בלאט 3 פון 3
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 11:24 pm
דורך געפילטע פיש
ניין, דו מישט שוין ווייטער, די מיטעלסטע פינגער ניצט מען ווען מ'טייטעלט אריין אין א מרדכי וואס זאגט פונקט פשט אזוי ווי דו שרייסט שוין די לעצטע צוויי שעה, קוק! (מיט די מיטעלסטע פינגער) קוק דא!!! אטא דאס איז פשט!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 8:57 am
דורך איחוד פעלד
און למשל דער נסיון פין טייטלען מיט דער מיטעלע פינגער איז אינו יכול לעמוד.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:52 am
דורך באמת
זר זהב האט געשריבן:וועגן די לאנגע נעגל ביניך מחולק. ס'איז אנדערע צייטן היינט... --
עניוועי נאכן אפלערענען דעם ערשטן אוחה"ק אויף די פרשת יפת תואר האט עס באקומען גאר אן אנדערע פנים. ס'מיינט בכלל
נישט אזווי ווי מ'לערנט עס פשוט אפ. עיי"ש
איך קען נישט פארשטיין די אמעראצעס פון אלע קאמענטירער דא אין אשכול ביז אהער.
ב'ה נישט נאר גמרא האסטיך גזעצט לערנען נאר אפ' אוה''ק
קיפ איט אפ
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:16 pm
דורך אנעים זמירות
איך האב אמאל געהערט (א רעקארדינג פון) א שיעור פון הרב חיים קויפמאן ז"ל ווי ער האט ערקלערט דאס איינמאל די תוה"ק איז מתיר די יפ"ת ווערט פארגרינגערט דעם נסיון, ווייל עס איז שוין נישט דא דעם מים גנובים ימתקו. אויב אזוי פארוואז זאל די תורה נישט מתיר זיין אלע איסורים אויף דעם סמך?
נאר אלגעמיין ווען די תוה"ק האט עפעס פארווערט מוז מען טוהן אלערליי השתדליות מיט א סיג לסיג מען זאל נישט צוקומען צום נסיון. משא"כ די נסיו פון א יפ"ת איז דאך אונטערגעקומען בע"כ פונעם סאלדאט ווען מען האט איהם ארויסגעשיקט למלחמה און ער האט בכלל נישט געהאט די ברירה זיך אויסצומיידען דערפון, דערפאר האט די תוה"ק איהם געמוזט געבן כלים און א יכולת זיך צו קענען באהערשען.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 7:50 pm
דורך נאך א פשט
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 8:09 pm
דורך נולד מאוחר
אנעים זמירות האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט (א רעקארדינג פון) א שיעור פון הרב חיים קויפמאן ז"ל ווי ער האט ערקלערט דאס איינמאל די תוה"ק איז מתיר די יפ"ת ווערט פארגרינגערט דעם נסיון, ווייל עס איז שוין נישט דא דעם מים גנובים ימתקו. אויב אזוי פארוואז זאל די תורה נישט מתיר זיין אלע איסורים אויף דעם סמך?
נאר אלגעמיין ווען די תוה"ק האט עפעס פארווערט מוז מען טוהן אלערליי השתדליות מיט א סיג לסיג מען זאל נישט צוקומען צום נסיון. משא"כ די נסיו פון א יפ"ת איז דאך אונטערגעקומען בע"כ פונעם סאלדאט ווען מען האט איהם ארויסגעשיקט למלחמה און ער האט בכלל נישט געהאט די ברירה זיך אויסצומיידען דערפון, דערפאר האט די תוה"ק איהם געמוזט געבן כלים און א יכולת זיך צו קענען באהערשען.
