בלאט 3 פון 5

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:34 pm
דורך אדונינו
פורים קטן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:26 pm
אדונינו האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:02 pm(עז ווי ספּיעק איז די וויליאמסבורג דיין געפלויגן לגמרי, די פעלדמאן משפחתא עז וועל)
ווער איז די [געוועזענע] וויליאמסבורגער דיין?

וועלכע פעלדמאן משפחה?

[איך פרעג ווייל איך ווייס נישט, אבער איך וויל וויסן]
הרב הערשל רז״ב, באמת א חשובע אינגערמאן, אים אויס גענוצט ביזן סוף און געשיקט ליפטערן.. א האלבע משפחה איז נאך דארט, באמת טרויעריג.

משפחת ר׳ חיים פעלדמאן (איין זון איז א איידעם ביי רז״ב דלעיל) די חידוש איז די זון פון מאנסי, פלעגט זיין א שוואנץ מובחר, אבער זיי האבן געבארגט פון אים $200,000 פאר די הייליגע ישיבה קטנה, און געלאזט ליפטערן כדלעיל.

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:47 am
דורך פון אונזערע
ר' חיים פעלדמאן מיט אלע קינדער אדער נאר א חלק?

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:00 am
דורך שמעון וואלף
איינער האט געזאגט "פראביר נישט צו פארשטיין וואס די שוטה טראכט ווייל ער טראכט נישט".

לענינינו, איך גיי נישט זאגן אז חסידי ר' מנדל זענען גרעסערע שוטים ווי חסידים פון אנדערע רבי'ס (אין פאקט קען איך עטליכע גאר פארשטענדליכע כי מענטשן דארט), נאר די שיטת השוואנצאניס איז נישט צו טראכטן ווען ס'איז נוגע די רבי. אזויווי א שוואנץ פין א בעל חי טראכט נישט ווי ער זאל גיין נאר שלעפט זיך נאך ווי דער בעל חי דרייט זיך, היינו שוואנצאנית. אויב די רבי טוט זאכן וואס מ'פארשטייט נישט, איז נישט. מ'שפירט ניטאמאל די דראנג צו וועלן פארשטיין.

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:15 am
דורך אגריפס המלך
איך זעה שוין דער שטריימל האט געפענט נאך אפאר ניקס דא כדי צו פרובירן צו מאכן זיין רבי אויסזעהן אביסל נארמאל אין אונזערע אויגן

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:27 am
דורך בן-עולם-הבא
זיינע אויסטערלישע שיטה איז נישט פארשטענדלעך פאר מענטשלכער שכל.

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:07 am
דורך רוני
אחידוש האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:12 pm שיין צו זען ווי יעדער בארעדט רבי מענדל
מ'פארגינט איהם נישט די אטעם - לאז אפ, יא רבי ישראל האט א גרעסע בית המדרש וכו' וכו' וכו' לאז יענעם אויכעט עפעס עפעס האבן
ניין נאכאלט'ס נישט צופרידן! מ'גייט זיכן יעדע פעלער פון ר' מענדל
ווייסט פ"וו? ווייל אלע וויזניצאים ווייסן אז בעצם איז רבי מענדל 10 מאל מער געלונגן פון רבי ישראל
ער קען בעסער דאווענען, זינגען, רעדן, עסן, וויינען, קושן, (א שענערע צורה) אואז"וו אלעס וואס מען טוט אין וויזניץ

(איך שרייב אן קיין נגיעה נאר א פאקט)

אינטערסאנט וואס איז די טיטל אויף יידיש פאר איינער וואס קען שיין זינגען-עסן-וויינען-קושן ?
באמת, אין אנדערע שפראכן איז מיר אויך גוט.

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:15 am
דורך קהל'ס נער
רוני האט געשריבן: אינטערסאנט וואס איז די טיטל אויף יידיש פאר איינער וואס קען שיין זינגען-עסן-וויינען-קושן ?
באמת, אין אנדערע שפראכן איז מיר אויך גוט.

אויף אידיש א אדמו"ר
אויף ענגליש א youtuber

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:15 am
דורך אחידוש
כרם זית האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:25 pm
אחידוש האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:48 am געבן טויזענטער דולר צו באקומען א ’’גאנצע’’ רויטע מילגראם פון דינעייליגע סקווירא רבי איז שוואנצנוס
מסביר זיין אין בעלז אז רבי ליידט אויף אונזערע חטאים איז שוואנצנוס
הייסן די חסידים געבן 4 טויזענט שקל פאר די חובות איז שוואנצנוס
אין גור ויאמינו בד’ ובמשה עבדו איז שוואנצנוס

סה’’כ ביי רבי מנדל זאגט עס די רבי אליין
אין נישט אויסטערליץ, אדער אייכלער, אדער וכו’
כל הכבוד הצדיק רבי מענדל
לך בכחך הגדול לקדש שם שמים

הכל יודעים כלה למה נכנסה לחופה, אלא כל המנבל את פיו אפילו חותמין עליו גז"ד של שבעים שנה לטובה הופכים עליו לרעה.
What you mean?

