בלאט 3 פון 5
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:56 am
דורך לאכעדיג
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 12:53 am
דאס רירט אן (אזוי מיט די שפיץ פינגער) די דעבאטע צו מ’מעג הארגענען היטלער ימ’’ש אלס בעבי.
איך פיהל אז די האסט ארויפגעברענגט זייער אן אינטערעסאנטע טעמע. ביטע זיי מאריך אין דעם.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 1:37 am
דורך פון אונזערע
מילך טראק האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 11:19 pm
מייערן האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 11:06 pm
איז באמת שייך פאר א 88 יעריגע מענטש צי האבן די כח מוליד זיין?
יא
הר' ברלנד אין קוארט האט געטענה'ט אנדערש...
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:40 am
דורך היום
גליקלעך האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 12:42 am
Fertility specialist
ווייסעך נישט ווער דער ״ספעשעליסט״ איז, און וואסערע קרעדנטשיל׳ס
זי/ער האט.
אבער עס איז דא היינט אסאך אנדערע מהלכים ווי ניצן נדבנים…
נאר לדוגמא, עס איז היינט סטאנדארט ביי אסאך פון די אנשי צה״ל וואס זענען אריין אין עזה, צו אוועקגעלייגן אין פריזער, פון וואס מען דארף האבן צו קענען ברענגען (נאך) קינדער.
אסאך (אויך היימישע) מיידלעך וואס ווערן עלטער (35+) און האבן נאך נישט קיין קינדער, אדער נאך נישט וויפל קינדער זיי ווילן האבן, לייגן היינט אוועק פון די סחורה, פאר די עלטערע יארן.
(אויך אזעלעכע וואס האבן נאך אפילו נישט געטראפן זייער זיווג).
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:48 am
דורך היום
היום האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 2:40 am
גליקלעך האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 12:42 am
Fertility specialist
ווייסעך נישט ווער דער ״ספעשעליסט״ איז, און וואסערע קרעדנטשיל׳ס
זי/ער האט.
אבער עס איז דא היינט אסאך אנדערע מהלכים ווי ניצן נדבנים…
נאר לדוגמא, עס איז היינט סטאנדארט ביי אסאך פון די אנשי צה״ל וואס זענען אריין אין עזה, צו אוועקגעלייגן אין פריזער, פון וואס מען דארף האבן צו קענען ברענגען (נאך) קינדער.
אסאך (אויך היימישע) מיידלעך וואס ווערן עלטער (35+) און האבן נאך נישט קיין קינדער, אדער נאך נישט וויפל קינדער זיי ווילן האבן, לייגן היינט אוועק פון די סחורה, פאר די עלטערע יארן.
(אויך אזעלעכע וואס האבן נאך אפילו נישט געטראפן זייער זיווג).
עכ״ז
לאמיר זיין קלאר דא, אזא מעשה איז לאו בכל יומא מתרחש!
עס איז קלאר, אזוי צו אזוי, רחמי שמים מרובים, און נישט דרך העולם.
און איך מיין אז אלע זענען מסכים אז, אדרבה, זאלן ביידע עלטערן דערלעבן מיט פרישע כוחות עהם צו מגדל זיין, און פירן אונטער די חופה, בבריות גופא ונהורא מעליא…
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:52 am
דורך ברוך שפינוזה
איך פארשטיי גראדע די קשיא פונעם פותח האשכול, מילא ווען דער ראש ישיבה פריידט זיך אז ער האט מסיים געוועהן ש"ס פארשטיי איך, אבער אז ער האט געהאט א קינד וואס איז דא זיך צו פרייען? מה נפשך, אויב וואלט דער רצון השם געוועהן אז ער זאל איבערלאזן זש"ק וואלט ער דאך געהאט א קינד, און אויב איז דער רצון השם אז ער זאל שטארבן קינדערלאז איז דאך זיכער גוט. כ'מיין מ'רעדט דאך כלומפרשט פון אן איש מורם מעם, נישט פון א פארגרעבטער באלעבאס וואס איז סטאק אין זיינע ביאלאגישע אינסטינקטן, ולשמחה מה זו עושה? נאר די תירוץ איז טאקע אז מיר זענען אלע די זעלבע בשר ודגים, רביה"ק מסאטמאר איז אויך געוועהן אויס מענטש ווען זיין לעצטע טאכטער איז אוועק און ער האט איינגעזעהן אז ער גייט שטארבן און זש"ק, די מושג "לשם שמים" איז די גרעסטע שקר וואס איז נאר אמאל ערפינדן געווארן, יעדער מיינט נאר זעך זעך און נאכאמאל זעך, און ס'גארנישט Wראנג דערמיט! אזוי דארף צו זיין. די שקר פון "איש מורם מעם" מעג זיך שוין אויפהערן. מיר זענען אלע אינעם זעלבן שיסל, דער ראש ישיבה, אדמו"ר, רב, ראש הקהל, בעה"ב, כולל אינגערמאן, קנאי, אט"ד, ראשיכם שבטיכם עד שואב מימך, אלע האבן די זעלבע מטרה צו בויען זייער עגא יעדער אויף זיין אופן, לאמיר לאנדן אין ריאליטי בשלום וועלן מיר נישט האבן קיין קשיות.
