בלאט 3 פון 7
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 7:43 pm
דורך אברהם שנית מן השמים
חכם קענען מיינען book smart סעקען מיינען פראקטיש חכמת החיים ואו מרופט עס סעקען מיינען נאבעל זיך שיין פארשטיין מיט מענטשען ברויך מען אויס שמוסען וואס זיך מען דא
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:17 pm
דורך פונדאַמענטאַל
איך האב נישט קיין ספעציעלע באקאנטשאפט מיט אדמורים, און פון אויבן אויף זעה איך נישט קיין שייכות פונעם מושג 'אדמור' צו די מושג 'חכמה'. איך זעה נישט קיין סיבה פארוואס אדמורים זאלן ווען האבן ספעציעלע חכמה, מער ווי נישט-אדמורים.
און דער עיקר נקודה איז שוין מבואר אין מיין אונטערשריפט
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 9:33 am
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 06, 2024 12:26 am
הג"ר חיד"ו ווייס
ער האט געלט אויך צו בעקן זיין "חכמה".
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:20 pm
דורך לאכעדיג
טשערנאביל. עמך מענטשן אין בארא פארק גייען צו אים ווען זיי ווילן זיך אויסשמועסן און זיך אדורך רעדן מיט א רבי.
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 1:55 am
דורך כספי
לויט וויפיל איך האב געהערט און פארשטאנען הייסט עס אז דער מונקאטשער רבי דער סקווערער רבי און דער בעלזער רבי און (להבדיל) דער אמשינאווער רבי פון בית וגן דארפן צו זיין גאר שטארקע חכמים, אבאוו די עוורידזש חכמים
נאכדעם איז דא נאך רבי'ס וואס זענען קלוגער פון אסאך מענטשן אין ביהמ"ד, אבער נישט אויסטערליש קלוג, דאס נעמט אריין סטמאר מהרז"ל, וויזשניץ מאנסי, סלונים וסלאנים, ודומיהן
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 1:58 am
דורך לאכעדיג
עס איז דא א באקאנטע קשיא; פארוואס האט די חכם מכל אדם שלמה המלך געבעטן פון השי"ת אז ער זאל אים געבן א לב לשמוע?
ענטפערן די ראשונים; ווייל צו זיין א חכם איז גארנישט ווערד אויב האט מען נישט קיין הארץ.
דער פותח האשכול האט געפרעגט וועלכע אדמורי"ם זענען קלוג אז אפילו זייערע שונאים וועלן דאס מוזן מודה זיין...
דעריבער?? איז וואס??
די גרעסטע רשעים זענען געווען חכמים.
ירמיהו הנביא האט שוין אין זיינע צייטן געקלאגט דערויף,
המה חכמים המה להרע ולהיטיב לא ידעו.
און אפילו היינט רוב אדמורי"ם וואס זענען טראבעל מעקירס, קולט לידערס, און קאנטראלערס זענען טאקע חכמים.
ווען דער פותח האשכול וואלט ווען געפרעגט וועלכע מענטשן היינט צוטאגס זענען קלוג וואלט איך געזאגט אז ער וויל פשוט פארברייטערן ידיעות ביים ציבור און וועגן דעם האט ער געעפנט די אשכול, אבער אז ער פרעגט וועלכע רבי איז א חכם איז פשט אז מען דארף נתפעל ווערן פון זיי ווייל זי זענען קלוג דעריבער ברענג איך ארויס אז חכמה אן קיין מענטשליכקייט איז גארנישט ווערד,
און אפילו ביי א רבי
לעולם יהא אדם = זיי א מענטש!
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:49 am
דורך פאלאצ'ינטא
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:20 am
וועלכער רבי היינט צו טאגס איז א חכם
מען קען דאס נישט פרעגען. ווייל איעדער חסיד רעדט זיך איין אז זיין רבי איז א חכם.
