בלאט 3 פון 14
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:56 pm
דורך לאכעדיג
היימלינד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:43 pm
רבי אייזיק האט אויך אסאך אייגענע
רבי אייזיק האט חתונה געמאכט אין די ארמארי...
ביי זיין שושן פורים טיש האט ער יעדע יאר פעלדמאן און לאנגזאם, דעמאלסט האט ער די גרעסערע עולם אין וומ"ס, און פון יענע טיש ווערן זיינע בילדער שיין געדעקט איבעראל...
ער איז ארומגענומען מיט משפחת שפיטצער וואס פארשטייען גאנץ גוט צו פראפאגאנדע אבער נישט מיט א ציהל אויף ווייטער...
(אגב, משפחת שפיטצער איז קודם געווען ביי רבי בעריש ווי אויך האבן זיי געוואלט זיין די גבאים פון מהרי"י אבער אן ערפאלג)
און די ערשטע יארן פון די סאטמארער מחלוקה איז רבי אייזיק געווען פון די שטארקע שטיצערס פון מהרי"י.
ווי אויך האט רבי אייזיק א זון רבי משה יעקב א ברסלבער, וואס האט אסאך אנהענגערס אויף סאשעל מידיע וכו'.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:04 pm
דורך היימלינד
כ'האב נישט געזאגט אז ער איז ריזיג גרויס
ער האט אבער א שיינע מספר צוגעקומענע, די שפיטצער פארשטייען צו PR די ישיבות האבען אויכעט געברענגט פלייש, ואידך זיל גמור
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:12 pm
דורך לאכעדיג
היימלינד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:04 pm
כ'האב נישט געזאגט אז ער איז ריזיג גרויס
ער האט אבער א שיינע מספר צוגעקומענע, די שפיטצער פארשטייען צו PR די ישיבות האבען אויכעט געברענגט פלייש.
אין וומ"ס האט ער טאקע פינף צוגעקומענע חסידים.
און קרית יואל האט ער מער מבקשים, די בני יואלע חברה וואס זוכן א רבי קומען צו אים
די ישיבה איז א מסכת פאר זיך, עס האט גארנישט מיט רבי אייזיק ס'איז שפיטצער ישיבה, סך הכל טוט שפיטצער א טובה פאר רבי אייזיק אין ער שיקט אים זיינע בחורים אז זיי זאלן אנפילן זיינע פאר שטאק פארענטשעס ביי זיינע חתונות.
אגב לויט נוסח שפיטצער וואס יעדע זאך איז נאר פאר א שטיק צייט העמיר זען ווילאנג די ישיבה וועט אנהאלטן.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:15 pm
דורך מר. קלונימוס
ר בעריש עלסטע זון האט א ביהמד
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:16 pm
דורך לאכעדיג
מר. קלונימוס האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:15 pm
ר בעריש עלסטע זון האט א ביהמד
די צווייטע און די דריטע זון האבן אויך.
אבער זיי האבן נישט קיין חסידים און זיי זענען א ליצנות אין די גאס.
איינער פון די קינדער פון רבי בעריש דער זאבילטובער האט זיך גראדע יא געמאכט א שטיקל קרעמל אין בלומינגראוו און צו שנארען פארשטייט ער גאר גוט...
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:27 pm
דורך היימלינד
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:16 pm
מר. קלונימוס האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:15 pm
ר בעריש עלסטע זון האט א ביהמד
די צווייטע און די דריטע זון האבן אויך.
אבער זיי האבן נישט קיין חסידים און זיי זענען א ליצנות אין די גאס.
איינער פון די קינדער פון רבי בעריש דער זאבילטובער האט זיך גראדע יא געמאכט א שטיקל קרעמל אין בלומינגראוו און צו שנארען פארשטייט ער גאר גוט...
ליצנות? איי דאנט טינק סאו
א רעבעלע ווי אסאך אנדערע, סיי וומסב"ג און סיי מאנסי
זאבילטוב איז אפשר יא אביסעל א קלאון אבער אויך נישט געפערליך
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:30 pm
דורך היימלינד
לאכעדיג האט געשריבן: ↑
די ישיבה איז א מסכת פאר זיך, עס האט גארנישט מיט רבי אייזיק ס'איז שפיטצער ישיבה, סך הכל טוט שפיטצער א טובה פאר רבי אייזיק אין ער שיקט אים זיינע בחורים אז זיי זאלן אנפילן זיינע פאר שטאק פארענטשעס ביי זיינע חתונות.
לויט דיין חשבון האבן אסאך רבי'ס נישט קיין "אייגענע" ישיבה... אפשר איז די ביהמ"ד אין קר"י אויך נישט רבי אייזיק'ס?
ענד אף די דעי הייסט עס ספינקא און ער קאלעקט אויף די נאמען, און די בחורים זענען פארט פון זיין קאמפעני.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:32 pm
דורך [NAMELESS]
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:16 pm
מר. קלונימוס האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:15 pm
ר בעריש עלסטע זון האט א ביהמד
די צווייטע און די דריטע זון האבן אויך.
אבער זיי האבן נישט קיין חסידים און זיי זענען א ליצנות אין די גאס.