אזאך וואס די תורה אסרט נישט קען ער און דארף ער נישט עס מתיר זיין.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:05 pm
דורך שמייכל
א ווארט צו דעם יונגערמאן וואס טענה׳ט אז ער קען נישט ביישטיין דעם נסיון:
(איר קענט רואיגערהייט אויסלאזן דעם תגובה אויב איר פיהלט אז דאס איז נישט פאר אייך)
די עצה פון לימוד התורה שמעקט נישט יעדן (מיך ליידער אויך נישט) סיי ווייל מ׳פארשטייט נישט וואס די תורה גייט מיר העלפן, א תאוה איז א תאוה, א נאטור איז א נאטור, און וויאזוי קען די תורה טוישן מיין בלוט טעמפראטור. און אויך ווייל די עצה פון תורה איז מען שוין געוואוינט צו הערן פון קינדווייז אן און ממילא איז מען שוין בארד פון דעם. נאר וואז דען, מיר מוזן דאך טאן די השתדלות וואס חז"ל האבן געזאגט, אנדערש וועט מען דאך זיכער נישט האבן קיין תירוץ.
אבער ווען מען וועט וועלן טראכטן פון א גשמיות׳דיגע עצה וואס קען נאך העלפן פאר סיי וועמען ביישטיין די נסיונות, איז נאך דא איין זאך... רואיגקייט!
ווי עס איז שטארק באקאנט פאר יעדן איז ׳נערוועזיקייט׳ א שטארקע גורם צו תאוה, אין דעם איז נכלל סטרעס, פרעשור, דיפרעשען, צופיהל זארגן וכדומה - יעדער מענטש ווייסט פונקטליך וויפיל ער האט פון די אלע הנ"ל, און וויסן זאלט עטץ:
מ׳גייט אייך קלאר פארהאלטן אויבן אין הימל פארוואס איר האט נישט געארבעט אויף ׳רואיגקייט׳!
ווייל ווען דער מענטש איז Relaxed און Calm ווערט ער נישט געטשעפעט און צודרייט פון א מראה וואס רוקצעך אים אן אויף די גאס, ער ווערט נישט צוקראצט פון א נסיון, ער גייט נישט גראד אריין אין א פאניק אטאקע, זיין הארץ נעמט זיך נישט צאפלען אין די רגע, און ער שטרעקט זיך נישט תיכף אויס פארן יצה"ר... דאס וואס מען מאכט זיך צוטוהן פון א מראה ׳כ׳האב יא געזעהן, כ׳האב נישט געזעהן, כ׳האב געזעהן נאר האלבוועגס׳ וכדומה דאס איז בלויז א תוצאה פון ׳נערוועזיקייט׳! ווען מען ארבעט אויף זיך צו קענען קאנטראלירן די עמאושענס און נישט נתפעל ווערן פון א פלוצלינגדיגע איבערראשונג (סורפרייז) איז אסאך גרינגער בייצושטיין א נסיון - בדוק ומנוסה.
זייט מתפלל אויף רואיגקייט, פרובירט צו מאכן טעראפי אפילו מיט קליינע זאכן, לדוגמא ווען עס מאכט זיך סיי וואספארא זאך וואס עס קען אייך ארויסנעמען פון די כלים, למשל זיך אויפרעגן, זיך דערשרעקן וכדומה, מאכט דערפון א טעראפי און פרובירט צו דערשטיקן די רוישענדע געפיהלן וועלכע שטיפן אייך אריינצוגיין אין א פאניק, ליינט אביסל ביכער (עס איז דא א ברייטע וועלט מיט גאר נוצבארע ביכער), פרעגט אייער פעדיעטרישן איבער ווייטאמינען און אפילו איבער נעמען מעדיקעישאן דערפאר (עס וועט אייך נישט שאטן, מאכט א שווייג, עס קען זיין אייער עתיד...) און לייגט א שטארקן דגוש אז איר זאלט צוגעוויינען צוביסלעך אייער גוף נישט אריינצוגיין אין א פאניק פאר קיין שום סיבה, א רוחניות׳דיגע אדער א גשמיות׳דיגע, און איר וועט זעהן גרויס הצלחה.
