Re: דוד און בת שבע
נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:58 pm
ת
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=16888
אבער פארוואס אויף אזא אופן וואס אילוסטרירט גארנישט אויסער נידריגקייט און ליצנות, שוין נישט געטראפן בעסער פון וועם חוזק צו מאכן נאר דוד המלך? איך האב נאכנישט געטראפן עניטינג ענליך צו דעם דא אויף קאווע שטיבל. אפילו אפענע כפירה פילט נישט אזוי עקלדיג.
כ'פיהל אויך אביסל גע'טריגערט. כ'טריי צו דערגיין פארוואס.עמק הבכא האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 5:02 pm אבער פארוואס אויף אזא אופן וואס אילוסטרירט גארנישט אויסער נידריגקייט און ליצנות, שוין נישט געטראפן בעסער פון וועם חוזק צו מאכן נאר דוד המלך? איך האב נאכנישט געטראפן עניטינג ענליך צו דעם דא אויף קאווע שטיבל. אפילו אפענע כפירה פילט נישט אזוי עקלדיג.
איך מיין אז "בייעס" איז אביסל א שטארק ווארט, ער מיינט פשוט צו זאגן אז ס'נישט מער ווי א שיינעם טייטש אויף די סדרה וואס ר' יהונתן האט מחדש געוועהן ביי א ביקור גומלין און ס'נישט געמאכט צו בויען דערויף. איך קען אזוי זעהן מאטל זילבער טאנצן שושן פורים נאכמיטאג אויפ'ן טיש אינגאנצן בגילופין און אינצווישן גיבט ער א כאפ די מייק און שרייט אריין מיט פאטאס "כל האומר קורח חטא אינו אלא טועה!", נאכפאלגענדיג מיט א גאנצע פילפול מיט גימטראיות. בכלל פלעגט קלויזענבורגער רב איהם רופן "דער הייליגער זיידע קורח", און ער פלעגט נאך ציטירן רש"י וואס זאגט אז קורח האט געזעהן אז שמואל הנביא גייט ארויסקומען פון איהם, נו וויאזוי דען האט ער געזעהן אויב נישט מיט רוח הקודש? און ווען מ'גייט עס דרוקן אינעם ספר גייט דער מגיה צולייגן א פוטנאוט אזוי בדרך אגב אז ר' מאטל פארמאגט א ייחוס בריוו וואס ציהט זיך ביז קורח וד"ל. וואס איז זיכער איז זיכער, אויף די גמרא האבן מיר צוויי פשטים - ר' יהונתן און אברבנאל, אויף ר' יהונתן האבן מיר צוויי פשטים - די פאנאטישע פשט און רב, אבער אין רב'ס ווערטער איז נאר דא איין פשט וואס מ'קען לערנען.
דער רד״ק זאגט די ערשטע טעם און דער אברבנאל די צווייטע. דער מהר״י קרא זאגט אז דאס איז צו לאזן וויסן אז מ׳קען לגמרי נישט תולה זיין דאס עיבור און אוריה, און ער וואלט ממילא געוואור געווארן דערפון, ולכן האט דוד פרובירט דאס צו פארהוילן און צוריקשיקן אוריה צו בת שבע. דר. ראַבּערט אַלטער שרייבט אויך אזוי.כרם זית האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:05 pmווען די פסוק זאגט (שמואל ב יא, ב) וַיַּ֥רְא אִשָּׁ֛ה רֹחֶ֖צֶת מֵעַ֣ל הַגָּ֑ג מיינט עס בפשטות נישט קיין פשוט'ע באד, נאר עס מיינט אז זי האט זיך גערייניגט פון טמאה ווי עס שטייט (שם ד) וְהִ֥יא מִתְקַדֶּ֖שֶׁת מִטֻּמְאָתָ֑הּ. די פסוק מיינט ארויסצוברענגן אז כאטש ער האט אפשר עובר געווען אויף עון אשת איש, האט ער אבער נישט עובר געווען אויף עון זבה (ועיין לקמן שיש לפרש דהפרשה בא לבקר מי שהולך רק בדרך הלכה, וק''ל). וי''א אז די פסוק קומט מסביר זיין ווי אזוי בת שבע איז נתעבר געווארן וויבאלד אין אשה מתעברת אלא סמוך לטבילתה.