איינער פון די קינדער פון רבי בעריש דער זאבילטובער האט זיך גראדע יא געמאכט א שטיקל קרעמל אין בלומינגראוו און צו שנארען פארשטייט ער גאר גוט...
די צווייטע זוהן מיין איך איז זלמן לייב האט נישט קיין בית מדרש אבער יא מיליונען ער איז א שיינער גביר און א איש המעש א דאנק עם ליגט זיין טאטע אין אוהל
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:38 pm
דורך לאכעדיג
חיים הלוי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:32 pm
די צווייטע זוהן מיין איך איז זלמן לייב, א דאנק עם ליגט זיין טאטע אין אוהל.
איך האב קיינמאל נישט געהערט די פרט און ס'איז לכאורה נישט אמת.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:41 pm
דורך לאכעדיג
היימלינד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:30 pm
לויט דיין חשבון האבען אסאך רבי'ס נישט קיין "אייגענע" ישיבה...
ענד אף די דעי הייסט עס ספינקא און ער קאלעקט אויף די נאמען, און די בחורים זענעפ פארט פון זיין קאמפעני
די בחורים זענען סאטמארע בחורים וואס האבן געזוכט א ישיבה, שפיצטער נעמט יעדעם אריין זענען זיי דארטן געגיינגען.
זיי האבן מיט רבי אייזיק גארנישט איינגעשטויסן.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:54 pm
דורך מילך טראק
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:41 pm
היימלינד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:30 pm
לויט דיין חשבון האבען אסאך רבי'ס נישט קיין "אייגענע" ישיבה...
ענד אף די דעי הייסט עס ספינקא און ער קאלעקט אויף די נאמען, און די בחורים זענעפ פארט פון זיין קאמפעני
די בחורים זענען סאטמארע בחורים וואס האבן געזוכט א ישיבה, שפיצטער נעמט יעדעם אריין זענען זיי דארטן געגיינגען.
זיי האבן מיט רבי אייזיק גארנישט איינגעשטויסן.
רוב ספינקא חסידים זענען סאטמארער מיין איך
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:56 pm
דורך מילך טראק
אגב 80 פארצענט סאטמאר קומען נישט פון סאטמאר אין ראמעניע אדער סיגוט, סך הכל מענטשן וואס האבן געזוכט א תלמוד תורה ווי צי שיקן די קינדער
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:58 pm
דורך מילך טראק
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:19 pm
היימלינד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:35 am
איך געדענק גוט די פרשה, רבי בעריש האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז ער איז גרייט צו ליגען אין פריזער ווילאנג עס נעמט אבער ער וויל ליגען לעבען טאטען, ער איז די עלטצע.
.
דא האט די מחלוקת אויסגעבראכן און צום סוף האבן די בני רבי בעריש אויסגעפירט ווייל זיי האבן גענוצט די מתו מוטל לפניו מעטאד אנצוזייעען פאניק און אנגס איבער די גאנצע שטאט ביז רבי אביש האט זיך געבראכן.
.
לויט די מעשה איז עס זייער שיין פון ר' אביש
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:03 pm
דורך מילך טראק
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:28 pm
ס'איז בערך אזא מחלוקה ווי אין וויזניץ ב"ב, די מאמע זייערע די רביצין פון רבי הערשעלע ספינקער האט בעסער ליב געהאט די צווייטע זון רבי אביש איז ער געווארן רבי. און ער האט באקומען די שוהל אויף קיעפ סטריט און די בית החיים.
רבי בעריש האט זיך געעפנט א אייגענע חסידות און ער האט באקומען די חדר בילדינג אויף בעדפאר וואס זיינע קינדער האבן פארקויפט פאר סאטמאר מהר"א ווי אויך האט ער באקומען די קעמפ און וואדריטש.
תולדות אברהם יצחק וואס איז דעמאלטס געווארן רבי און האט באקומען אסאך סימפאטיע פון די וועלט, ער האט שטארק עפראטשט רבי בעריש ער זאל נעמען די זעלבע מהלך ווי אים.
למעשה היינטצוטאס איז תולדות אברהם יצחק היינט גאנץ א שיינע חסידות און פון רבי בעריש איז ליידער גארנישט געבליבן.
געהערט אז ר' בעריש איז געווען זייער געלונגען, איין זאך אז ווען עס איז געווען דיפערענצען אין מיינונג צווישן אים און זיין טאטע, האט ער זיך נישט גערעכט מיט זיין טאטע און דאס האט אים שוואך געמאכט
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:03 pm
דורך לאכעדיג
מילך טראק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:56 pm
אגב 80 פארצענט סאטמאר קומען נישט פון סאטמאר אין ראמעניע אדער סיגוט, סך הכל מענטשן וואס האבן געזוכט א תלמוד תורה ווי צי שיקן די קינדער
אבער היינטצוטאס באלאנגען זיי אין די קהילה.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:05 pm
דורך סבא דבהתא
מילך טראק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:56 pm
אגב 80 פארצענט סאטמאר קומען נישט פון סאטמאר אין ראמעניע אדער סיגוט, סך הכל מענטשן וואס האבן געזוכט א תלמוד תורה ווי צי שיקן די קינדער
שטויות! 80% פונקט פארקערט! כרעד נישט אז זיי האבן געוואוינט אין סאטמאר אבער זיי זענען געווען סאטמאר-סיגוטער חסידים די איבעריגע 20 זענען די מונקאטשע אדער סתם וואס האבן זיך מדבק געווען נאכן קריג
ביודעי ובמכירי קאמינא
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:06 pm
דורך לאכעדיג
מילך טראק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:58 pm
לויט די מעשה איז עס זייער שיין פון ר' אביש
פארוואס פונקטליך??