און צום אויספיהר געדענקט וואס ר׳ אהרן קארלינער האט געשריבן אין א בריוו: "עצבות אין קיין עבירה נישט, אבער צו וואס עצבות קען צוברענגען קיין די ארגסטע עבירה נישט צוברענגען", איך מיין אז איר פארשטייט פארוואס דער קארלינער זצ"ל האט בחכמתו אזוי געזאגט.
זייט מצליח און ה׳ זאל זיין מיט אייך
הצלחה רבה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 1:39 am
דורך נולד מאוחר
שמייכל האט געשריבן:א ווארט צו דעם יונגערמאן וואס טענה׳ט אז ער קען נישט ביישטיין דעם נסיון:

פעדיעטרישן?? איז דאס נישט א קינדער דאקטער?
"עס איז שטארק באקאנט פאר יעדן איז ׳נערוועזיקייט׳ א שטארקע גורם צו תאוה"
ווי איז דאס אזוי שטארק באקאנט?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 6:50 am
דורך gehlungen
נולד מאוחר האט געשריבן:שמייכל האט געשריבן:א ווארט צו דעם יונגערמאן וואס טענה׳ט אז ער קען נישט ביישטיין דעם נסיון:

The bahleh meeser say that just like the mouth dries out when you are thirsty for gashmeyos water etc. When you are DEPRESSED you are thirsty for rochneyos tilehm. Mishnayos etc. !
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:03 am
דורך איחוד פעלד
אינטרעסאנט אז מיר דאכט זיך אז עס איז פונקט פארקערט, ווען מען איז נארוועז איז מען ביזי, אז מען איז ביזי איז גוט.
אז האט מען האט נישט קיין צייט צו זינדיגען איז גוט, ווייל מען זינדיגט נישט, ווייל מען האט נישט קיין צייט. און, מען פילט זיך בעסער ווען מען איז ביזי אויך.
רואיקייט דעתי האט נישט קיין כי הוא זה שייכות מיט אפעטיט, עס מאכט עסען אהן אפעטיט, גיי פארשטיי.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:26 pm
דורך שמייכל
נולד מאוחר האט געשריבן:"עס איז שטארק באקאנט פאר יעדן איז ׳נערוועזיקייט׳ א שטארקע גורם צו תאוה"
ווי איז דאס אזוי שטארק באקאנט?
המפורסמים אינם צריכים ראי׳
אויב ווייסט איר נישט דערפון דאן איז א גוטער סימן, קען גאר זיין אז דער גאנצער אשכול איז נישט פאר אייך
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:27 pm
דורך שמייכל
איחוד פעלד האט געשריבן:אינטרעסאנט אז מיר דאכט זיך אז עס איז פונקט פארקערט, ווען מען איז נארוועז איז מען ביזי, אז מען איז ביזי איז גוט
שוין לאנג נישט אזוי געלאכט, איחוד דו ביסט גוט...
צו דו ביסט גערעכט מיט דיין פוינט, דאס איז שוין א מעשה פאר זיך..
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:29 pm
דורך זר זהב
שמייכל האט געשריבן:ווי עס איז שטארק באקאנט פאר יעדן איז ׳נערוועזיקייט׳ א שטארקע גורם צו תאוה, אין דעם איז נכלל סטרעס, פרעשור, דיפרעשען
וואס קומט קודם די האן אדער די איי?
מיינע תאוות ברענגן מיר סטרעס, נאט די אדער וועי אראונד.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:34 pm
דורך שמייכל
זר - עס איז א גלגל החוזר, עצבות ברענגט תאווה און תאווה ברענגט עצבות
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:37 pm
דורך זר זהב
באלאני!
with all due respect
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:53 pm
דורך קול גדול
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 10:41 am
דורך נאך א פשט
געפילטע פיש האט געשריבן:נאך א פשט האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:אקעי, איך וועל וויסן פאר ווען ס'געשעט. איך וועל שוין מכריע זיין.