האסטו שוין אמאהל געהערט אז איינער זאגט אז ער איז א חסיד פון דער...(שרייב אריין) רבי. ער איז באמת א שוטה א בהמה אבער איך בין זיין חסיד?
איעדער האלט זיין רבי איז דער גרעסטער חכם. אפי דער וועלט ווייסט אז רוב פון זיי זענען באמת בהמות
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:53 am
דורך סוף טוב הכל טוב
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 7:49 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:20 am
וועלכער רבי היינט צו טאגס איז א חכם
מען קען דאס נישט פרעגען. ווייל איעדער חסיד רעדט זיך איין אז זיין רבי איז א חכם.
האסטו שוין אמאהל געהערט אז איינער זאגט אז ער איז א חסיד פון דער...(שרייב אריין) רבי. ער איז באמת א שוטה א בהמה אבער איך בין זיין חסיד?
איעדער האלט זיין רבי איז דער גרעסטער חכם. אפי דער וועלט ווייסט אז רוב פון זיי זענען באמת בהמות
מפרעגט נישט פון זייערע חסידים, איך פרעג סתם מענטשן וועלכע קענען די רבי'ס
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 7:15 pm
דורך אמאהלגעקעננט
אױב האט דער יומני טאלנא נאמנות האט דער פנ״מ געזאגט מבינות אױף מענדל ממרכז׳ס פקחות..
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:22 pm
דורך חס ושלום
מילך טראק האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 06, 2024 10:02 am
גרינגער צו מאכן ברענג איך די משנה שבעה דברים בחכם
מאך א טשעק ליסט, וועלעכע רבי קען פעסן די 7 זאכן נאכדעם וועט זיין גרינגער אויסצוועילן
אינו מדבר בפני מי שהוא גדול ממנו בחכמה ובמנין לב,
ואינו נכנס לתוך דברי חבירו,
ואינו נבהל להשיב,
שואל כענין ומשיב כהלכה,
ואומר על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,
ועל מה שלא שמע, אומר לא שמעתי,
ומודה על האמת
פון די גרויסע אדמורי"ם זע איך נאר מהרז"ל ט"ב פיטן די קרייטיריעס
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 9:32 pm
דורך מילך טראק
חס ושלום האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 9:22 pm
פון די גרויסע אדמורי"ם זע איך נאר מהרז"ל ט"ב פיטן די קרייטיריעס
ליין מהרז"ל איז מיין רבי
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:04 pm
דורך היום
.
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:20 pm
דורך שמעקעדיג
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: ↑
האסטו שוין אמאהל געהערט אז איינער זאגט אז ער איז א חסיד פון דער... (שרייב אריין) רבי. ער איז באמת א שוטה א בהמה אבער איך בין זיין חסיד?
"איך בין א נאר און איך גלייב..."
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:25 pm
דורך לאכעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 11:20 pm
"איך בין א נאר און איך גלייב..."
ראפשיץ רב האט געזאגט אז צו זיין א תם דארף מען זיין א חכם.
די היינטיגע יונגווארג גלייבן אין רביס נישט וועגן זיי זענען נערנים נאר וועגן זיי באלאנגען אין די פארטיי.
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:36 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑
"איך בין א נאר און איך גלייב..."
איך האב זיך טועה געווען, "איך בין א נאר" איז נישט קיין קונץ צו זאגן (פראווען עניוות...).
דא רעדט מען דאך אז איינער זאל זאגן אז זיין רבי איז א נאר. דאס איז טאקע ממש נישט שכיח.
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2024 11:41 pm
דורך היום
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 11:25 pm
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 27, 2024 11:20 pm
"איך בין א נאר און איך גלייב..."
ראפשיץ רב האט געזאגט אז צו זיין א תם דארף מען זיין א חכם.
די היינטיגע יונגווארג ״גלייבן״ אין רביס נישט וועגן זיי זענען נערנים נאר וועגן זיי באלאנגען אין די פארטיי.
גלייבן? גלייבן וואס? גלייבן אז וואס?