אויף אן עהנליכן נאוט, אין אן אנדערן גרופע האט איינער געשריבן אזוי: I have no idea who he is, but I am guessing that if he’s like most other rabbis, Rabbi Tzvi Kushlevsky cares mostly about Rabbi Tzvi Kushelevky.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 7:34 am
דורך קלאטשער
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 2:43 pm
היינט שטיי איך אויף צו די גרויסע (לכאורה פרייליכע) נייעס:
מזל טוב. לראש ישיבת 'היכל תורה' הרב צבי קושלבסקי בן ה-88, ולרעייתו בת ה-55, נולד הבוקר בן בכור בבית החולים 'הדסה' בירושלים
איז דאס באמת אזא שמחה?
יא
דער טאטע וועט זיין 101 ביים קינד'ס בר מצוה!
אי"ה
די מאמע וועט זיין בערך 75 ביי זיין חתונה!
אי"ה
איז דאס אזא נס?
אדער איז גענוצט געווארן הויך-טעכנאלאגישע מעטאדן?
און אויב יא, איז דאס ריכטיג צו נוצן ביי אזא הויכע עלטער?
די מצוה פון פרי' ורבי' ווערט נישט עקספייער"ד אין א געוויסן עלטער. כל זמן מען קען איז דא דער מצוה, דאס איז רצון השם און אלע אנדערע חשבונות פאלן אוועק.
חוץ מזה, ווען מען געט איינעם למשל א ברירה צווישן געבוירן ווערן צו עלטערע מענטשין אדער בכלל נישט געבוירן ווערן, וואס וואלט מען אויסגעוועלט ?
אוודאי איז עס א גרויסע שמחה
Re:
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 8:51 am
דורך [NAMELESS]
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 4:52 am

איך זעה נישט קיין סתירה פון זיין א בשר ודם און ווילען מענטשליכע זאכן וואס די אייבירשטער האט אריינגעשטעלט אין די בריאה און פון זיין א איש מורם מעם.
אברהם אבינו און די אמהות האבן דען נישט געגארט אויף א קינד? אין חדר לערנט מען עס אפ מיט א פשטות בכלל נישט לשם שמים'דיג
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 8:54 am
דורך ברוך שפינוזה
אויב דו טוסט רעדעפינירן די מושג פון איש מורם מעם וועט עס טאקע נישט זיין קיין סתירה.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 9:06 am
דורך עמקות התם
אז איר זענט א סטאמערע און דיין רבי זי"ע איז ג'ווארען אויס מענטש כלשונך, און פאר דיר האט ער דעפיינד איש מורם מעם וכונתו לשם שמים, איז עס דיין וועלט ג'ווארען אפגעפרעגט דעם מושג פון אמ"ם. Maby, I feel bad for you but it's just your personal experience מאך עס נישט פאר נאך א שיטה. עס איז דא נאך יהודים, תודה.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 9:34 am
דורך מילך טראק
איך זעה נישט די פראבלעים פון וועלן האבן א קינד , פארקערט סאיז די ערשטע מצוה אין די תורה,
אגב דערציילט מען אזא מעשה ביים בעלזא רב, אז א איד איז געקומען מזכיר זיין לזש"ק און בעלזע רב האט איינגעטרימלט, דער איד האט אויפגעגעבן און ער איז אהיימגעגענגען , נאך אים איז געשטאנען א אלטע איד ווען די בעלזע רב האט זיך אויפגעכאט האט ער אנגעווינשטן פאר די אלטע איד א בן זכר. וכך הוה
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 9:36 am
דורך צקון לחש
אך און וויי אויב מיר וועלן אנהייבן מאכן חשבונות צו ס'לוינט פאר'ן קינד צו געבוירן ווערן, וכמאמרם ז"ל (סוף חזקת הבתים, בשינוי קצת):
