גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך צקון לחש »

אויך איך פארצייל נישט אזעלכע מעשיות פאר פינף יעריגע
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך אגריפס המלך »

סמבטיון האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:38 am טאמבעל, דו ביזט מיעס ציפראסקעאט, די עצם רציחה איז דיר נישט אינטרעסאנט?, פארוואס, ווייל דיין מוח איז שוין גלייכגילטיג צו בלוט און ציפליקטע גלידער?, דו זיכסט שוין דעם נעקסטן קרבן, וועם קען מען בלעימן, מסתמא זענען דא נאך אפאר שילדיגע וואס האבן צוגעפירט צו דעם שרעקליכן טראגעדיע, טשעק דיר אויס, און גראד אויס דיין קאפ, נישט יעדע מעשה קומט מיט א זאק פון קאספיראציעס ווי די בלוט פלעקן אויף די מאטראצען אין די 770 טונעלן איז געקומען פון קריסטליכע קינדער וואס מען האט דארטן געשאכטן פאר פסח ביי קאראנא, סטאפ איט, א גייסטיש צורידעטע פארשוין האט ערמארדעט זיינע ליבע עלטערן ר"ל. זהו! אווערנעס דארף מען זיך לערנען פאר די אלע וואס האבן נעבעך גייסטישע צורידעטע משפחה מיטגלידער, כווייס נישט וואס נאך צו זאגן, אבער דיין תגובה איז הארצלאז און עקעלהאפטיג. בשורות טובות
ס'איז שוין אן אלטע טרענד צו בויען אויף יעדע טראגעדיע קאנספיראציעס און טרינקען יענעם בלוט נאך פאר ס'זאפט זיך איין. (איך מיין נישט קיינעם נאר בדרך כלליות)
באניצער אוואטאר
מנחם מנדל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך מנחם מנדל »

איך מעג למשל דערציילן די מעשה פאר מיין ווייב אדער עס גייט איר צו שטארק טראומטייזן.?
מן הסתם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך מן הסתם »

מנחם מנדל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:05 pm איך מעג למשל דערציילן די מעשה פאר מיין ווייב אדער עס גייט איר צו שטארק טראומטייזן.?
לכאורה בעסער אז נישט..
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך שמן למאור »

די לוויה פון ר' יעקב יוסף און זיין ווייב רחל מינצא שפערבער, וועט פארקומען היינט 5:00 אין שומרי הדת.

יהא זכרם ברוכים.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
הנגרה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:02 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך הנגרה »

Boropark24 האט געבראכן די שטילשווייגעניש
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך היימלינד »

שטייט נישט קיין פרטים
וואס ווען און וויאזוי

דאס הייסט נישו גערעדט דערפון
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך זאקן »

מנחם מנדל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:05 pm איך מעג למשל דערציילן די מעשה פאר מיין ווייב אדער עס גייט איר צו שטארק טראומטייזן.?
איך קען דיר נישט ענטפערן ווייל איך קען נישט דיין ווייב.

פאר מיין ווייב האב איך דערציילט, איך ווייס אז זי ווערט נישט אזוי שנעל טראומטייזט.
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך זאקן »

הנגרה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:46 pm Boropark24 האט געבראכן די שטילשווייגעניש
דאס מיינט גרעסער געמאכט די שטישווייגעניש.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך עמרם »

זאקן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:58 pm
הנגרה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:46 pm Boropark24 האט געבראכן די שטילשווייגעניש
דאס מיינט גרעסער געמאכט די שטישווייגעניש.
כאטשיג דערמאנט מען אז א ערליך פאר פאלק האט פארלאזט די וועלט

אין אייוועלט גייט מען אהן כאילו זיי לעבן נאך
מ'מעג נישט דערמאנען אפי' אז איינער שפערבער איז אוועק

זאלן זיי אנקומען צי די ריכטיגע רוה
און זיין א מליץ יושר פאר זייער משפחה וואס גייט יעצט אדורך גאר שווערע זמנים

ת.נ.צ.ב.ה.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך טאמבל סאס »

פארוואס ביי די לוי אראן מעשה האט מען תיכף גערעדט און געחקרנט און אצינד טאר נאר זיין שא שטיהל?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

פון אייוועלט...
ענדליך...
צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 4:28 pm
ברוך פריעדמאן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:26 pm
ברוך פריעדמאן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:25 pm בד״ה:


הרה״ח רבי יעקב יוסף שפערבער ז״ל בארא פארק (75)

