בלאט 3 פון 3
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2024 9:55 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
אפרים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 7:50 pm
היינט צוטאגס וואוינען די קהלת לב טהור חברה אין א Warehouse וואס איז בעסקלי איין גרויסע צימער/זאל וואס צוטיילט זיך צו ארום 40 דירות דוירך פלעסטיג פירהאנגען. א יעדע משפחה האט א צימער וואס איז ארום 10×15 פיס גרויס. מיט 4 פאבליק טוילעט אין די האל פאר אלע משפחות צוזאמען וואס איינהאלטן ארום 280 נפשות. מקען זיך נישט רירן דארטן. עס איז נישט דא קיין איין עירקאנדישן די ליפט איז דערשטיקט אזוי ווי אין די באנען צום גאז-קאמרען.
9:30pm לעשט מען אויס די לייטס די עולם מיזן זיך אריין פאקן אין בעט.
כהאב א חבר וואס איז ארויס פון דארטן איבערלאזנדיג א ווייב מיט 3 קינדער זיינע קינדער האבן גיוויינט צו עהם אז זיי שלאפן אלע 3 צוזאמען אויף 1 קליינע מאטראץ אויפן פלאר. האט ער אראפ געשיקט א דעליווערי מיט נייע בעטן האבן זיי עהם גיקאללט זאגן אז זיי האבן נישט קיין פלאץ ווי צו לייגן 3 בעטן
שבת ביינאכט איז זמן שינה פאר די גאנצע קהילה 10:30 וואס דעמאלסט הייבן אן אלע צוזאמען מקיים זיין "די מצווה" עס גייט א רויעך כאטש פון דעם האבן זיי אביסל פאן...
די משפחות פון די הנהלה וואס באשטייט פון נאך ארום 60 נפשות וואוינען אין געדינגנע דירות ארום די Warehouse
די איינציגסטע עירקאנדישן אין די קהילה געפינט זיך אין די דירה פון רויזנער די היינטיגע ראש הכת.
אלעס וואס איך שרייב דא איז בלי גיזמאות איך האב ביי מיר פראוו פיקטשערס ווידאוס רעקארדינגס.
ווען שטייט מען אויף?
וויאזוי גיבט מען אכטונג אויף צניעות צווישן מענער און פרויען אין אזא נאנטע ווערטשאפט?
וויפיל פארהייראטע זענען פאראן?
זענען אויך דא אומפארהייראטע בחורים אדער עלטערע מיילדעך?
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:40 pm
דורך חכמת שלמה
די בחורים שלאפן באזינדער און עס איז דא א משגיח איבער זיי.
איך וועל נישט לייקענען, אז די אומשטענדן וואו מיר וואוינען זענען נישט די בעסטע, און ממילא קומט אויס אז מען דארף בעסער אכטונג געבן אויף צניעות, א זאך וואס מיר ווענדן אן אלע כוחות דערוועגן. טאקע די פאקט טרייבט אונז מער, אז מיר זאלן פארענדיגן אונזערע נייע דירות, וואס וועט ערמעגליכן די צניעות פונעם עולם אויף א העכערע סטאנדארט.
אצינד זענען פארהאן צווישן זעכציג און זיבעציג משפחות.
אוודאי זענען פארהאן אומפארהייראטע, סיי בחורים און סיי מיידלעך.
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2024 10:56 pm
דורך היום
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑
אצינד זענען פארהאן צווישן זעכציג און זיבעציג משפחות.
צווישן זעכציג און זיבעציג איז ביי מיר פונקט 10...
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 4:45 pm
דורך Visionary
ווי איז לב טוהר כהיום? גוטאמאלא?
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 5:07 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 10:40 pm
די בחורים שלאפן באזינדער און עס איז דא א משגיח איבער זיי.
איך וועל נישט לייקענען, אז די אומשטענדן וואו מיר וואוינען זענען נישט די בעסטע, און ממילא קומט אויס אז מען דארף בעסער אכטונג געבן אויף צניעות, א זאך וואס מיר ווענדן אן אלע כוחות דערוועגן. טאקע די פאקט טרייבט אונז מער, אז מיר זאלן פארענדיגן אונזערע נייע דירות, וואס וועט ערמעגליכן די צניעות פונעם עולם אויף א העכערע סטאנדארט.
אצינד זענען פארהאן צווישן זעכציג און זיבעציג משפחות.
אוודאי זענען פארהאן אומפארהייראטע, סיי בחורים און סיי מיידלעך.
וואו איז די מקוה טהרה?
און וואס איז דער מנהג בנוגע מענער גיין אין מקוה, יעדן טאג?
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 6:39 pm
דורך חכמת שלמה
דוכט זיך אז ווער עס דארף, וועט גיין מיט ר' אוריאל גאלדמאן אינדערפרי.
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 7:41 pm
דורך אפרים
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 10:40 pm
די בחורים שלאפן באזינדער און עס איז דא א משגיח איבער זיי.