זיי (רוב פון אונז) ווייסן בכלל אין וואס /פארוואס זיי גלייבן?
ווער קען ענדיגן/ענפערן די שורות?
איך גלייב אז מיין רבי איז______
איך גלייב אזוי ווייל_________
איך גלייב אז מיין רבי קען_______
אויב איך גלייב אין מיין רבי גיי איך/ ווער איך________
איך ערווארט אז מיין רבי זאל מיך_______
מיין רבי ערווארט איך זאל________
מיין קשר מיט מיין רבין געשעהנט דורעך_____
איך בין זיך מקשר צו מיט מיין רבי בשעת_______
ווער עס קען גוט די שאלות, און איז גרייט פאר נאך, זאל פראבירן צו ענפערן די אלע שאלות אויף פארקערט…
איך גלייב נישט אז מיין רבי איז______
איך פארשטיי אזוי ווייל_________
איך גלייב נישט אז מיין רבי קען_______
אויב איך גלייב אין מיין רבי גיי איך נישט/ ווער איך נאך נישט ________
איך ערווארט נישט אז מיין רבי זאל מיך_______
מיין רבי ערווארט נישט איך זאל________
מיין קשר מיט מיין רבין געשעהנט נישט דורעך_____
איך בין זיך נישט מקשר צו מיט מיין רבי בשעת_______
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:08 am
דורך ברוך שפינוזה
ווער קען ענדיגן/ענפערן די שורות?
איך גלייב אז מיין רבי איז______ א תלמיד חכם און אן ערליכער איד
איך גלייב אזוי ווייל_________ הכרת פניו ענתה בו
איך גלייב אז מיין רבי קען_______ מער תורה ווי מיך
אויב איך גלייב אין מיין רבי גיי איך__________ גיין צו זיין טיש און איהם געבן א קוויטל מיט א פדיון
איך ערווארט אז מיין רבי זאל מיך_______ אויסלערנען וויאזוי נענטער צו ווערן צום באשעפער
מיין רבי ערווארט איך זאל________ דינען דעם אויבערשטן
מיין קשר מיט מיין רבין געשעהנט דורעך_____ הדבק במידותיו
איך בין זיך מקשר צו מיט מיין רבי בשעת_______ ווען אימער איך בין אין זיין געגנווארט דאווענען/טיש/קוויטל-שטוב/וכו'
ווער עס קען גוט די שאלות, און איז גרייט פאר נאך, זאל פראבירן צו ענפערן די אלע שאלות אויף פארקערט…
איך גלייב נישט אז מיין רבי איז______ פורק עול
איך פארשטיי אזוי ווייל_________ זיין טרעק רעקארד
איך גלייב נישט אז מיין רבי קען_______ די ברית החדשה
אויב איך גלייב אין מיין רבי גיי איך נישט ________ גיין צו זיין ברודער
איך ערווארט נישט אז מיין רבי זאל מיך_______ אויסלערנען צו מאכן געלט
מיין רבי ערווארט נישט איך זאל________ שיקן די קינדער אין נישט חסידישע מוסדות
מיין קשר מיט מיין רבין געשעהנט נישט דורעך_____ זיווג
איך בין זיך נישט מקשר צו מיט מיין רבי בשעת_______ הזיווג
האסטו. צופרידן?
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:15 am
דורך שמעקעדיג
אוי טאטע
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 1:03 am
דורך מילך טראק
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:15 am
אוי טאטע
אויף די ערשטע חלק אדער אויף די צווייטע?
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:14 am
דורך היום
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:08 am
ווער קען ענדיגן/ענפערן די שורות?