וזוגתו מרת רחל מינצא ע״ה (75)


לויה בשעה חמש אחה״צ - בית הלויות שומרי הדת
ער פלעגט לערנען איבערן טאג אין אמונת ישראל?
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך היימלינד »

עמרם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 4:27 pm
זאקן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:58 pm
הנגרה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:46 pm Boropark24 האט געבראכן די שטילשווייגעניש
דאס מיינט גרעסער געמאכט די שטישווייגעניש.
כאטשיג דערמאנט מען אז א ערליך פאר פאלק האט פארלאזט די וועלט

אין אייוועלט גייט מען אהן כאילו זיי לעבן נאך
מ'מעג נישט דערמאנען אפי' אז איינער שפערבער איז אוועק

זאלן זיי אנקומען צי די ריכטיגע רוה
און זיין א מליץ יושר פאר זייער משפחה וואס גייט יעצט אדורך גאר שווערע זמנים

ת.נ.צ.ב.ה.
האסט געטשעקט ? איך האב יא, ס'איז געמאלדען ביי בד"א בערך אזוי ווי די BP24 וואס איינער האט דא געברענגט
טרייד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 7:01 am

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך טרייד »

דאס זאל לערנען א שיעור פארן עתיד, אז אויב ס'איז דא א מענטש וואס ליידט פון נערוון אטאקעס וכדומה, טאר מען נישט לאזן אזא מענטש זיין אן אויפזיכט, בפרט נישט צו זיין מיט עלטערע מענטשן וכו'.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך עמרם »

היימלינד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 4:31 pm
עמרם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 4:27 pm
זאקן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:58 pm
הנגרה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:46 pm Boropark24 האט געבראכן די שטילשווייגעניש
דאס מיינט גרעסער געמאכט די שטישווייגעניש.
כאטשיג דערמאנט מען אז א ערליך פאר פאלק האט פארלאזט די וועלט

אין אייוועלט גייט מען אהן כאילו זיי לעבן נאך
מ'מעג נישט דערמאנען אפי' אז איינער שפערבער איז אוועק

זאלן זיי אנקומען צי די ריכטיגע רוה
און זיין א מליץ יושר פאר זייער משפחה וואס גייט יעצט אדורך גאר שווערע זמנים

ת.נ.צ.ב.ה.
האסט געטשעקט ? איך האב יא, ס'איז געמאלדען ביי בד"א בערך אזוי ווי די BP24 וואס איינער האט דא געברענגט
יעצט האב איך נאכנישט געטשעקט, אבער ארום 1 אזייגער נאכמיטאג בין איך דארט געווען, און ס'איז נאכגארנישט געשטאנען,

אױב האבן זיי עס געמאלדן, כל הכבוד
עמק הבכא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך עמק הבכא »

עמרם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 4:27 pm
זאקן האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:58 pm
הנגרה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:46 pm Boropark24 האט געבראכן די שטילשווייגעניש
דאס מיינט גרעסער געמאכט די שטישווייגעניש.
כאטשיג דערמאנט מען אז א ערליך פאר פאלק האט פארלאזט די וועלט

אין אייוועלט גייט מען אהן כאילו זיי לעבן נאך
מ'מעג נישט דערמאנען אפי' אז איינער שפערבער איז אוועק

זאלן זיי אנקומען צי די ריכטיגע רוה
און זיין א מליץ יושר פאר זייער משפחה וואס גייט יעצט אדורך גאר שווערע זמנים

ת.נ.צ.ב.ה.
איך בין נישט דא צו פארטיידיגן אייוועלט מיט אירע פילע פראבלעמען, אבער זייער פאליסי פון נישט צולאזן קיין שום שקלא וטריא'ס איבער אלעס אנבאלאנגט א פריוואטע משפחה איז זייער נארמאל און פארשטענדליך פאר אזא גרויסע צענטראלע פלאטפארמע. א נייעס פלאטפארמע וואס שיקט ארויס איינצלנע טוויטס איז אנדערש ווי א ריזיגע פובליק טשעט גרופ וואו יעדער בחור'ל האט צוטריט צו שרייבן און רעאגירן.
והוא יחמול עליך חמלה
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך טאמבל סאס »