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:50 am
דורך קלוגע יודל
אדונינו האט געשריבן: הרב הערשל רז"ב, באמת א חשובע אינגערמאן, אים אויסגענוצט ביזן סוף און געשיקט לופטערן.. א האלבע משפחה איז נאך דארט, באמת טרויעריג.

משפחת ר' חיים פעלדמאן (איין זון איז א איידעם ביי רז"ב דלעיל) די חידוש איז די זון פון מאנסי, פלעגט זיין א שוואנץ מובחר, אבער זיי האבן געבארגט פון אים $200,000 פאר די הייליגע ישיבה קטנה, און געלאזט ליפטערן כדלעיל.

איז ר' חיים נאך מנהל ביי זיי אין וויליאמסבורג?
איז נישט די זון פון מאנסי נאך אלס א שוואנץ?

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:09 pm
דורך למדן וחסיד
דער גרעסטער רחמנות אויף זיינע חסידים
געבן אזויפיל געלט
און שפעטער פליען זיי

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:22 pm
דורך בא גד
די רחמנות איז אויף אונז אלע!

עס ליינט זיך שווער
איך זאג עס איבער און איבער כדי סזאל גוט אריינקריכן אין קאפ אריין
(אבער קודם א דיסקלעימער: איך קען דעם "רבי" מענדעלע פון די אינגע יארן און סאיז מיר קיין חידוש נישט זיין ווילדע געמיינע אויפפירונג)

אבער ר' איד וועקט אייך אויף! מיר אלע אלע זענען אין דעם זעלבן שיפל!
איינער רופט עס אזוי
א צווייטער רופט עס מיט א אנדערע נאמען
איין רבי רעדט גראב און מיאוס
דער צווייטער רעדט איידל
אבער אונז אלע אלע זענען אין דעם זעלבן שיפל
מען פירט אונז ביים נאז
מיר פיטערען אונזער עבודה זרה'ס מיט געלט און כבוד
און אין די סקונדע וואס דער רבי דיינער גייט שפירן אז דו גייסט נישט אין שפאן גייסטו פליען פונקט ווי די שווענץ ביי "רבי" מענדעלע
וועקט אייך אויף!

די שוואנצונעס איז א מתנה פון הימל פאר אונז אלע אז מיר זאלן זיך קוקען אין שפיגל און זיך אויפוועקן ווי לאנג מען קען נאך!
יעדן טאג ווערן די רבי'ס מער און מער משוגע און אנגערייצט פון בערלאנד און שוואנצונעס וואס מען קען אלץ עררייכן מיט די חסידים זייערע
סא כאפט דיר באצייטנס!

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:27 pm
דורך למדן וחסיד
עז ווי ספּיעק איז די וויליאמסבורג דיין געפלויגן לגמרי
פארוואס?

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:25 pm
דורך אגריפס המלך
בא גד האט געשריבן: די רחמנות איז אויף אונז אלע!

עס ליינט זיך שווער
איך זאג עס איבער און איבער כדי סזאל גוט אריינקריכן אין קאפ אריין
(אבער קודם א דיסקלעימער: איך קען דעם "רבי" מענדעלע פון די אינגע יארן און סאיז מיר קיין חידוש נישט זיין ווילדע געמיינע אויפפירונג)

אבער ר' איד וועקט אייך אויף! מיר אלע אלע זענען אין דעם זעלבן שיפל!
איינער רופט עס אזוי
א צווייטער רופט עס מיט א אנדערע נאמען
איין רבי רעדט גראב און מיאוס
דער צווייטער רעדט איידל
אבער אונז אלע אלע זענען אין דעם זעלבן שיפל
מען פירט אונז ביים נאז
מיר פיטערען אונזער עבודה זרה'ס מיט געלט און כבוד
און אין די סקונדע וואס דער רבי דיינער גייט שפירן אז דו גייסט נישט אין שפאן גייסטו פליען פונקט ווי די שווענץ ביי "רבי" מענדעלע
וועקט אייך אויף!

די שוואנצונעס איז א מתנה פון הימל פאר אונז אלע אז מיר זאלן זיך קוקען אין שפיגל און זיך אויפוועקן ווי לאנג מען קען נאך!
יעדן טאג ווערן די רבי'ס מער און מער משוגע און אנגערייצט פון בערלאנד און שוואנצונעס וואס מען קען אלץ עררייכן מיט די חסידים זייערע
סא כאפט דיר באצייטנס!

איך מיין דו זאלסט דיך געבן א קוק אין שפיגל, איך האב מורא אז דו וועסט זעהן דארט א וויידל, ווייל ווי דו שרייבסט עפעס קומט אריין שוואנצונעס, איך מיין אז דו ליידסט אויף א שוואנצונעס דיזיס אדער האסטו א וויידל אויף די גלעזער.

