בלאט 3 פון 4
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:22 am
דורך מילך טראק
שמעקעדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:18 am
אז מ'האט א @מילך טראק לעבן זיך, וואס פעלט אויס צוריקצולייגן די איבריגע מילך... חחחח
סזאל נישט ווערן @שמעקעדיג... חחח
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:27 pm
דורך ונבנתה העיר
אויפשטייענדיג פריה, לכבוד שבת קוה, האביך געהאט צייט צו באמערקן אז די שטאט איז באהאנגען מיט גרויסע פלאקאטן "ריזיגע שטריימל סעיל."
ביניך אבער געווען מסופק וויאזוי מ'זעצט די ווערטער, צי "ריזיגע, שטריימל סעיל", אדער "ריזיגע שטריימל, סעיל." גייט 'ריזיגע' אויפן סעיל, אדער אויפן שטריימל.
זעענדיג די פרייזן איז מיר נפשט געווארן אז טאקע יא, 'ריזיגע' גייט אויפן שטריימל.
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:47 pm
דורך שמעקעדיג
העי קוק ווער עס איז דא...
פריי דיך אז אין חב"ד גייט מען נישט קיין שטריימלעך.....
Re: Re:
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 1:46 am
דורך קהל'ס נער
מילך טראק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:33 am
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:25 am
ווען א נישט חסיד פרעגט מיך פארוואס איך גיי מיט א שטריימל ענטפער איך איהם אז איך זאג איהם צו אז ווען אלע זיינע חברים און פאמיליע מיטגלידער וואלטן דערמיט געגאנגען וואלט ער עס אויך אנגעטוהן.
איך שעם מיך דאס צו ענטפערן
דאס איז דער אמת׳ע ענטפער.
איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה פון פארוואס איך גיי מיט א שטריימל?
פונקט ווי דער מאדערנער גייט נישט קיין שטריימל ווייל אין זיין קאמיוניטי גייט קיינער נישט מיט קיינער שטריימעל.
פאר די זעלבע סיבה גיי איך יא שטריימל ווייל אין מיין קאמיוניטי גייט מען יא א שטריימעל.
דערמאנט פון א מאדערנער וואס האט מיך געפרעגט פארוואס איך האב מחליט געוועהן צי ווערן א חסיד, האב עים געזאגט אז איך האב קיינמאל נישט מחליט געוועהן.
און דאס איז די אמת, ס׳נישטא קיין הסברים, אונז טוען מיר אלעס ווייל אזוי טוט מען אין אונזער קאמיוניטי, און איך זעה גארנישט ווראנג דערמיט.
Re: Re:
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 4:02 am
דורך וואלווי
נאך א מזל אין דיין קאמיוניטי טראגט מען הויזן...
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 4:12 am
דורך זאקן
וואס איז די מזל? אויב די עולם וואלט נישט געגאנגן מיט הויזן וואלט איך אויך נישט געגאנגען, איך מיין עס איז שוין צייט צו גיין אן הויזן..
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 7:06 am
דורך שמעקעדיג
נע, @זאקן אן הויזן?
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 7:11 am
דורך דער עקס
עס איז לכאורה א סאך מער ווי פיער פרעשור, עס איז געווארן א Social Norm.
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 10:17 am
דורך יעקב123
יאפס און יעצט קומט די פסח סיזען מיט די אלע סעילס פון די שטריימלעך און רייטן אויפן ציבור מיט זייערע עדס
Re: Re:
נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 4:08 pm
דורך מילך טראק
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 31, 2024 1:46 am
דאס איז דער אמת׳ע ענטפער.
איך פארשטיי בכלל נישט די שאלה פון פארוואס איך גיי מיט א שטריימל?
פונקט ווי דער מאדערנער גייט נישט קיין שטריימל ווייל אין זיין קאמיוניטי גייט קיינער נישט מיט קיינער שטריימעל.