מיום שפשטה הניתוק בין הדת והחיים ונגזרים עלינו גזירות רעות וקשות ומבטלת ממנו תורת חיים ואהבת חסד ואין מנחת אותנו ליכנס לבתי חינוך ואמרי לה לכרמי החכמה דין הוא שנגזור על עצמנו שלא לישא אשה ולהוליד בנים ונמצא זרעו של אברהם אבינו כלה מאליו אלא הנח להם לישראל מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין
Re:
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 9:49 am
דורך אלע צוזאמען
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 4:52 am
איך פארשטיי גראדע די קשיא פונעם פותח האשכול, מילא ווען דער ראש ישיבה פריידט זיך אז ער האט מסיים געוועהן ש"ס פארשטיי איך, אבער אז ער האט געהאט א קינד וואס איז דא זיך צו פרייען? מה נפשך, אויב וואלט דער רצון השם געוועהן אז ער זאל איבערלאזן זש"ק וואלט ער דאך געהאט א קינד, און אויב איז דער רצון השם אז ער זאל שטארבן קינדערלאז איז דאך זיכער גוט. כ'מיין מ'רעדט דאך כלומפרשט פון אן איש מורם מעם, נישט פון א פארגרעבטער באלעבאס וואס איז סטאק אין זיינע ביאלאגישע אינסטינקטן, ולשמחה מה זו עושה? נאר די תירוץ איז טאקע אז מיר זענען אלע די זעלבע בשר ודגים, רביה"ק מסאטמאר איז אויך געוועהן אויס מענטש ווען זיין לעצטע טאכטער איז אוועק און ער האט איינגעזעהן אז ער גייט שטארבן און זש"ק, די מושג "לשם שמים" איז די גרעסטע שקר וואס איז נאר אמאל ערפינדן געווארן, יעדער מיינט נאר זעך זעך און נאכאמאל זעך, און ס'גארנישט Wראנג דערמיט! אזוי דארף צו זיין. די שקר פון "איש מורם מעם" מעג זיך שוין אויפהערן. מיר זענען אלע אינעם זעלבן שיסל, דער ראש ישיבה, אדמו"ר, רב, ראש הקהל, בעה"ב, כולל אינגערמאן, קנאי, אט"ד, ראשיכם שבטיכם עד שואב מימך, אלע האבן די זעלבע מטרה צו בויען זייער עגא יעדער אויף זיין אופן, לאמיר לאנדן אין ריאליטי בשלום וועלן מיר נישט האבן קיין קשיות.
אויף אן עהנליכן נאוט, אין אן אנדערן גרופע האט איינער געשריבן אזוי: I have no idea who he is, but I am guessing that if he’s like most other rabbis, Rabbi Tzvi Kushlevsky cares mostly about Rabbi Tzvi Kushelevky.
יוסיף דעת יוסיף מכאוב.
אסאך מאל קען א גאר קליגער מענטש רעדן גרויסע נארישקייטן.
וואס זאגסטו דא? פון ווי קומט די הנחה אז אן איש מורם מעם טאר נישט האבן קיין פילינג’ס?
יא סאטמארע רבי זצ"ל איז געווען א גאר גרויסער און הייליגער איד, און ער האט נאך אלץ געהאט פילינג’ס, משה רבינו איז געווען דאס סאמע גרעסטע וואס כלל ישראל האט געהאט און ער האט זיך נאך אלץ טועה געווען.
און דאס איז חוץ מזה וואס האבן קינדער איז פארבינדן מיט אסאך מצוות וואס דער ראש ישיבה האט אויך געגליסט צו מקיים זיין.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 10:05 am
דורך היימלינד
מילך טראק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 9:34 am
איך זעה נישט די פראבלעים פון וועלן האבן א קינד , פארקערט סאיז די ערשטע מצוה אין די תורה,
אגב דערציילט מען אזא מעשה ביים בעלזא רב, אז א איד איז געקומען מזכיר זיין לזש"ק און בעלזע רב האט איינגעטרימלט, דער איד האט אויפגעגעבן און ער איז אהיימגעגענגען , נאך אים איז געשטאנען א אלטע איד ווען די בעלזע רב האט זיך אויפגעכאט האט ער אנגעווינשטן פאר די אלטע איד א בן זכר. וכך הוה
שינאווא רב, און די קינד איז די איינציגסטער פון זיין משפה וואס האט איבערגעלעבט די קריג און געלאזט דורות...