איך גלייב אז מיין רבי איז______ א תלמיד חכם און אן ערליכער איד
איך גלייב אזוי ווייל_________ הכרת פניו ענתה בו
איך גלייב אז מיין רבי קען_______ מער תורה ווי מיך
אויב איך גלייב אין מיין רבי גיי איך__________ גיין צו זיין טיש און איהם געבן א קוויטל מיט א פדיון
איך ערווארט אז מיין רבי זאל מיך_______ אויסלערנען וויאזוי נענטער צו ווערן צום באשעפער
מיין רבי ערווארט איך זאל________ דינען דעם אויבערשטן
מיין קשר מיט מיין רבין געשעהנט דורעך_____ הדבק במידותיו
איך בין זיך מקשר צו מיט מיין רבי בשעת_______ ווען אימער איך בין אין זיין געגנווארט דאווענען/טיש/קוויטל-שטוב/וכו'
ווער עס קען גוט די שאלות, און איז גרייט פאר נאך, זאל פראבירן צו ענפערן די אלע שאלות אויף פארקערט…
איך גלייב נישט אז מיין רבי איז______ פורק עול
איך פארשטיי אזוי ווייל_________ זיין טרעק רעקארד
איך גלייב נישט אז מיין רבי קען_______ די ברית החדשה
אויב איך גלייב אין מיין רבי גיי איך נישט ________ גיין צו זיין ברודער
איך ערווארט נישט אז מיין רבי זאל מיך_______ אויסלערנען צו מאכן געלט
מיין רבי ערווארט נישט איך זאל________ שיקן די קינדער אין נישט חסידישע מוסדות
מיין קשר מיט מיין רבין געשעהנט נישט דורעך_____ זיווג
איך בין זיך נישט מקשר צו מיט מיין רבי בשעת_______ הזיווג
האסטו. צופרידן?
הרב ברוך, פיין און שיין גע׳ענפערט!
לפי דאס אלעס וואס די ענפערסט דא זעהט מיר אויס ווי די רעדסט פון א רב א מורה דרך וכדו׳
איך פראביר צו פרעגן וועגן דער מושג וואס ווערט גערופן - ביי דיע אלע וואס גלייבן און אזא זאך - א ״חסידישע רבי״, מיט זיין חסיד.
זייער רילעישנשיפ דארף יא ווען זיין מיוסד אויף עפעס מיסטישע (עכ״פ א חלק פון דעם) וועג.
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:21 am
דורך היום
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:08 am
ווער קען ענדיגן/ענפערן די שורות?
איך גלייב אז מיין רבי איז______ א תלמיד חכם און אן ערליכער איד
איך גלייב אזוי ווייל_________ הכרת פניו ענתה בו
איך גלייב אז מיין רבי קען_______ מער תורה ווי מיך
אויב איך גלייב אין מיין רבי גיי איך__________ גיין צו זיין טיש און איהם געבן א קוויטל מיט א פדיון
איך ערווארט אז מיין רבי זאל מיך_______ אויסלערנען וויאזוי נענטער צו ווערן צום באשעפער
מיין רבי ערווארט איך זאל________ דינען דעם אויבערשטן
מיין קשר מיט מיין רבין געשעהנט דורעך_____ הדבק במידותיו
איך בין זיך מקשר צו מיט מיין רבי בשעת_______ ווען אימער איך בין אין זיין געגנווארט דאווענען/טיש/קוויטל-שטוב/וכו'
ווער עס קען גוט די שאלות, און איז גרייט פאר נאך, זאל פראבירן צו ענפערן די אלע שאלות אויף פארקערט…
איך גלייב נישט אז מיין רבי איז______ פורק עול
איך פארשטיי אזוי ווייל_________ זיין טרעק רעקארד
איך גלייב נישט אז מיין רבי קען_______ די ברית החדשה
אויב איך גלייב אין מיין רבי גיי איך נישט ________ גיין צו זיין ברודער
איך ערווארט נישט אז מיין רבי זאל מיך_______ אויסלערנען צו מאכן געלט
מיין רבי ערווארט נישט איך זאל________ שיקן די קינדער אין נישט חסידישע מוסדות
מיין קשר מיט מיין רבין געשעהנט נישט דורעך_____ זיווג
איך בין זיך נישט מקשר צו מיט מיין רבי בשעת_______ הזיווג
האסטו. צופרידן?