אגריפס המלך האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 1:30 pm
סמבטיון האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:38 am טאמבעל, דו ביזט מיעס ציפראסקעאט, די עצם רציחה איז דיר נישט אינטרעסאנט?, פארוואס, ווייל דיין מוח איז שוין גלייכגילטיג צו בלוט און ציפליקטע גלידער?, דו זיכסט שוין דעם נעקסטן קרבן, וועם קען מען בלעימן, מסתמא זענען דא נאך אפאר שילדיגע וואס האבן צוגעפירט צו דעם שרעקליכן טראגעדיע, טשעק דיר אויס, און גראד אויס דיין קאפ, נישט יעדע מעשה קומט מיט א זאק פון קאספיראציעס ווי די בלוט פלעקן אויף די מאטראצען אין די 770 טונעלן איז געקומען פון קריסטליכע קינדער וואס מען האט דארטן געשאכטן פאר פסח ביי קאראנא, סטאפ איט, א גייסטיש צורידעטע פארשוין האט ערמארדעט זיינע ליבע עלטערן ר"ל. זהו! אווערנעס דארף מען זיך לערנען פאר די אלע וואס האבן נעבעך גייסטישע צורידעטע משפחה מיטגלידער, כווייס נישט וואס נאך צו זאגן, אבער דיין תגובה איז הארצלאז און עקעלהאפטיג. בשורות טובות
ס'איז שוין אן אלטע טרענד צו בויען אויף יעדע טראגעדיע קאנספיראציעס און טרינקען יענעם בלוט נאך פאר ס'זאפט זיך איין. (איך מיין נישט קיינעם נאר בדרך כלליות)
ס'איז א טראגעדיע, די דיטעילס מאכן דאס נאך פיהל מער שאקירנד אבער איך קען נישט די משפחה אדער מענטשן ארום און מ'טאר נישט פארגעסן אז די ס"ה איז די זעלבע, צוויי מענטשן וואס נעכטן זענען זיי דא געווען, וואלטן נאך היינט געדארפט ווייטער דא זיין און זענען מער נישטא, לכן ביי מיר איז דאס נישט אנדערש ווי ווען דאס וואלט געשעהן צו זייערער שכנים, נישט-אידן, קיין חילוק. כ'זעה נישט פארוואס פרעגן שאלות, אויף א מכובדיגן אופן, זאל הייסן "געטרינקן בלוט"? ווידער מיט די געטרונקענע.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
עמק הבכא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך עמק הבכא »

טאמבל סאס האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 4:29 pm פארוואס ביי די לוי אראן מעשה האט מען תיכף גערעדט און געחקרנט און אצינד טאר נאר זיין שא שטיהל?
מעגליך ווייל די וועלט איז שוין סייווי געווען איבערגעדרייט פון עטליכע טעג בעפאר. ווי אויך איז די יעצטיגע מעשה מער א פריוואטע משפחה טראגעדיע וואו פרעמדע מענטשן האבן נישט עכט אריינצורעדן.
והוא יחמול עליך חמלה
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך האניג »

הנגרה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:46 pm Boropark24 האט געבראכן די שטילשווייגעניש
איך זיץ און איך קוק זיך איין אין דעם בילד און דאס הארץ צוגייט. אוי! ס'איז אפילו נישט דא קיין ווערטער די אומגעהויערע פיין ריכטיג צו ערקלערן. כ'קוק אויף דעם איד'ס צורה און כ'טראכט וואס ער איז דורך אין די לעצטע מינוטען אינאיינעם מיט זיין אשת חיל. כ'טראכט וויפיל צער זיי האבן אין זייער לעבן מיטגעמאכט און ווי טראגיש זיין ענדע איז געווען.

ס'איז ביטער און ס'צושאקלט דאס הארץ. ס'איז די קאנצעפט וואס רויבט צו די מנוחה און האלט דאס מח פארמשכונ'ט מיט שוידער און שרעק. איך וויל וויינען אבער איך קען נישט, איך וויל טראכטן אבער איך האב נישט וואס, איך וויל מעורר זיין אויפ'ן עתיד אבער צוזאמקלויבן די מחשבות איז נאך אצינד אוממעגליך.

...Loading - דאס איז וואס קומט יעצט פאר אין מח.
:cry: :|

יהא זכרם ברוך
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך טאמבל סאס »

 
עמק הבכא האט געשריבן:ווי אויך איז די יעצטיגע מעשה מער א פריוואטע משפחה טראגעדיע וואו פרעמדע מענטשן האבן נישט עכט אריינצורעדן.
א זוהן האט נאכאלס נישט רעכט מקפח זיין דאס לעבן פון עלטערן.