פאר די זעלבע סיבה גיי איך יא שטריימל ווייל אין מיין קאמיוניטי גייט מען יא א שטריימעל.
דערמאנט פון א מאדערנער וואס האט מיך געפרעגט פארוואס איך האב מחליט געוועהן צי ווערן א חסיד, האב עים געזאגט אז איך האב קיינמאל נישט מחליט געוועהן.
און דאס איז די אמת, ס׳נישטא קיין הסברים, אונז טוען מיר אלעס ווייל אזוי טוט מען אין אונזער קאמיוניטי, און איך זעה גארנישט ווראנג דערמיט.
די שאלה איז פארוואס חסידים גייען מיט א שטריימל, נישט פארוואס איך גיי,
פונקט ווי די וועסט פרעגן א לב טהור פארוואס ער גייט מיט די קליידער, אוודאי ווייסטו אז אין לב טהור גייט מען אזוי אבער וואס איז פשט פון די מאדנע קליידער
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:15 am
דורך yn.NY
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:26 am
מילך טראק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:22 am
איך רעדט פון די גאנצע שטריימל גיין אין די פירסט פלעיס, ווען א נישט חסיד פרעגט מיר וואס די שטריימל איז, ווייס איך נישט וואס צו ענטפערן.
פארוואס גייסטו מיט א שטריימל? ווייל אזוי גייט מען אין די חסידישע קאמיונעטי.
ווער האט אריינגעברענגט אין די חסידישע קאמיונעטי אז א יעדער זאל גיין מיט א שטריימל? סאטמאר רב ז"ל.
כ'פארשטיי אז אין דיין חדר האט מען דיר פראפעגאנדירט אז סאטמאר רב איז געווען די ריזיגע צדיק
(כ'זאג נישט אז ער איז נישט געווען) וואס נאר וועגן איהם זענען נאך דא ערליכע אידן שטריימלעך מיט לאנגע פאות בלא בלא בלא.
ס'שקר וכזב כידוע ליודעי חן - גארנישט מיט סאטמאר איינגעזעקעלט. איים סארי טו דיסעפוינט יא.
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 12:39 am
דורך אתרוגים
געהערט אמאל פון א בעלזער אז זיין רבי די היינטיגע בעלזער רב, האט אמאל געזאגט אז דעיס אז עס איז דא היינט חסידישע יודן אין אמעריקע וואס שעמען זיך נישט צו גיין שבת מיט א שטריימל אויפן גאס איז אין זכות פון סאטמאר רבי ז"ל.
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:05 am
דורך יאסל ראקאווער
דאכט זיך איך האב עס שוין אמאל געפאסט: די הייליגע שטריימל במקור קען מען אין די מוזיאון דא.
https://www.wikiwand.com/en/Monomakh's_Cap
א בילד פון די ארגיאנאלע הייליגע באבוב-1600 רוסישע קעניגרייך שטריימל קאלוקציע איז בייגעלייגט
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:08 am
דורך yn.NY
אתרוגים האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 12:39 am
געהערט אמאל פון א בעלזער אז זיין רבי די היינטיגע בעלזער רב, האט אמאל געזאגט אז דעיס אז עס איז דא היינט חסידישע יודן אין אמעריקע וואס שעמען זיך נישט צו גיין שבת מיט א שטריימל אויפן גאס איז אין זכות פון סאטמאר רבי ז"ל.
הוילע שטותים! ...און וועמענס זכות איז אז אידן אין ארץ ישרא גייען מיט שטריימלעך?
--
כ'האב נישט געוויסט וואספארא חסיד דער בעלזער איז פון דיין רבי
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:13 am
דורך אתרוגים
פון וואנט ווייסטו אז עס איז שטותים?
האסט אפשר גערעדט מיט א יוד פון יענע צייטן נאכן מלחמה?
עס איז געווען א בושה צו טראגן דעם שטריימל נאכן מלחמה און אמעריקע.
עס מיינט נישט אז יעדער האט זיך געשעמט, אבער א חלק חסידישע יודן יא.