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 10:07 am
דורך אלע צוזאמען
מילך טראק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 9:34 am
איך זעה נישט די פראבלעים פון וועלן האבן א קינד , פארקערט סאיז די ערשטע מצוה אין די תורה,
אגב דערציילט מען אזא מעשה ביים בעלזא רב, אז א איד איז געקומען מזכיר זיין לזש"ק און בעלזע רב האט איינגעטרימלט, דער איד האט אויפגעגעבן און ער איז אהיימגעגענגען , נאך אים איז געשטאנען א אלטע איד ווען די בעלזע רב האט זיך אויפגעכאט האט ער אנגעווינשטן פאר די אלטע איד א בן זכר. וכך הוה
די ערשטע מצווה איז צו חתונה האבן, נישט צו האבן א קינד.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 10:25 am
דורך מילך טראק
ווילאנג מען האט נישט איין אדער צוויי קינדער האט מען נישט יוצא געווען
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 10:34 am
דורך היימלינד
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 10:07 am
מילך טראק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 9:34 am
איך זעה נישט די פראבלעים פון וועלן האבן א קינד , פארקערט סאיז די ערשטע מצוה אין די תורה,
אגב דערציילט מען אזא מעשה ביים בעלזא רב, אז א איד איז געקומען מזכיר זיין לזש"ק און בעלזע רב האט איינגעטרימלט, דער איד האט אויפגעגעבן און ער איז אהיימגעגענגען , נאך אים איז געשטאנען א אלטע איד ווען די בעלזע רב האט זיך אויפגעכאט האט ער אנגעווינשטן פאר די אלטע איד א בן זכר. וכך הוה
די ערשטע מצווה איז צו חתונה האבן, נישט צו האבן א קינד.
די ערשטע מצוה איז פרו ורבו דאס מיינט האבען קינדער [כל אחד לפי שיטתו, בן ובת וכו'] די אופן "וויאזוי" מען טוט דאס איז דורך חתונה האבען, אבערא די מצוה איז צו האבען קינדער.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 10:36 am
דורך בן עיר
אויף א אינטערוויו אין די איזראעלי מידיע מיטן דאקטאר זעהט אויס אז עס איז געווען נאטורליך נישט דורך פרעצעדורן
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 10:36 am
דורך עמקות התם
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 10:07 am
מילך טראק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 9:34 am
איך זעה נישט די פראבלעים פון וועלן האבן א קינד , פארקערט סאיז די ערשטע מצוה אין די תורה,
אגב דערציילט מען אזא מעשה ביים בעלזא רב, אז א איד איז געקומען מזכיר זיין לזש"ק און בעלזע רב האט איינגעטרימלט, דער איד האט אויפגעגעבן און ער איז אהיימגעגענגען , נאך אים איז געשטאנען א אלטע איד ווען די בעלזע רב האט זיך אויפגעכאט האט ער אנגעווינשטן פאר די אלטע איד א בן זכר. וכך הוה
די ערשטע מצווה איז צו חתונה האבן, נישט צו האבן א קינד.
ספר החינוך פרשת בראשית מצוה א
מצות פריה ורביה
בראשית יש בה מצות עשה אחת, והיא מצות פריה ורביה, שנאמר [בראשית א', כ"ח] ויברך אותם אלהים ויאמר להם אלהים פרו ורבו.
משרשי מצוה זו, כדי שיהיה העולם מיושב, שהשם ברוך הוא חפץ בישובו, כדכתיב [ישעי' מ"ה, י"ח] לא תהו בראה לשבת יצרה. והיא מצוה גדולה שבסיבתה מתקיימות כל המצות בעולם, כי לבני אדם ניתנו ולא למלאכי השרת.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:34 pm
דורך [NAMELESS]
ביי אזא עלטער ןןאלטען די דאקטוירים נישט דעמאכט איי ווי עף
און טאקע אזוי ברענגט בן עיר פון אנ'אינטערוויו
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 3:11 pm
דורך berlbalaguleh
קלאטשער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 7:34 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 2:43 pm
היינט שטיי איך אויף צו די גרויסע (לכאורה פרייליכע) נייעס:
מזל טוב. לראש ישיבת 'היכל תורה' הרב צבי קושלבסקי בן ה-88, ולרעייתו בת ה-55, נולד הבוקר בן בכור בבית החולים 'הדסה' בירושלים
איז דאס באמת אזא שמחה?
יא
דער טאטע וועט זיין 101 ביים קינד'ס בר מצוה!
אי"ה
די מאמע וועט זיין בערך 75 ביי זיין חתונה!
אי"ה
איז דאס אזא נס?
אדער איז גענוצט געווארן הויך-טעכנאלאגישע מעטאדן?
און אויב יא, איז דאס ריכטיג צו נוצן ביי אזא הויכע עלטער?
