בלאט 3 פון 3

Re: רעדן מיט די ווייב???

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 6:04 am
דורך נאך א שמויגער
שמן למאור האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:34 am
yesiknow האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 12:08 am עס איז דא פרייע אבער די פוינט איז אז די פרומע זענען גאר שטארק און גאר אסאך, עס וואקסט און בליהט למעלה מן המשוער.

אידישקייט איז געגאנגען בארג אראפ ווי אן עוועלאנש מיט גאר א שנעלען טעמפא, כידוע ליודעי היסטוריה
כ'ווייס נישט צו נאך 80 יאר פון בויען אידישקייט נאכן קריג שטייט חרדישע אידישקייט אזוי שטארק ווי עס איז געשטאנען פארן קריג. האסט א מושג וואס האט זיך אפגעטון אין פוילן? ישיבות, חצרות'ן, ס'האט געקנאקט בעסער ווי יעצט.

זאת ועוד, נאכן מלחמה זענען רוב פרומע חברה אינגאנצן אפגעפארן.
שטותים והבלים! צווישן די צוויי מלחמות איז געווען די גרעסטע הפקרות, נאך ערגער ווי ביי די מתיוונים. גאנצע שטעט זענען אינגאנצן אראפ פון אידישן וועג. אלע ״איזמ״ס האבען געבוזשעוועט.

Re:

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 11:11 am
דורך בן עיר
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:27 pm ביז'ן קריג, טראץ די קעגנערשאפט פון די רבנים דורכאויס אלע יארן. די פוינט איז אז דאס איז נישט א טייל פונעם שפאלט וואס איז געשעהן פאר'ן קריג נאר גייט שוין צוריק הונדערטער יארן. ס'דאך דא די באקאנטע ב"ח (400 יאר צוריק) וועגן זאגן שהשמחה במעונו, און אזוי ווייטער אלע ספרים לאורך כל הדורות רעדן זיך אפ דערוועגן.
אין יערות דבש זעה מען טאקע אין פילע דרשות וואו ער רעדט קעגן דעם

Re: רעדן מיט די ווייב??? - און איבער די מצב אידישקייט בעפאר די מלחמה

נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2024 10:30 pm
דורך מענדל בייליס
עמרם האט געשריבן: פרייטאג מערץ 08, 2024 2:22 am ר' יחזקאל לעווינשטיין ז''ל (וואס האט אליינס איבערגעלעבט דעם קריג) האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען זעהן אז די קריג איז אויך געווען א טובה"
דעמאלטס ווען דער אמת וועט נתגלה ווערן וועט מען זען פארוואס אלע צרות וואס אידן זענען אריבער בכלל ובפרט זענען געווען לטובה. אבער דערווייל ווי לאנג מיר זיצן נאך אינעם הסתר פנים איז א שרעקליכע עוולה פון ר' אביגדור צו זאגן אזעלכע ווערטער, אפי' נאר צו פראוון א פוינט, ובפרט אז ער האט עס נאך געמיינט ערנסט. ביז היינט ליידט מען נאך פון די ביטערע נאכווייען וואס דער צורר היהודים האט איבערגעלאזט, וואס ווי עס זעט אויס וועט דאס נישט גענצליך פארראכטן ווערן ביז משיח'ס טאג, און ער האט די חוצפה צו זאגן פארנט פון מענטשן וועלכע זענען אליין געווען אין דעם גיהנם אז באיזה אופן איז דאס גאר געווען א טובה.