איך וועל נישט לייקענען, אז די אומשטענדן וואו מיר וואוינען זענען נישט די בעסטע, און ממילא קומט אויס אז מען דארף בעסער אכטונג געבן אויף צניעות, א זאך וואס מיר ווענדן אן אלע כוחות דערוועגן. טאקע די פאקט טרייבט אונז מער, אז מיר זאלן פארענדיגן אונזערע נייע דירות, וואס וועט ערמעגליכן די צניעות פונעם עולם אויף א העכערע סטאנדארט.
אצינד זענען פארהאן צווישן זעכציג און זיבעציג משפחות.
אוודאי זענען פארהאן אומפארהייראטע, סיי בחורים און סיי מיידלעך.
חכמת שלמה פראבירט צו שפילן די געיים אז ער געפונט זיך אין לב טהור און האלט מיט קאווע שטיבל באהאלטנערהייט.
אבער עס ווייזט זיך ארויס אזוי פיל מאל אלץ אומריכטיג.
לדוגמה דא איז א שטארקע באווייז ווייל אין לב טהור איז נישט פארהאנען היינט צוטאגס קיין איין אומפארהייערטע בחור אפילו 13 יאר אלט.
סנישט א זאך וואס מקען זיך טועה זיין אלץ א מעמבער פון די קהילה.
נעקסט טיים זיי מער קערפיל...
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 7:47 pm
דורך אפרים
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 14, 2024 5:07 pm
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2024 10:40 pm
די בחורים שלאפן באזינדער און עס איז דא א משגיח איבער זיי.
איך וועל נישט לייקענען, אז די אומשטענדן וואו מיר וואוינען זענען נישט די בעסטע, און ממילא קומט אויס אז מען דארף בעסער אכטונג געבן אויף צניעות, א זאך וואס מיר ווענדן אן אלע כוחות דערוועגן. טאקע די פאקט טרייבט אונז מער, אז מיר זאלן פארענדיגן אונזערע נייע דירות, וואס וועט ערמעגליכן די צניעות פונעם עולם אויף א העכערע סטאנדארט.
אצינד זענען פארהאן צווישן זעכציג און זיבעציג משפחות.
אוודאי זענען פארהאן אומפארהייראטע, סיי בחורים און סיי מיידלעך.
וואו איז די מקוה טהרה?
און וואס איז דער מנהג בנוגע מענער גיין אין מקוה, יעדן טאג?
ביז א חודש א האלב צוריק האבן זיי גיהאט א מקווה טהרה אין די חלק פראפטי וואס די באנק האט צוגענימן פון די קהילה די באנק האט זיי פארדינגן די מקווה טהרה.
2 חדשים צוריק האט א גוי אפגעקויפט די פראפטי פון די באנק און דען האבן זיי פארלוירן די מקווה.
ביזדערווייל האבן זיי אויסגעגראבן א בור אין טייך אין דארטן טובלען זיך די נקבות.
די זכרים טובלען זיך אזוי ווי שטענדיג גיהעריג אין טייך
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:24 pm
דורך Visionary
ווי איז דאס? אין וועלכע לאנד?
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:01 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
אפרים האט געשריבן: ↑
ביזדערווייל האבן זיי אויסגעגראבן א בור אין טייך אין דארטן טובלען זיך די נקבות.
די זכרים טובלען זיך אזוי ווי שטענדיג גיהעריג אין טייך
אייז קאלטע מקוואות??!!
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 7:23 am
דורך כספי
אפרים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 7:50 pm
שבת ביינאכט איז זמן שינה פאר די גאנצע קהילה 10:30 וואס דעמאלסט הייבן אן אלע צוזאמען מקיים זיין "די מצווה" עס גייט א רויעך כאטש פון דעם האבן זיי אביסל פאן...
אלעס וואס איך שרייב דא איז בלי גיזמאות איך האב ביי מיר פראוו פיקטשערס ווידאוס רעקארדינגס.
פון דעם אויך?!
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 11:13 am
דורך מילך טראק
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 14, 2024 11:01 pm
אפרים האט געשריבן: ↑
ביזדערווייל האבן זיי אויסגעגראבן א בור אין טייך אין דארטן טובלען זיך די נקבות.
די זכרים טובלען זיך אזוי ווי שטענדיג גיהעריג אין טייך
אייז קאלטע מקוואות??!!
איך גלייב אז אין וואטאמלע איז נישט צו קאלט
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 1:42 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
אפרים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 7:50 pm
היינט צוטאגס וואוינען די קהלת לב טהור חברה אין א Warehouse וואס איז בעסקלי איין גרויסע צימער/זאל וואס צוטיילט זיך צו ארום 40 דירות דוירך פלעסטיג פירהאנגען. א יעדע משפחה האט א צימער וואס איז ארום 10×15 פיס גרויס. מיט 4 פאבליק טוילעט אין די האל פאר אלע משפחות צוזאמען וואס איינהאלטן ארום 280 נפשות. מקען זיך נישט רירן דארטן. עס איז נישט דא קיין איין עירקאנדישן די ליפט איז דערשטיקט אזוי ווי אין די באנען צום גאז-קאמרען.