ס׳איז אינטרעסאנט ווי דער מלבי״ם ברענגט זיך א ראיה פונעם פסוק (שמואל ב יא כו) ותשמע אשת אוריה כי מת אוריה אישה ותספד על בעלה, צו חז״ל:
אין אנדערע ווערטער, זי האט נישט מתאבל/סופד געווען אויף אים אלס "הלכה" (ואפילו אין איר אנאכראניסטישן זין), נאר מער אלס "ווייל אזוי פּאַסט עס".וגם בכתוב הזה ירמוז כי מגורשת היתה מאוריה, במ״ש ששמעה שמת "אישה" ותספד על "בעלה", כי יש הבדל בין שם "איש" ובין שם "בעל", שם "איש" הוא מצד החיבה שבין איש לאשתו, ושם "בעל" הוא רק מצד שבעל אותה או מצד האדנות. וע״כ כשמדברת בעדה בא תמיד כינוי "אישי" לא כינוי "בעלי", ואמר (הושע א חי) תקראי אישי ולא תקראי לי עוד בעלי, כי קריאת שם "אישי" מורה שחיבתו עליה, והשמועה באה שמת "אישה" כי כן חשבו העם, אבל היא ספדה על "בעלה" לא על "אישה" כי כבר היתה מגורשת.
דאס בעצם שרייבט אבן כספי אויף דעם פסוק (אָן די געדאנק פון "רחיים" בפירוש):כרם זית האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:05 pmווען יואב האט געשיקט די שליח צו דוד לייגט ער אריין ווערטער אין דוד'ס מויל וְהָיָ֗ה אִֽם־תַּעֲלֶה֙ חֲמַ֣ת הַמֶּ֔לֶךְ וְאָמַ֣ר לְךָ֔ מַדּ֛וּעַ נִגַּשְׁתֶּ֥ם אֶל־הָעִ֖יר לְהִלָּחֵ֑ם הֲל֣וֹא יְדַעְתֶּ֔ם אֵ֥ת אֲשֶׁר־יֹר֖וּ מֵעַ֥ל הַחוֹמָֽה׃ מִֽי־הִכָּ֞ה אֶת־אֲבִימֶ֣לֶךְ בֶּן־יְרֻבֶּ֗שֶׁת הֲלֽוֹא־אִשָּׁ֡ה הִשְׁלִ֣יכָה עָלָיו֩ פֶּ֨לַח רֶ֜כֶב מֵעַ֤ל הַחוֹמָה֙ וַיָּ֣מׇת בְּתֵבֵ֔ץ לָ֥מָּה נִגַּשְׁתֶּ֖ם אֶל־הַחוֹמָ֑ה וְאָ֣מַרְתָּ֔ גַּ֗ם עַבְדְּךָ֛ אוּרִיָּ֥ה הַחִתִּ֖י מֵֽת. לכאורה פון וואו ווייסט ער וואס דוד וועט טענה'ן? נאר קען זיין אז עס איז געווען אן אפגעמאכט'ע סימן צווישן דוד און יואב, וויבאלד (יש אומרים אז) א רחים איז מרמז אויף געשלעכט, ממילא איז די סימן אז פינקט ווי אבימלך איז געהארגעט געווארן דורך 'א פרוי' דורך א 'רחים', איז אוריה געהארגעט געווארן צוליב 'א פרוי' צוליב 'געשלעכט'.
און דר. ראַבּערט אַלטער שרייבט דערויף:זה היה צחות גדול מיואב וכבר הבין הוא המעשה או שמע.
ער שרייבט אויך לגבי וואס בת שבע האט געטראכט/געוואלט:The specificity of the prospective dialogue that Joab invents for a wrathful David may at first seem surprising. The story of the ignominious death of Abimelech at the hand of a woman (Judges 9:52–54) may have become a kind of object lesson in siege strategy for professional soldiers — when you are laying siege against a city, above all beware of coming too close to the wall. One suspects also that Joab’s emphasis on a woman’s dealing death to the warrior - Abimelech had asked his armor bearer to run him through so that it would not be said he was killed by a woman! — points back to Bathsheba as the ultimate source of this chain of disasters
Your servant Uriah the Hittite also died. Joab obviously knows that this is the message for which David is waiting. By placing it in the anticipatory "script" that he dictates to the messenger, he is of course giving away the secret, more or less, to the messenger. Might this, too, be calculated, as an oblique dissemination of David’s complicity in Uriah’s death, perhaps to be used at some future point by Joab against the king?
