בלאט 3 פון 23

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 4:41 pm
דורך יעקב מעקסוועל
ביטע, ביטע. עס קומט א ניק און עפנט אן אשכול אויף א גאנג וואס ער וויל גיין, און עס איז דא אן עולם וואס האט הנאה דערפון. איז אזוי שווער צו שרייבן אלע אנדערע מיינונגען אין אן אנדערע אשכול?

עס איז דא א שיינע פאר אשכולות איבער לב טהור והמסתעף וואו מען קען אראפרייסן און פארדאמען. אין פאקט, ווער עס וויל קען אפילו עפענען א דעזיגנירטע אשכול צו ארויסברענגען די אנדערע מיינונגען. אבער ביטע לאזט די אשכול גיין מער פאזיטיוו, איך בין צווישן די וואס האבן הנאה דערפון.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:03 pm
דורך אוהב דעת
ביטע שרייב ווייטער, ניין מיר שטימען נישט מיט וואס ס׳פירט זיך דארטען, אבער מיר ווילן גהעריג זיך דורך שמוסען.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:46 pm
דורך ביבער
חכמת שלמה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:49 pm שלום וברכה.

קודם כל וויל איך מעלדן, אז דער טרייעל הויבט זיך אן אי"ה דעם קומענדיגן דאנערשטאג.

צווייטנס וועל איך מעלדן אז וויבאלד מען קען מיר דערווייל נישט לאזן קיין אישי, וועל איך געבן מיין אימעיל אדרעס וואו מען קען זיך שרייבן מיט מיר, דאס איז levtahor.babel@gmail.com. מיר האפן אז דער אישי זאל זיין מסודר ביז דאנערשטאג לתועלת הציבור הרחב.

דערווייל ווילן מיר בעטן פונעם גאנצן עולם, אז מען זאל אוועקגעבן עטליכע מינוט, ארויסנעמען א תהלים און מתפלל זיין אז די דריי אנגעקלאגטע ברידער זאלן שנעל און גרינג ארויסקומען מעבדות לחרות ומאפילה לאור גדול, אז זיי זאלן זיך שנעל קענען צוריק פאראייניגן מיט זייערע פאמיליעס וואס ווארטן שוין אזוי לאנג אויף זיי.
א דאנק אייך פאר די אפדעיטס. אויב דא ארבעט זיך נישט אויס דעמאלט קענסטו לייגן אויף טוויטער אדער טעלעגראם. האלט אונז אינפארמירט פליז.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:23 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
לאכעדיג האט געשריבן: חכמת שלמה טייערע, ווען דו האסט בלויז געוואלט ברענגען אפדעיטס און נייעס האבן מיר דיר פארשטאנען אז ס'קומט נישט אז מען זאל דיר אונטערהאקן די פוס.

אבער אז דו נעמסט א זייט און די זאגסט א מיינונג האט דאך א אנדערער פונקט אזוי די רעכטן צו זאגן זיין מיינונג אפילו ס'איז פארקערט ווי דיר און ס'שמעקט דיר נישט.

נישט אין דעם אשכול!!

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:37 pm
דורך kolal1
איך פארשטיי נישט פארוואס די הנהלה מעקט נישט די וואס זענען גורם אז חכמת שלמה זאל נישט שרייבן עס איז א חידוש צו האבן דא א אינסיידער עס איז ווערט יעדע פרייז

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:38 pm
דורך אוד מוצל מאש
A little old but worth watching

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:12 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
גיי, חכמת, גיי!

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:29 pm
דורך מופת הדור
וואס איז דער נאמען בבל ?

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:31 pm
דורך לאכעדיג
מופת הדור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:29 pm וואס איז דער נאמען בבל ?
די געדאנק איז גלות.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:44 pm
דורך לאכעדיג
kolal1 האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:37 pm איך פארשטיי נישט פארוואס די הנהלה מעקט נישט די וואס זענען גורם אז חכמת שלמה זאל נישט שרייבן עס איז א חידוש צו האבן דא א אינסיידער עס איז ווערט יעדע פרייז

זארג נישט. חכמת שלמה וועט ווייטער שרייבן.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:56 pm
דורך חכמת שלמה
אונזער שטאט הייסט "בבל", נאך די קדושים וטהורים וואס זענען גע'הרג'עט געווארן אין גלות בבל, און נאך אלע צדיקים, ראשי ישיבות וראשי גלותא וועלכע האבן מרביץ תורה געווען אין בבל במשך אלע יארן.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:08 am
דורך חיי עולם
אוד מוצל מאש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:38 pm A little old but worth watching

ווען האט ישראל געגעבן א גט פארן ווייב?

