצייכנט ווען ער האט דערמאנט זיין נאמען. שוין לאמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם) עובדיה יוסף אליין בכבודו ובעצמו האט געפייערט אקעגן הרב שלמה גורן. ער האט איהם געוואלט "מעביר" זיין פון רבנות הראשית. נאר דאס האט ענדערש צו טון מיט פאליקטיק ווי מיט הלכה.


אדרבה, קום אריין מיט די סטארי.
וואס איז די סיפור מיט הרב שלמה גורן?
אז דו ווילסט דווקא. עמיר אנהייבן פון פאר בראשית.

ס'איז געווען אין ארץ ישראל (כ'מיין אין די זיבעציג'ער יארן למספ.') א ברודער מיט א שוועסטער מיט'ן נאמען לאנגער.וואס די רבנות הראשית (יא. אט די שקצים און ציונים פיהרן זיך עפ"י הלכה.) האט זיי נישט געוואלט ארויסגעבן א היתר חתונה צו האבן. וועגן זייער סטאטוס אלס ממזרים. ווייל זייער מאמע האט חתונה געהאט מיט זייער טאטן (בזיווג שני) אן באקומען א גט פון איהר ערשטן מאן.

די פרייע, אנטי-רעליגיעזע חברה האבן זיך ארויפגעכאפט אויף דעם. און געשריגן פאר די גאנצע וועלט...קוקטס ווי אכזריות'דיג די תורה איז...און געמאכט דעמאנסטראציעס אקעגן די רבנות הראשית. און די רעגירונג. די פרעמיער'שע גאלדא מאיר האט זיך נישט געקענט א עצה געבן.

אין די זעלבע צייט איז די וועלט (שטייצעך אויסער סאטמאר) באקאנט געווארן מיט א יונגן גאון און פאליטיקאנט. דער הויפט רב פון צה"ל. ער האט זייער שטארק און העפטיג קאמפיינט צו ווערן דער (אשכנזי'שער) הויפט רב אין מדינת ישראל. האט איהם די פרעמיער געזאגט אז אויב ער וועט לייזן דעם פראבלעם וועט ער ווערן דער רב הראשי פון מדינת ישראל.

ער האט זיך אריינגעלייגט אין די פרשה און מיט זיין גאונות, באגלייט מיט די ריכטיגע פאפירן (עדות'שאפט פון דאקטוירים) האט ער אויסגעארבעט א היתר. דורך מפקיע זיין די קידושין פון איהר ערשטן מאן. ממילא איז זי דאך נישט געווען קיין אשת איש. האט זי נישט געדארפט האבן א גט...און איהרע קינדער זענען געווארן "כשר". זיי האבן באקומען א היתר חתונה צו האבן...און ס'איז געווארן "שלום". ביז די נעקסטע פרשה...!

נאר הרב עובדיה יוסף, ז"ל האט שטארק געברויזט אויף איהם. און ער האט געסטראשעט (און קיינמאל נישט מקיים געווען.) אז ער וועט ארויפגיין אין די לישכה פון רבנות און איהם גוט אנשייגעצן. און מעביר זיין פון זיין פאסטן...!

Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 1:13 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
אלס הוספה צום דאזיגען אשכול און לכבוד כאמעשוסער, דערמאן איך זיך אז אמאל ערב חמשה עשר האב איך אריינשפאצירט מיט א ירושלימ’ער חבר צום פיצוחים / ניס געשעפט אויף גאולה, צווישען די פירות וואס ווערט פארקויפט אין דעם סעזאן איז דער פיצי מיני אראנדזש, וואס משום איזה סיבה רופען עס די טשאלמער’ס "קליינע ממזר’לעך" [קען זיין ווייל ס’קומט פון כלאים], מיין חבר רופט זיך אהן אויף עברית צום ספרדישען מוכר "יש לך אולי ממזרים קטנים"??

דער מוכר האט מיט כעס איהם גענומען נאכלויפן מיט’ן שטעקן איהם צו באמקל’ן... זיי זענען ביידע געלאפן ביז’ן אנדערע עק מאה שערים...

Re: די כעלעמער מממזרים (היסטארישע געשיכטע)

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:12 pm
דורך berlbalaguleh
שמחה'לע קאפשטיק: ייש"כ. זעהט אויס אז יש דברים "בגוי". און ער איז נישט דער ערשטער וואס האט געפרעגט די שאלה...!