ולגבי וואס אוריה האט געוואוסט און געטראכט בשעת דוד האט גערעדט צו אים, שרייבט ער בפסוק יא:One wonders whether the writer is boldly toying with this double meaning, intimating an element of active participation by Bathsheba in David’s sexual summons. The text is otherwise entirely silent on her feelings, giving the impression that she is passive as others act on her. But her later behavior in the matter of her son’s succession to the throne (1 Kings 1–2) suggests a woman who has her eye on the main chance, and it is possible that opportunism, not merely passive submission, explains her behavior here as well
shall I then come to my house to eat and to drink and to lie with my wife? Uriah now spells out all that David left unsaid when he urged him to go down to his house. The crucial detail of sleeping with Bathsheba comes at the very end. Menakhem Perry and Meir Sternberg, in a pioneering Hebrew article in 1968 (revised by Sternberg for his English book of 1985), raised the provocative issue of deliberate ambiguity (comparing the strategy of this story with the two mutually exclusive readings possible for Henry James’s short story “The Turn of the Screw”). In their view, there are two equally viable readings. If Uriah does not know that David has cuckolded him, he is the instrument of dramatic irony — the perfect soldier vis-à-vis the treacherous king who is desperately trying to manipulate him so that the husband will unwittingly cover the traces of his wife’s sexual betrayal. If Uriah does know of the adultery, he is a rather different character — not naïve but shrewdly aware, playing a dangerous game of hints in which he deliberately pricks the conscience of the king, cognizant, and perhaps not caring, that his own life may soon be forfeit. More recently, Moshe Garsiel sas proposed a reconciliation of these two readings: when Uriah first arrives from the front, he is unaware of what has occurred; after the first night with his comrades at the palace gate, he has been duly informed of the sexual betrayal, so that in his second dialogue with the king, he cultivates a rhetoric of implicit accusation. Garsiel observes that when Uriah swears emphatically by David’s life (verse 11), he does not add the deferential "my lord the king"
לויט דעם וועט מען מוזן זאגן א חידוש גדול ונורא, אז אין די פיצי צייט פון ווען דוד האט געזען בת שבע זיך וואשן - און ס'האט זיך אנגעפאנגען דעם ביקש לעשות, ביז ווען דוד האט איר געלאזט ריפן, ממש דעמאלטס אין די פאר מינוט איז אנגעקומען די גט...
נע, די גמרא זאגט דאך שוין אין סנהדרין קז. אז באמת האט זי זיך יא געוואשן צניעות'דיג, נאר דעם אלעמען באקאנטן שטן איז זיך געקומען אריינמישן זיין נאז כדרכו.
איך שרייב די מעשה וויאזוי עס שטייט. ווען דו טרעפסט אלטע סקריפטן ווי עס ווערט דערציילט אזא מעשה וואלסטו עס פינקט אזוי איבערגעטייטשט ווי מיר. דו ביסט נאר בייעסט און די קוקסט עס מתחילה אן מיט אנדערע גלעזער. אוודאי איז אביסל צוגעלייגט זאלץ אין פעפער, מען דארף דאך קענען ליינען צווישן די שורות אויך, אבער אז דו טרעפסט סתם א טריקענע מעשה ביכל וואס פארציילט אזא מעשה וואלט דיין דמיון אויך געפארן אויף דעם וועג.חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:22 amלאמיר זאגן אז די גמרא און רש"י זענען בייעסט ביזטו דאך די זעלבע בייעסט אויף פארקערט, דו ביזט נישט מפרש די פסוקים as is נאר דו לייגסט צו זאלץ און פעפער צו זיכער מאכן אז יעדער פארשטייט אז מ'רעדט דא פון די נידריגסטע שבנידריגסטע רח"ל. און דיינע דברי זילזול אינעם באשעפער עפ"ל צייגט אז דו האסט נישט קיין בייעסט בלויז כלפי דוד המלך...שמן למאור האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:27 amאיך האב אויך רוח הקודש ביי די וועי. און אויב האט איינער אן אגענדע איז עס טאקע יא רש"י און די מפורשים וואס דארפן פראטעקטן דוד. די נישט בייעסט מפרשים זאגן טאקע יא ווי מיר. איך בין מפרש, בעסער געזאגט, איך טייטש איבער די פסוקים ממש וויאזוי עס שטייט, און אגב רש"י לערנט נישט אנדערש ווי מיר דא.לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:28 amרש"י האט געשריבן זיין פירוש מיט רוח הקודש און די קענסט נישט מפרש זיין די תורה און חז"ל ווען די שרייבסט מיט א אגענדע צו נידריגע זאכן ווי מיר האבן שוין געזען ביי דיין שמשון הגיבור באשרייבונג.איזה נשמה האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:13 am ווער זאגט ס'נישט כפשוטו. מ'זאגט אז דא פעהלט קאנטעקסט.