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:19 pm
דורך מן הסתם
אחידוש האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:12 pm שיין צו זען ווי יעדער בארעדט רבי מענדל
מ'פארגינט איהם נישט די אטעם - לאז אפ, יא רבי ישראל האט א גרעסע בית המדרש וכו' וכו' וכו' לאז יענעם אויכעט עפעס עפעס האבן
ניין נאכאלט'ס נישט צופרידן! מ'גייט זיכן יעדע פעלער פון ר' מענדל
ווייסט פ"וו? ווייל אלע וויזניצאים ווייסן אז בעצם איז רבי מענדל 10 מאל מער געלונגן פון רבי ישראל
ער קען בעסער דאווענען, זינגען, רעדן, עסן, וויינען, קושן, (א שענערע צורה) אואז"וו אלעס וואס מען טוט אין וויזניץ

(איך שרייב אן קיין נגיעה נאר א פאקט)
אבי געהאקט אין קאפ אריין...



(איך שרייב אן קיין נגיעה נאר א פאקט)

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:35 pm
דורך אדונינו
קלוגע יודל האט געשריבן:
איז ר' חיים נאך מנהל ביי זיי אין וויליאמסבורג?
איז נישט די זון פון מאנסי נאך אלס א שוואנץ?

מנהל איז ער שוין לאנג נישט (פישל כהנא האט איבערגענומען) די זון פון מאנסי פלעגט זיין פארברענט פארן הייליגן, אבער אצינדער האבן זיי אים פשוט און פּראָסט בא'גנב'עט, דער פראבלעם דארט מיט רוב אידן אזוי וואו פריער דערמאנט, זיי צאלן נאך יעצט מאָרטגעדזעס אויף געלט וואס זיי האבן אים געגעבן, און זיי האבן שוין לאנג אָפּגעלאזט, ווען די וועלט וואלט געוויסט וויפיל משפחות/נפשות דער שמייליגער האט צו-גרינד געלייגט...

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:32 pm
דורך פון אונזערע
דער יונגערער ברידער, איידעם ביי ווייס איז אויכעט געווארפן?

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:25 am
דורך רויטער
אפשר קען מען קודם אויסשמועסן די מעשה ווען ר' ישראלטשע איז געפלויגן?

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:26 am
דורך רויטער
אמאל פלעג איך פארשטיין מענדעלע אבער ער איז שוין צי טיף פאר מיין קליינע שכל

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 8:35 am
דורך [NAMELESS]
רויטער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 12:25 am אפשר קען מען קודם אויסשמועסן די מעשה ווען ר' ישראלטשע איז געפלויגן?
שוין פארהאן א אשכול איבער דעם
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=2700

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 8:51 am
דורך yesiknow
שמעון וואלף האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:00 am איינער האט געזאגט "פראביר נישט צו פארשטיין וואס די שוטה טראכט ווייל ער טראכט נישט".

לענינינו, איך גיי נישט זאגן אז חסידי ר' מנדל זענען גרעסערע שוטים ווי חסידים פון אנדערע רבי'ס (אין פאקט קען איך עטליכע גאר פארשטענדליכע כי מענטשן דארט), נאר די שיטת השוואנצאניס איז נישט צו טראכטן ווען ס'איז נוגע די רבי. אזויווי א שוואנץ פין א בעל חי טראכט נישט ווי ער זאל גיין נאר שלעפט זיך נאך ווי דער בעל חי דרייט זיך, היינו שוואנצאנית. אויב די רבי טוט זאכן וואס מ'פארשטייט נישט, איז נישט. מ'שפירט ניטאמאל די דראנג צו וועלן פארשטיין.
יעצט פארשטיי איך דיין אוואטער

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:38 am
דורך ארכיטקט
יענקעלע כהן האט שוין אנגעהויבן א קאמפיין קעגן מענדעלע

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:50 am
דורך היימלינד
למדן וחסיד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:27 pm עז ווי ספּיעק איז די וויליאמסבורג דיין געפלויגן לגמרי
פארוואס?
ווער ? רא"צ רוזנברג ? ער איז פונלאנג נישט קיין חסיד/שוואנץ
זיין ברודער י"י האט שוין ארויס געטשעקט גלייך ביים ערשטע דרשה, פארדעם איז ער אויך קיין גרויסע חסיד נישט געווען נאר משום כיבוד אב

Re: לאמיר פראבירן צו פארשטיין ר' מענדעלע מיט זיינע חסידים!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:51 am
דורך היימלינד
אדונינו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:35 pm מנהל איז ער שוין לאנג נישט (פישל כהנא האט איבערגענומען) די זון פון מאנסי פלעגט זיין פארברענט פארן הייליגן, אבער אצינדער האבן זיי אים פשוט און פּראָסט בא'גנב'עט, דער פראבלעם דארט מיט רוב אידן אזוי וואו פריער דערמאנט, זיי צאלן נאך יעצט מאָרטגעדזעס אויף געלט וואס זיי האבן אים געגעבן, און זיי האבן שוין לאנג אָפּגעלאזט, ווען די וועלט וואלט געוויסט וויפיל משפחות/נפשות דער שמייליגער האט צו-גרינד געלייגט...
wow דער זון (שכחתי שמו) איז געווען פון די ערשטע שטארקע שווענץ שוין אלס ישיב"ק בחור, ער איז שוין דעמאלטס ארומגעלאפן כאפן פישלעך.