די מצוה פון פרי' ורבי' ווערט נישט עקספייער"ד אין א געוויסן עלטער. כל זמן מען קען איז דא דער מצוה, דאס איז רצון השם און אלע אנדערע חשבונות פאלן אוועק.
חוץ מזה, ווען מען געט איינעם למשל א ברירה צווישן געבוירן ווערן צו עלטערע מענטשין אדער בכלל נישט געבוירן ווערן, וואס וואלט מען אויסגעוועלט ?
אוודאי איז עס א גרויסע שמחה
מזל טוב: דער ברית איז שוין געווען למזל ולברכה. יעצט עמיר אויסווארטן ביז'ן פדיון הבן.
דאס וועט (אי"ה) זיין א מעמד וואס גאנץ ארץ ישראל, נעה, די גאנצע וועלט וועט מיטהאלטן.
מ'וועט ציהען מחיצות פון בית שמש ביז חיפה אדער צפת.
Re:
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 3:22 pm
דורך אפטימיסטיש
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 4:52 am
איך פארשטיי גראדע די קשיא פונעם פותח האשכול, מילא ווען דער ראש ישיבה פריידט זיך אז ער האט מסיים געוועהן ש"ס פארשטיי איך, אבער אז ער האט געהאט א קינד וואס איז דא זיך צו פרייען? מה נפשך, אויב וואלט דער רצון השם געוועהן אז ער זאל איבערלאזן זש"ק וואלט ער דאך געהאט א קינד, און אויב איז דער רצון השם אז ער זאל שטארבן קינדערלאז איז דאך זיכער גוט.
דער זעלבער באשעפער וואס האט באפוילן צו מסיים זיין ש"ס, האט אויך באפוילן זיך צו פרוכטבארן. דעריבער איז פונקט ווי דו פארשטייסט אז ער פריידט זיך ווען ער האט מסיים געווען ש"ס, פארשטיי אויך אז ער פריידט זיך אז ער האט געקענט ערפילן דעם רצון הבורא טראץ די פילע מניעות (פונקט ווי ס'פארהאן מניעות צו ענדיגן ש"ס).
דער צאנזער רב האט זיך אויסגעדרוקט "שישו מעי" נאכ'ן אריינשלינגען אלע כזיתים מצה ומרור פסח ביינאכט.
און הרב קושלבסקי דרוקט זיך אויס "שישו ביצי"
עליונים ששו בתחתונים!
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:46 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 3:11 pm
קלאטשער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 7:34 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 2:43 pm
היינט שטיי איך אויף צו די גרויסע (לכאורה פרייליכע) נייעס:
מזל טוב. לראש ישיבת 'היכל תורה' הרב צבי קושלבסקי בן ה-88, ולרעייתו בת ה-55, נולד הבוקר בן בכור בבית החולים 'הדסה' בירושלים
איז דאס באמת אזא שמחה?
יא
דער טאטע וועט זיין 101 ביים קינד'ס בר מצוה!
אי"ה
די מאמע וועט זיין בערך 75 ביי זיין חתונה!
אי"ה
איז דאס אזא נס?
אדער איז גענוצט געווארן הויך-טעכנאלאגישע מעטאדן?
און אויב יא, איז דאס ריכטיג צו נוצן ביי אזא הויכע עלטער?
די מצוה פון פרי' ורבי' ווערט נישט עקספייער"ד אין א געוויסן עלטער. כל זמן מען קען איז דא דער מצוה, דאס איז רצון השם און אלע אנדערע חשבונות פאלן אוועק.
חוץ מזה, ווען מען געט איינעם למשל א ברירה צווישן געבוירן ווערן צו עלטערע מענטשין אדער בכלל נישט געבוירן ווערן, וואס וואלט מען אויסגעוועלט ?
אוודאי איז עס א גרויסע שמחה
מזל טוב: דער ברית איז שוין געווען למזל ולברכה. יעצט עמיר אויסווארטן ביז'ן פדיון הבן.
דאס וועט (אי"ה) זיין א מעמד וואס גאנץ ארץ ישראל, נעה, די גאנצע וועלט וועט מיטהאלטן.
מ'וועט ציהען מחיצות פון בית שמש ביז חיפה אדער צפת.
לפי מיעוט ידיעתי איז די ברית נאכנישט געווען.
פדה"ב גייט נישט זיין, די פרוי האט שוין צוויי קינדער פון א פריערדיגן מאן.
Re: מזל טוב - הרב קושלבסקי א טאטע ביי די 88 יאר!
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2024 10:55 am
דורך נעקסט לעוועל