ווי אויס געשמועסט האט ער עס נישט געטאן מרצונו הטוב נאר צוליב גרויס דרוק וואס ער האט באקומען.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:08 pm
דורך [NAMELESS]
מילך טראק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:58 pm
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:19 pm
היימלינד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:35 am
איך געדענק גוט די פרשה, רבי בעריש האט געזאגט פאר זיינע קינדער אז ער איז גרייט צו ליגען אין פריזער ווילאנג עס נעמט אבער ער וויל ליגען לעבען טאטען, ער איז די עלטצע.
.
דא האט די מחלוקת אויסגעבראכן און צום סוף האבן די בני רבי בעריש אויסגעפירט ווייל זיי האבן גענוצט די מתו מוטל לפניו מעטאד אנצוזייעען פאניק און אנגס איבער די גאנצע שטאט ביז רבי אביש האט זיך געבראכן.
.
לויט די מעשה איז עס זייער שיין פון ר' אביש
נישט ממש... די שטאט האט געקאכט נישט נארמאל, די עולם האט געהאט סימפאטיע מיט משפחת ר' בעריש סיי זייער מצב די לעצטע יארן יונגע יונגעלייטליך פארלירענדיג טאטע און מאמע די יונגסטע קינד איז געווען א חתן אדער ממש גלייך נאך די חתונה ווי אויך די מצב לכתחילה ווי אביש האט אלעס באקומען און די עלצטע זוהן די בכור איז געבליבן אויסגעשפילט, די עולם איז געווען גרייט צו צופליקן ר' אביש מען אויפגעהאלטן די לוויה א גאנצע טאג, צענדליגע מענטשען זענען געשטאנען אינדדרויסען פון אביש'ס הויז ווי בני ר' בעריש די אבלים זענען עם געקומען קאנפראנטען... ער האט פשוט נישט געהאט קיין ברירה ער וואלט ווען געבליבן לחרפת עולם, ביי די לוויה האט זיך טאקע באטייליגט א ריזיגע ציבור אלס פראטעסט צו ר' אביש... וואס געזיצן אין א קאר און די עולם האט עם אריינגעסטעירט מיט שפיזיגע בליקן....
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:09 pm
דורך לאכעדיג
מילך טראק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:54 pm
רוב ספינקא חסידים זענען סאטמארער מיין איך
רבי אביש האט 60 חסידים און רבי אייזיק האט 20 חסידים.
זיי זענען אויך סאטמאר געשטימט.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:13 pm
דורך [NAMELESS]
וואס מיינט סאטמער געשטימט? ר' אביש אליינס באלאנגט צו סאטמער מהר''א.
רוב מנין ובנין פון זיינע חסידים באשטייט פון משפחת שטיינמעץ און זיי באלאנגען צו סאטמער מהר''יי
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:14 pm
דורך לאכעדיג
חיים הלוי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:08 pm
אביש האט אלעס באקומען און די עלצטע זוהן די בכור איז געבליבן אויסגעשפילט.
רבי בעריש האט באקומען/גענומען די חדר בילדינג און די קעמפ ווי שוין אויסגעשמועסט.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:15 pm
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:09 pm
מילך טראק האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:54 pm
רוב ספינקא חסידים זענען סאטמארער מיין איך
רבי אביש האט 60 חסידים און רבי אייזיק האט 20 חסידים.
זיי זענען אויך סאטמאר געשטימט.
נאר איך מיין אז מילך טראק איז גערעכט.
אויב דאס וואלט נישט געווען דער פאל טראכטסטו אז ספינקא (ווילי) וואלט געווען וואו זיי זענען. דו וואלסט געזעהן גראפיטי איבער אלע גאסן. און די געוויינליכע טריעטמענט פון אן אנדער רבי און חסידות. די מלאכה וואס דער "אומאפהענגיקער ארגאן פון יהדות החרדית" קען זייער גוט.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:17 pm
דורך לאכעדיג
חיים הלוי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:13 pm
וואס מיינט סאטמער געשטימט? ר' אביש אליינס באלאנגט צו סאטמער מהר''א.
רוב מנין ובנין פון זיינע חסידים באשטייט פון משפחת שטיינמעץ און זיי באלאנגען צו סאטמער מהר''יי
זיי באלאנגען אין ספינקא, זיי דאווענען און זיי קוויטלען זיך דארט.
אלע קהלישע סערוויסעס וואס ספינקא שטעלט נישט צו נעמען זיי פון סאטמאר.