לפי דיין ענפער אז א רבי איז פאר דיר פשוט א מער ערליכער יוד און ת״ח, און קען דיר אויס לערנען זיין א בעסערע יוד, פארשטיי איך נישט אפאר זאכן.
האסטו טאקע א כסדרדיגע קשר מיט דיין רבי ווי די האלסט מיט זיין עבודה, זיך אפ צו לערנען?
ער האלט כסדר מיט דיין מצב, כדי דיר צו קענען מדריך זיין?
וואס איז דאס א קוויטל מיט א פדיון?
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 10:41 am
דורך מרדכי מרדכי
איך גלייב אז מיין רבי איז א חכם ווייל אזוי בין איך אויפגעוואקסן און איך האב געהערט צענדליגע מעשיות.
אבער למעשה איז עס נישט משנה גארנישט ווייל לאמיר זאגן אז נישט וואס וואלט זיך געטוישט? גארנישט!
איך טוה ממילא נישט אלעס וואס ער האט באפוילן/געזאגט/געהייסן.
Re: וועלכער רבי איז א חכם
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 8:35 am
דורך הגאון הצדיק
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:08 am
ווער קען ענדיגן/ענפערן די שורות?
איך גלייב אז מיין רבי איז______ א תלמיד חכם און אן ערליכער איד
איך גלייב אזוי ווייל_________ הכרת פניו ענתה בו
איך גלייב אז מיין רבי קען_______ מער תורה ווי מיך
אויב איך גלייב אין מיין רבי גיי איך__________ גיין צו זיין טיש און איהם געבן א קוויטל מיט א פדיון
איך ערווארט אז מיין רבי זאל מיך_______ אויסלערנען וויאזוי נענטער צו ווערן צום באשעפער
מיין רבי ערווארט איך זאל________ דינען דעם אויבערשטן
מיין קשר מיט מיין רבין געשעהנט דורעך_____ הדבק במידותיו
איך בין זיך מקשר צו מיט מיין רבי בשעת_______ ווען אימער איך בין אין זיין געגנווארט דאווענען/טיש/קוויטל-שטוב/וכו'
ווער עס קען גוט די שאלות, און איז גרייט פאר נאך, זאל פראבירן צו ענפערן די אלע שאלות אויף פארקערט…
איך גלייב נישט אז מיין רבי איז______ פורק עול
איך פארשטיי אזוי ווייל_________ זיין טרעק רעקארד
איך גלייב נישט אז מיין רבי קען_______ די ברית החדשה
אויב איך גלייב אין מיין רבי גיי איך נישט ________ גיין צו זיין ברודער
איך ערווארט נישט אז מיין רבי זאל מיך_______ אויסלערנען צו מאכן געלט
מיין רבי ערווארט נישט איך זאל________ שיקן די קינדער אין נישט חסידישע מוסדות
מיין קשר מיט מיין רבין געשעהנט נישט דורעך_____ זיווג
איך בין זיך נישט מקשר צו מיט מיין רבי בשעת_______ הזיווג
האסטו. צופרידן?
איך קען זאגן אזוי אויף מיין רבי
ער איז א חסידישע רבי (נישט קיין רב ומורה דרך) פאר א גרויסע פארטי
און איך קען נאך צולייגן
איך גלייב אין מיין רבי_______ וויל ער זארגט זיך פאר מיר ווי טאטע צו א קינד
איך גלייב אין מיין רבי_______ וויל ער האט מיך אינזין
איך גלייב אין מיין רבי_______ וויל ער קען יעדער פון זיינע חסידים
איך גלייב אין מיין רבי_______ וויל ער פאדערט פון מיר
איך גלייב אין מיין רבי_______ אויך ווייל מיין טאטע האט מיך אזוי אויס געלערנט