אדרבה, באהאלטן און נישט רעדן איז מוסיף זיין חטא על פשע. עמיצער ווערט געהארגעט, צוויי מענטשן, ס'דא נאך מענטשן וואס טראגן מעגליך א שולד און דו דרייסטיך נאך ארויס דורכן פארשווייגן מענטשן? אויב האט הצלה געזאגט ער מעג בלייבן אויף דער פריי דארף מען וויסן אויף וואס ארויף זיי האבן זייערער שאצונגען געמאכט? וואס האבן זיי געשריבן אין די רעפארט? וואס זענען געווען זיינע פריערדיגע אויסברוכן? זיין טאטע האט אים נאר לעצטנס צוריק אריינגענומען, וואס הייסט דאס נאר לעצטנס? ער האט א זוהן, געשפיהלט מיט קינדער? זעהט ער אים? האט ער שייכות געהאט מיט אים? וואו קומען זיינע עלטערן אריין דא אין בילד, אויב בכלל? וכו' וכו' דאס זענען אלץ לעגיטימע פראגעס.
איך בין צערידערט אז ס'נישטא נאך מענטשן וואס פארלאנגען הויעך ענטפערס. אנשטאט זאגט יענער משוגענער שכן, אזוי האט גאט געפלאנט. וואספארא שטאקיגקייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פרי עץ הדר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך פרי עץ הדר »

כי ימצא חלל באדמה ולא נודע.... ווער פארשטייט די מעשה? דאס איז הימליש, נישט צו זאגען הסברים אין די מעשי ד'... ווער קען דא מנחם זיין די חשוב'ע קינדער, די ברידערס און שוואגערס? אוי רבי יעקב ע"ה
אזא שייף עייל שייף נפיק, ולא מחזיק טיבותא לנפשי', געזעצן און געלערנט בחשאי... נישט געמאכט א עסק פון זיך, מיט די קאפ אראפ און די הארץ ארויף, א בעל חסד א בעל צדקה, געהאט א שטוב פאר געסט נישט א חילוק וואסערע איד, יעדער האט געהאט א מקום, נישט געווארט פאר קיין שום מין כבוד אין די וועלט,
הונדערטער אידן האבן נהנה געווען פון זיין צימער און זייער פיל האבען נישט געוואוסט אז דאס איז בכלל זיינס צו געבן פאר אים א שכוח, מיינענדיג זיי שטייען איין ביי זיין אונטערשטן שכן, ווער רעדט פון שיינע און חשוב'ע אידן ביז ארחי פרחי וואס קיינער האט נישט געוואלט שטיין לעבן זיי,
א בעל צדקה מיט השגות, גבאי צדקה האבן געוואוסט זיין טייערקייט און ריינקייט,

ווייטער די רעביצין א חשוב'ע פרוי, א צדיקת א בעלת השגה בעלת חסד און וואס נישט,
זיך מוסר נפש געווען פאר אירע קינדער..

יהא זכרם מבורך און די קינדער זאל די בוכ"ע טרייסטן נאך אזא קלאפ, נאך אזא מעשה נורא וואס נאר דער בוכ"ע וועט מרחם זיין און מנחם זיין מיט די ישועה שלימה אכיה"ר
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

זייער אינטערסאנט, יעדע צווייטע טאג איז דא אזעלכע נייעסלעך פון שטעכערייען און שיסערייען אויף די אידישע נייעס וועבזייטלעך וואו YWN און VINNEWS, אבער פלוצלונג ווען עס האנדלט זיך פון היימישע זענען זיי נישטא צום געפינען.
געמיינט זיי זענען אנבייעסד.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק

שליחה דורך לאכעדיג »

עס איז אינטערעסאנט מיטצוהאלטן ווי די עולם איז אויסערזיך היתכן מ'פארשווייגט און מ'פארווישט.

און אונזער קאמיונעטי אלעמאל ווען ס'פאסירט אן אינצידענט און בפרט אין די לעצטע 20 יאר, זאל עס זיין נבלה, רציחה, אביוז, וכדומה, און ס'איז יד ישראל באמצע ארבעטן די עסקנים, הצלה, שומרים, וכו' איבערמידליך שווער עס צו פארווישן און פארשווייגן. נישט אייביג געלונגט עס אבער דאס איז די כלל.

(איך נעם נישט קיין שטעלונג אין דעם, איך צוטיר בלויז די פאקטן)

איז וואס זענט איר אזוי אנטוישט אז יעצט טוען זיי די זעלבע??
פארשפארט