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:31 am
דורך לאכעדיג
חכמת שלמה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:56 pm אונזער שטאט הייסט "בבל", נאך די קדושים וטהורים וואס זענען גע'הרג'עט געווארן אין גלות בבל, און נאך אלע צדיקים, ראשי ישיבות וראשי גלותא וועלכע האבן מרביץ תורה געווען אין בבל במשך אלע יארן.
דניאל, זרובבל, חגי.

ראשי גלות
רב כהנא, רב הונא, אחיו של רב כהנא
הונא מר בר רב כהנא, חתנו של ראש ישיבה בשם רב חנינא.
רב פחרא (או רב פחדא), חתנו של הונא.
מר זוטרא, בנו של הונא ונכדו של רב חנינא שגידלו.
בוסתנאי בן חנינאי, חסדאי בן בוסתנאי, שלמה בן חסדאי,
דוד בן חסדאי, אחיו של שלמה, חנינאי (או חנניה) בן דוד

הלל הזקן, רב, רבי זירא, רב דימי בר אבין, רב אסי, רב אמי, ועוד.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:01 am
דורך חיי עולם
נא וואס טוט זיך מיט די כרמונים?

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:18 am
דורך חכמת שלמה
טרייעל הויבט זיך אן מארגן אי"ה.

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:55 am
דורך צקון לחש
צועקים וזועקים האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:54 pm
חכמת שלמה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 3:49 pm
דערווייל ווילן מיר בעטן פונעם גאנצן עולם, אז מען זאל אוועקגעבן עטליכע מינוט, ארויסנעמען א תהלים און מתפלל זיין אז די דריי אנגעקלאגטע ברידער זאלן שנעל און גרינג ארויסקומען מעבדות לחרות ומאפילה לאור גדול, אז זיי זאלן זיך שנעל קענען צוריק פאראייניגן מיט זייערע פאמיליעס וואס ווארטן שוין אזוי לאנג אויף זיי.
בשום אופן!
אדער ווי אחד הצדיקים האט געוואונטשן יה"ר אז די אמת זאל ארויפשווימען און זשאסטיס זאל פריוועילן

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:13 am
דורך טמיר
אוד מוצל מאש האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:38 pm A little old but worth watching
נישט אום שבת גערעדט, עפעס שטימט נישט מיט זיין מעשה. ער האט געהאט א באהאלטענע סמארטפאן, אבער ווען ער איז אנטלאפן האט ער באקומען טעקסט מעסעדזעשס פון די פירערס ועוד. וויאזוי האבן זיי געהאט זיין נומבער?

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:15 am
דורך פון אונזערע
ליינענדיג די אשכול איז מיר אריין אין קאפ א אינטערסאנטע זאך!
אז די גאנצע פרשה איז שוין מרומז אין די תורה! אין פרשת ויחי שטייט קלאר אין פסוק אסרי "לגפן" עירו... !!
לאמיר זעהן נאכדעם צו איך בין געווען גערעכט...

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:09 am
דורך רבים
שכח חכמת שלמה פארן שרייבן, ביטע גיי אן!

איז שייך ארויפצישטעלן א בילד פונעם נייעם לבוש?

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:08 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:18 am טרייעל הויבט זיך אן מארגן אי"ה.
וויפיל אזייגער?

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:37 pm
דורך פארדעכטיגער
חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:18 am טרייעל הויבט זיך אן מארגן אי"ה.
מיר ווארטן פאר א באריכט וויאזוי די טאג איז געגאנגען

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:06 pm
דורך האניג
יישר כח חכמת פאר די באריכטן, מיר ווארטן אויף אפדעיטס

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:32 pm
דורך נייעסריפארטער
חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:18 am טרייעל הויבט זיך אן מארגן אי"ה.
לויט ווי איך פארשטיי, האלט מען נאך אינמיטען זשורי סעלעקשאן.