נשלח: מוצ"ש יוני 22, 2024 11:45 pm
די טעזע פונעם אשכול קען געבן א נייעם באדייט צו דאס וואס דער תשב"ץ ברענגט צו אין זיין מגן אבות על מס' אבות (פ"ד מכ"ב):
***
אחרי עיון שוב קען מען אפשר יא טענה׳ן אז דאס אז אַן אַמניבּענעוואלענט גוטע באשעפער זאל בהכרח באשאפן א ״גוטע גיהנום״, איז יא סימעטריק מיט דעם אז אַן אַמנימאלעוואלענט שלעכטע באשעפער זאל באשאפען א ״שלעכטע גן עדן״. דאס איז ווייל לגבי אַן אַמניבּענעוואָלענט באשעפער איז דאך דא די גוטע דאקטרין פון יוסטיץ וועלכע איז לאגיש מכריח א גוטע באשעפער, זייענדיג אז ער איז כולו טוב און יוסטיץ (ובחירה חופשית, באיזה אופן, הקשורה עמה) איז א גוטס, צו באשאפען א גיהנום להעניש ולתקן, ולכן באשאפט ער דאס על צד היותר טוב מעגליך. אבער פונקט אזוי קען מען טענה׳ן איז דא פאר א כל כולו שלעכטע באשעפער, די רעיון פון אויספאָפּן, וועלכע איז א שלעכטס כשלעצמו, און דארף ממילא בהכרח פארווירקליכט ווערן דורך אים; ער דארף אויך זיין א טריקסטער גאט (כעין די מיטאלאגישע הערמיִס און לאָקי), וואו מ׳זאל מיינען אז מהותו איז פארקערט פון וואס עס איז באמת. ולכן מוז ער בהכרח באשאפען א גן עדן וואו ער קען אויספאָפּן די ברואים בתוכה און זיי קענען זיך דארט טועה זיין אז ער איז באמת כל כולו טוב. ולכן מוז ער בהכרח אויך באשאפען א גן עדן און ער מאכט דאס על צד היותר רע מעגליך.
מ׳קען אויך קלערן אז לפי״ז אין אזא סארט בריאה, האט מען מורא אויסצוזאגן די אמת פון מהותו מחמת כעסו ורעתו, ולכן האבן די חכמים דערין דאס פארשלייערט ברמז. ולכן איז אויך דא די פחד פון דאס טויט און דאס דראנג פאר אימארטעליטי צו פארבלייבן אין די וועלט, הגם עס איז דאך שלעכט, ווייל מ׳פיהלט אז דערנאך איז נאך ערגער. עס איז אויך מן הראוי לציין צו פּראפעסאר דזשאן מקטעגערט׳ס טענה אז אין אזא פאל, האט, כמובן, אזא סארט גאט נישט קיין שום נאמנות בכלל, אז טאמער מ׳טוהט אזוי-און-אזוי וועט מען זיך ארויסדרייען מכעסו ורעתו. עס בלייבט נאר איבער א הכרח׳דיגע עקסעפּטענס און סאָבּמישאן צו די מענטש׳ס פעיט. (ועיין כאן בדברי טשארלס בּרעדי.)
ובזה האב איך געקלערט זייענדיג אויף 35 מ״ג קאַנאַבּיס, אז לפי דאס וואס ניטשע האט געזאגט אז עס איז דא פאר דעם מענטש א בּעיסיק הנאה ותענוג אינעם צוזעהן אַן אנדערנס צער, איז אויב ״בצלם האדם עשה את האלהים״ דאן לפי דעם אז ווי העכער די קאַנשׁעסנעס איז אלס מער איז דאס תענוג, קען מען דאס זאגן אויף א גאט-לייק בּיאינג. מיינענדיג, אז לתענוגו קען עס זיך נישט איינהאלטן פון באשאפען באשעפענישן מיט א נידעריגערע קאַנשׁעסנעס, וואס זייער הכרח׳דיגע צער און סאָבּמישאן דערצו, ברענגט אים אַן אבנארמאלע תענוג (ועיין ערך BDSM). ובפרט טאמער איז זיין מחשבה פון זייער צער המביא אותו לידי תענוג, אטאמאטיש המביאם לידי קיום. און די העכערע בּיאינג קען זיך נישט איינהאלטן, אזוי ווי איינער וואס איז אויף דראָגס וואו די גאנצע דמיון ותענוג נעמט אינגאנצן איבער. עס איז נישט אימאראליש ווי איידער אַמאראליש. (הגם מ׳קען קלערן אז עס פעהלט נישט אויס ממש צער פאר די ברואים, ווי איידער דאס אויסזעהן ווי די ברואים זענען בצער; ועיין ערך סאליפּסיזם וערך p-זאַמבּי.) ואולי איז וועגן דעם טאקע ניטשע דער וואס האט געזאגט איבער דאס ״טויט פון גאט״.
אגב, לגבי דעם וויאזוי פילאזאפן ווייזן אויף טובו של הא-ל פון דאס אז ער איז דאס מוכרח המציאות, וואלט מען לכאורה געקענט פרעגן דערויף פון דאס וואס דער רמב״ם שרייבט בהל׳ יסודי התורה פ״א ה״ב. ער שרייבט דארט אם יעלה על הדעת שהוא אינו מצוי אין דבר אחר יכול להמצאות ע״ש. וא״כ איז דאך די קאנצעפּט לכאורה נישט ״מוכרח״, זייענדיג אז מ׳קען זיך מצייר זיין אט די אפשרות. אבער דער רמב״ם שרייבט דאך במו״נ ח״א פע״ג, נגד המדברים בהקדמה העשירית, אז די דמיון און ציור בשכל איז נישט קובע וואס איז אפשרי אדער נמנע ע״ש, ועיין בשמונה פרקים פ״א.
***
ולפי זשאַן-פּאָל סאַרטרע אז ״גיהנום״ איז אנדערע מענטשן, איז טאקע אט דאס די השוואה אין דעם אז (בראשית ב חי) לא טוב היות האדם לבדו, הגם אז דאס באדייט נישט אז ביחד איז דוקא יא טוב, ווייל די מטרה איז טאקע לסגפו ע״י אנדערע מענטשן בהגיהנום הלז. (ועיין לעיל בההשוואה בין אשה רעה לגיהנום.) אבער עס קען דאך זיין (משלי חי כב) מצא אשה מצא טוב, ממש (וידוע הגמרא בברכות ח.), זייענדיג אז דא איז א ״גוטע גיהנום״.