נישט אז איך האב א הוה אמינא אז עס קען זיין מותר, אבער געדענקט אז אפילו ווען די תורה האט עז יא מתיר געווען איז עס נאר נאכען דורכגיין די גאנצע פראצידור פון "והבאתה אל תוך ביתך וגלחה את ראשה ועשתה את צפרניה והסירה את שמלת שביה מעליה וישבה בביתך ובכתה את אביה ואת אמה ירח ימים".
דאכט זיך מיר אז נאכן אנזיצן פארוויינטערהייט - מיט אן אפגעגאלטן קאפ און לאנג ציוואקסענע נעגל - פאר א חודש צייט וועט זיך שוין קיינעם נישט גלוסטען צו...
און וויסענדיג דאס האט די תורה געזאגט "והיה אם
לא חפצת בה ושלחתה לנפשה".
די גאנצע פראצעדור פון והבאתה וכו', איז נאך ביאה ראשונה.
דאס איז א מחלוקת. לויט רש"י (אויף וועהם באמת האט געבויט די גאנצע אשכול) דארף מען דורך גיין די גאנצע פראצעדור נאך פאר ביאה ראשונה.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 5:14 pm
דורך קרעקער
יעדע מיליטער אין דע וועלט האבען דעס געטין שוין טויזענטער יאר ביזען היינטיגען טאג
געכאפט פרויען יונגע מיידלעך און זיי גערעיפט אסאך מאל מיט אכזריות
די רוסען ווען זיי זענען אריין אין דייטשלאנד
די אמעריקאנער ווען זיי זענען געווען אין איראק כידוע אין זיי האבען עס אפילי געכאפט פיקטשערס ווי זיי טיען עס
דברה תורה בהווה
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 5:44 pm
דורך ברוין
אויף די אנדערע מיליטערן קען איך דיך נישט אפענטפערן אבער אמעריקאנע סאלדאטן אין איראק? פון וואו נעמסטו דאס? א לינק ביטע
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 6:41 pm
דורך קווה לה'
זר זהב האט געשריבן:אהא, ווער איז דער מכריע ווען און וואו מ'קען ביישטיין? אויב האב איך אזא מעשה ווי יוסף מיט פוטיפר קען איך עס ביישטיין?
ניין.
זעהט אויס אז נאר דער מענטש פאר זיך אליין!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:58 am
דורך נאך א פשט
ברוין האט געשריבן:אויף די אנדערע מיליטערן קען איך דיך נישט אפענטפערן אבער אמעריקאנע סאלדאטן אין איראק? פון וואו נעמסטו דאס? א לינק ביטע
זעה דא. אמת אז היינט באשטראפט מען פאר דעם, אבער דער פאקט איז אז עס פאסירט מער אפט פון וואס ווערט ריפארטעט.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:01 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי היינט ביי קריאה''ת ביי מנחה נאך האלב פארשלאפן הער איך עפעס יפת תואר פארשטייט זיך איך בין שוין וואך געווארן, קום איך ארויף דא מאך א סוירטש יא 3 בלעטער,
עניוועי עס איז מיר איינגעפאלן א ביאור אויף וואס די תורה פארלאנגט איר מנבל זיין פארן נעמען אז דאס איז פשוט פאר זיין טובה מבחין צו זיין אויב זיין ליבע צו איר איז א אמתע וואס דעמאלט וועט קיין שום ניבול אפקילען זיין ליבע, און אויב קילט זיך עס אפ דעמאלט איז זיין נסיון נישט עכט נאר אויפן מינויט מארגן וועט ער פארגעסן פון איר,
די תורה איז נאר מתיר א אמת'ע נסוין א טיפע ליבע וואס וועט עם נאכלויפען פאר לאנגע טעג, וואס אגב איז דאס א זעלטענע זאך,
כנ''ל להלכה ולא למעשה בדרך אפשר.
רבותי ס'איז א טיפע סוגיה לאטס ענק הערן!