שטעל דיר פאר, איך פארצייל א לאנגע דרשה אויף די לעבענס געשיכטע פון מיין רבי, איך זאג אויף איהם גרויסע זאכן דוראויס די גאנצע דרשה, אין מיטן ווארף איך אריין א געפערליכע מעשה אויף איהם א זאך וואס קיין איין איש הגון וואלט אפילו נישט געטראכט צו טוהן, און איך לייג נאך צו, אז ער האט אפילו נישט געטראכט אז ער דארף תשובה טוהן ביז ניין חדשים שפעטער, און ווייטער און מיין דרשה זאג נאך שיינע תוארים אויף איהם. וואלסטו ממש אויףגעשפריגען און געפרעגט ילמדנו רבינו, וואס איז פשט? זיי דיך מסביר, עפעס מאכט נישט קיין סענס און דיינע ווערטער.
דעס איז וואס רש"י זאגט אמאהל "המקרא אומר דרשני" פון די ווערטער אין פשט אליין זאגטסוך ארויס אז דא פעלט אפאר דיטעילס.
און דו ביזט גראדע נישט די גרויסע חכם פונעם יאר טויזנט צו לערנען פשט אין די מעשה כפשוטו, דאס קען יעדע כתה ט' בחור'ל לערנען און האלטן פאר א פאקט אז דאס איז געווען די מעשה, און ס'איז אלע יארן געווען אזעלכע אפילו אין די צייטן פון די תנאים אמוראים, דו האסט סך הכל פארגעלערנט א שטיקל נ"ך און יעצט נעמט מען ארויס א גמרא און מ'לערנט פשט. ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס די תורה שבע"פ לערנט אנדערש ווי די פשוטע טייטש אין פסוק, אונז עס מיר טשאלנט שבת און אונז צייל מיר ספירה פון די צווייטע טאג פסח ועוד יותר עד אין שיעור.
דער מהרש״א דארט בשבת נו. פרעגט אז ס׳איז מער משמע אז מ׳פלעגט געבן די גט בעפאר יציאתם למלחמה (אחוץ טאמער מ׳האט פארגעסן, כבאחי דוד). ער וויל מפרש זיין אז, אָננעמענדיג אז די גט למפרע איז נאר געווען על תנאי שימות (וע״ש בתוד״ה גט שהיו מגרשין נשותיהם בלא שום תנאי, אלא שהיו מגרשין בצנעה והעולם סבורין שהיא עדיין אשת איש ע״ש), דאן בשעה שעשה המעשה האט ער דאך נישט געוואוסט אז ס׳וועט למעשה נתקיים ווערן התנאי ע״י מיתת אוריה, ונמצא שביקש לעשות אבל לא עשה ווייל למעשה האט ער מסבב געווען לבסוף מיתת אוריה, ונמצא הגט חל למפרע ע״ש.
רש״י זאגט דארט בסנהדרין קז. אז די גמרא דרש׳נט דאס פונעם פסוק (תהלים יא א) למנצח לדוד בה' חסיתי איך תאמרו לנפשי נודי הרכם צפור ע״ש. און דער מהרש״א זאגט, אזוי ווי די חוקרים כ׳האב צוגעברענגט, אז די גמרא דרש׳נט דאס ״דוודאי בת שבע בצנעה היתה רוחצת״ ע״ש.שמן למאור האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:21 pm די גמרא זאגט דאך שוין אין סנהדרין קז. אז באמת האט זי זיך יא געוואשן צניעות'דיג, נאר דעם אלעמען באקאנטן שטן איז זיך געקומען אריינמישן זיין נאז כדרכו.