9:30pm לעשט מען אויס די לייטס די עולם מיזן זיך אריין פאקן אין בעט.
כהאב א חבר וואס איז ארויס פון דארטן איבערלאזנדיג א ווייב מיט 3 קינדער זיינע קינדער האבן גיוויינט צו עהם אז זיי שלאפן אלע 3 צוזאמען אויף 1 קליינע מאטראץ אויפן פלאר. האט ער אראפ געשיקט א דעליווערי מיט נייע בעטן האבן זיי עהם גיקאללט זאגן אז זיי האבן נישט קיין פלאץ ווי צו לייגן 3 בעטן
שבת ביינאכט איז זמן שינה פאר די גאנצע קהילה 10:30 וואס דעמאלסט הייבן אן אלע צוזאמען מקיים זיין "די מצווה" עס גייט א רויעך כאטש פון דעם האבן זיי אביסל פאן...
די משפחות פון די הנהלה וואס באשטייט פון נאך ארום 60 נפשות וואוינען אין געדינגנע דירות ארום די Warehouse
די איינציגסטע עירקאנדישן אין די קהילה געפינט זיך אין די דירה פון רויזנער די היינטיגע ראש הכת.
אלעס וואס איך שרייב דא איז בלי גיזמאות איך האב ביי מיר פראוו פיקטשערס ווידאוס רעקארדינגס.
זאגן אז מ'האט פרוף מיינט "זירא"
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 1:43 pm
דורך חכמת שלמה
ווילסט אים אנרייצן צו ברענגען פעסטע סחורה פון דארט... נייס טריי...
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:03 pm
דורך אוד מוצל מאש
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 6:45 pm
דורך אפטימיסטיש
ישי שטיינמעץ האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 1:48 pm
ביי דע וועי אז מען רעדט שוין. איך בין בכלל נישט זיכער אז דער העלבראנץ איז טאקע געשטארבען.
לויט ווי איך קען אים איז זייער מעגליך אז ער האט פשוט באשלאסען אז ס'לוינט זיך אפיציעל צו שטארבען... כדי צו פטור ווערען פון די לעגאלע רדיפות...
די גאנצע שטארבעראציע און דערטראנקען ווערען האט געסאונט ווי א פורים שפיל ....
ער האט עס געטוהן אין מעקסיקאו און מסתם באצאלט א שיינע מטבע פאר די אינסטאנצען אז זיי זאלען מיטשפילען ... אין מעקסיקאו קען מען טוהן אזאלכע זאכען פאר אביסעל שוחד ...
כ'ווייס נישט למעשה וואס די אמת איז ... אבער כ'וועל נישט זיין שאקט טאמער ס'וועט איין טאג ארויס קומען אז דער יונגאטש לעבט ....
אפשר גאר פארמאגט שלמה העלבראנץ א ניק דא אין שטיבל (חכמת שלמה?)
דאס קען פילייכט ערקלערן דאס אויסטערלישע פעטיש וואס חכמת שלמה האט צו ארומ'חוש'ן דעם עולם דאהי כאילו ער געפינט זיך אין גואטומאלא... ונראה לי קרוב לאמת
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 10:25 am
דורך אוד מוצל מאש
איך האב שוין פארציילט אז איך האב איהם געזעהן טויט בעיני בשעת מען האט איהם ארויסגשעלעפט פון די וואסער אין מעקסיקא. איך בין דארט געשטאנען.
הלוואי לעבט ער נאך, ווען יא וואלט ער היינט געזיצן אויף די באשולדינגונגס באנק.
ער האט באצייטענס אפגעיאגט, מיט קאמיטען Suicide.
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 12:07 pm
דורך חיי עולם
מען האט געלאזט יעדעם מיט האלטן ווי מ’נעמט ארויס דאס הייליגען גוף פון וואסער?
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 12:57 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 1:43 pm
ווילסט אים אנרייצן צו ברענגען פעסטע סחורה פון דארט... נייס טריי...
איך וויל איהם נישט אנרייצן, ווייל ס'אינטערעסירט מיך נישט וואס ס'גייט פאר דארט.
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2024 2:23 am
דורך עמרם
איך ווייס נישט ווער דעס איז, אבער פון די פאלגענדע בריוו, וואס איך האב געזען אין די אנדערע אשכול, טוט ווי פאר ערליכע אידן, אז ליידער ווערט ביי אונז געטוהן אזעלכע רשעות ואכזריות
Re: די פארדארבענע פירער פון די ל''ט קולט
נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2024 2:28 am
דורך היום