"בת שבע הוה קא חייפא רישא תותי חלתא אתא שטן אידמי ליה כציפרתא פתק ביה גירא פתקה לחלתא איגליה וחזייה"
א. ווי שוין געזאגט אויבן, אפשר נעמט צען דווקא דאס אן, און די פאר דעם אין נאך דעם איז שלא כפשוטו? איך זע נישט אז די מעשה דא זאל זיין א סתירה צו סיי וואס עס שטייט פריער אדער שפעטער. א נעים זמירות ישראל קען אויך האבן תאוות, און קען אויך באגיין גרויסע אומרעכטן.איזה נשמה האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:56 pmא- אזוי וואו כ'האב געזאגט פריער, נאך פאר די גמרא, אז די לערנסט שמואל פון אנפאנג ביז צום סוף -אהן אן אגענדע פון טרייען צו ווייזען וואס פאר א אויפגעקלערטע חכם די ביסט - וועסטו צוקומען צו א מסקנא אז עפעס דארף מען דא פארשטיין, דער זעלבע פסוקים וואס פארציילען דיר וועגען די חטא אהן צרוקהאלטן גארנישט, זאגן דיר פארדעם און נאכדעם וואו הייליג און גוט דוד איז געוועהן.שמן למאור האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:20 amאיך האב גערעדט וועגן די חלק צו ער האט חוטא געווען צו נישט. אין פסוק שטייט אז ער האט חוטא געווען, און די גמרא טרייט צו זאגן אז נישט.
די גמרא אליין אנערקענט אז ס'איז נישט כפשוטו... אמר רב, רבי דאתי מדוד מהפך ודריש בזכותיה דדוד... די גמרא אליין אנערקענט אז ס'איז דא א בייעס דא...
אבער די חלק צו ער האט געטון אן עוולה בין אדם לחבירו איז בכלל נישט קיין שאלה. די גט פטורין - מורד במלכות סטייל תירוצים בארואיגן מיר בכלל נישט. ער האט בעוולט א מענטש, אים אריינגענארט צו ווערן א מורד במלכות, און ער איז נאך א פרומער אויך...
איך קען די סארט מענטשן זייער גוט, די זענען די ארגסטע. זיי טוען זיך אפ כל דבר אסור, לייגן אריין אנדערע מענטשן אין דער ערד, און ווען מען האלט זיי פאר, האבן זיי נאך די שו"ע אויף זייער זייט אויך.
און וועגען דעם מוז מען זאעגן אז אויב מ'פארשטייט אלעס ארים און ארים און די סוד וואס ליגט דא וואלט מען פארשטאנען עט ליסט אז דא ליגט עפעס טיפער אדער על כל פנים וואס חז"ל זאגן לא היה ראוי לאותו מעשה אלא להורות תשובה.
אז פון לערנען שמואל מתחלתו ועד סופו און נ"ך בכלל אויך לפשוטו של מקרא, קומט ביי דיר אויס אז דוד איז געוועהן וואו די לייגסט איהם אראפ... ח"ו. מיינעך אז די ביסט נישט אנבייעסד, דו האסט אן אגענדע.
ב- פון א איד צו א איד, וואלטוך דיר געצה'ט, אז עס איס נישט כדאי צו באשמוצען דוד נעים זמירות ישראל אויף א פאבליק פארום, איך פארשטיי דיין need צו ווייזען וואו נישט נתפעל דו ווערסט פון די דברי חז"ל און וואו מ'קען דיר נישט פארקויפען לאקשאן ווייל ביסט אזא סמארט בוי, אבער מ'קען נישט וואוסען צו די וועסט אמאהל וועלן אז מ'זאל אויף דיר זאגען א קאפיטעל תהלים, איך וואונטש דיר אז זאלסט אייביג וואוסען נאר גוט'ס אבער ח"ו ח"ו זאל זיך נישט מאכן, ווילסטו נישט דעמאלטס פילהן נעריש אז די האסט בארעדט דוד מלך ישראל אויף א פאבליק פארום
( טראכטן אדער רעדן פריוואט דיין שאלות און ספקות אדער מסקנות איז איין זאך א פאבליק פורום איז גאר עפעס אנדרעש)
איך ווייס אז דאס איז מסתמא צו תמימיות'דיגע עדווייס פאר אז איש נבון וחכם כמוך אבער האמת צריכה להאמר (כמובן אז אפילו אהן קיין חשבונות זאל מען נישט רעדן אזאלעכע דיבורים, אשר על כל פנים פאר טעם הנ"ל)
AI Response
אכ"פ אזוי האט ער גאזאגט פארן קעניג. וואס ער האט באמת געטראכט דאס וועט אונז אליהו הנביא מגלה זיין ווען משיח וועט קומען. אבער לבי אומר לי אז ער האט גאנץ פיין געכאפט וואס דא איז פארגעקומען... די קעניג ריפט אים ספעציעל פונעם שלאכטפעלד... און דארף גארנישט פון אים, בלויז הייסט אים אהיימגיין... אוריה האט זיך עפעס אזוי פאר'עקשנ'ט און איז ניטעמאל אהיים זאגן העלאו...כרם זית האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:05 pm
די סיבה פארוואס אוריה האט נישט געוואלט אהיים גיין איז ווי ער איז מסביר די קעניג (שם יא) וַיֹּ֨אמֶר אוּרִיָּ֜ה אֶל־דָּוִ֗ד הָ֠אָר֠וֹן וְיִשְׂרָאֵ֨ל וִיהוּדָ֜ה יֹשְׁבִ֣ים בַּסֻּכּ֗וֹת וַאדֹנִ֨י יוֹאָ֜ב וְעַבְדֵ֤י אֲדֹנִי֙ עַל־פְּנֵ֤י הַשָּׂדֶה֙ חֹנִ֔ים וַאֲנִ֞י אָב֧וֹא אֶל־בֵּיתִ֛י לֶאֱכֹ֥ל וְלִשְׁתּ֖וֹת וְלִשְׁכַּ֣ב עִם־אִשְׁתִּ֑י?!
Biblical narratives are not pious parables about saints. Okay? Not pious tales. They're psychologically real literature about very real or realistic people and life situations. They're not stories about pious people whose actions are always exemplary and whose lives should be models for our own, despite what Sunday School curricula will often turn them into. And despite what they would have us believe. There is a genre of literature that details the lives of saints, Hagiography, but that came later and is largely something we find in the Christian era. It's not found in the Bible. The Bible abounds with human not superhuman beings, and their behavior can be scandalous. It can be violent, it can be rebellious, outrageous, lewd, vicious. But at the same time, like real people, they can turn around and act in a way that is loyal and true above and beyond the call of duty. They can change, they can grow
But it's interesting to me that there are many people who, when they open the Bible for the first time, they close it in shock and disgust. Jacob is a deceiver; Joseph is an arrogant, spoiled brat; Judah reneges on his obligations to his daughter-in-law and goes off and sleeps with a prostitute. Who are these people? Why are they in the Bible? And the shock comes from the expectation that the heroes of the Bible are somehow being held up as perfect people. That's just not a claim that's made by the Bible itself
So biblical characters are real people with real, compelling moral conflicts and ambitions and desires, and they can act shortsightedly and selfishly. But they can also, like real people, learn and grow and change; and if we work too hard and too quickly to vindicate biblical characters just because they're in the Bible, then we miss all the good stuff. We miss all of the moral sophistication, the deep psychological insights that have made these stories of such timeless interest
So read it like you would read any good book with a really good author who knows how to make some really interesting characters
The Bible is not a set of stories about saints or pious people who always say and do what is right or exemplary. Even the Bible's heroes are human, they're not superhuman. Their behavior can be confused, it can be immoral; and if we try to vindicate biblical characters merely because their names appear in the Bible, we can miss the moral dilemma that's being set out by the writer. We can miss the psychological complexity of the stories
איי ברוך ברוך, ביסט דאך אזוי געפערליך כדרכך...ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:30 pm למעשה גערעדט, לויט די היסטאריקער איז דאך אוודאי כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה.
אט דאס ברענג איך פריער צו פון דר. דזשעימס קוגל: אז דאס וואס דוד ווערט געשריבן ווי אזא הומען כאראקטער, מיט אלע שוואכקייטן וכו' וכמו המעשה דבת שבע, איז א שטיקל ראיה אז ס'האט יא א היסטארישע באזיס. טאקע נישט קיין ראיה חותכת, אבער פארט א ראיה. והיא כעין די קרייטעריאן פון פארשעמונג, וועלכע טענה'ט אז אַן אויפגעמאכטע מעשה איבער א העלד, וואלט נישט אריינגעלייגט סיפורים וועלכע פארשעמען אים (וכעין וואס ספר דברי הימים טוהט טאקע מיט דוד).שמן למאור האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:02 pmאיי ברוך ברוך, ביסט דאך אזוי געפערליך כדרכך...ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:30 pm למעשה גערעדט, לויט די היסטאריקער איז דאך אוודאי כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%93% ... 7%95%D7%A1
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:30 pm ד. למעשה גערעדט, לויט די היסטאריקער איז דאך אוודאי כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה.
ס'איז דער זלזול'דיגער אומסענסיטיווער אופן ווי אזוי דו האסט עס געשריבן. ווען דו שרייבסט די זעלבע זאך אפי' אויף ר' שלמה קארלבאך וכדו' וואלט מיך עס אויך געבאדערט. ווער רעדט פון אידישקייט, אביסל סענסיטיוויטי.