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 2:05 pm
דורך צקון לחש
אתרוגים האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 1:13 am
פון וואנט ווייסטו אז עס איז שטותים?
האסט אפשר גערעדט מיט א יוד פון יענע צייטן נאכן מלחמה?
עס איז געווען א בושה צו טראגן דעם שטריימל נאכן מלחמה און אמעריקע.
עס מיינט נישט אז יעדער האט זיך געשעמט, אבער א חלק חסידישע יודן יא.
מר"ש מבעלזא האט דאס טאקע געזאגט ברבים ביי א באזוך אין ארה"ב, עס איז געדריקט
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 3:21 pm
דורך berlbalaguleh
ביטע זיי מסביר ווער דער מהר"ש מ'בעלזא איז געווען? דו מיינסט דאך נישט דעם שר שלום פון בעלזא. ווייל אין זיינע צייטן איז נאכנישט געווען קיין ארה"ב. אויך נישט א שנעלע און גרינגע וועג צו פארן פון זיין שטאט (מיין שטעטעלע בעלז) צו אמעריקע.
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2024 4:45 pm
דורך לאכעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 3:21 pm
ביטע זיי מסביר ווער דער מהר"ש מ'בעלזא איז געווען? דו מיינסט דאך נישט דעם שר שלום פון בעלזא. ווייל אין זיינע צייטן איז נאכנישט געווען קיין ארה"ב. אויך נישט א שנעלע און גרינגע וועג צו פארן פון זיין שטאט (מיין שטעטעלע בעלז) צו אמעריקע.
ער מיינט לכאורה די עלסטע אייניקל פון רבי בערל בעלזער.
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: מוצ"ש אפריל 06, 2024 5:33 pm
דורך [NAMELESS]
מר"ש איז ראשי תיבות מרן שליט"א, דהיינו אדמו"ר מבעלזא שליט"א
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 10:18 pm
דורך ראדני
yn.NY האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 1:08 am
אתרוגים האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 12:39 am
געהערט אמאל פון א בעלזער אז זיין רבי די היינטיגע בעלזער רב, האט אמאל געזאגט אז דעיס אז עס איז דא היינט חסידישע יודן אין אמעריקע וואס שעמען זיך נישט צו גיין שבת מיט א שטריימל אויפן גאס איז אין זכות פון סאטמאר רבי ז"ל.
הוילע שטותים! ...און וועמענס זכות איז אז אידן אין ארץ ישרא גייען מיט שטריימלעך?
--
כ'האב נישט געוויסט וואספארא חסיד דער בעלזער איז פון דיין רבי
כאילו אידישקייט ווענד זיך צי מען גייט מיט א שטריימל.
אויף יענע וועלט וועט מען נישט מעסטן די שטריימל מען וועט מעסטן די צדקה וחסד וואס מען האט געטוהן, אויב וויל מען ארויסברענגען סאטמערע רב׳ס גדלות זאל מען רעדן פון זיינע צדקה וחסד און נישט פון זיין שטריימל, וואס אגב ער אליין האט דאך געהאלטן נשתכח תורת הבעשט איז אפילו לשיטתיה איז די שטריימעל סתם א איך וויל נישט זאגן משוגעת אבער ס׳ליגט נישט עפעס מוראדיג אינדעם
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 6:40 pm
דורך מרדכי מרדכי
יאסל ראקאווער האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 1:05 am
דאכט זיך איך האב עס שוין אמאל געפאסט: די הייליגע שטריימל במקור קען מען אין די מוזיאון דא.
https://www.wikiwand.com/en/Monomakh's_Cap
א בילד פון די ארגיאנאלע הייליגע באבוב-1600 רוסישע קעניגרייך שטריימל קאלוקציע איז בייגעלייגט
די באבובע פלעגן גיין מיט צלמים אויף זייער שטריימלעך?
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 8:26 pm
דורך berlbalaguleh
ראדני האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 10:18 pm
yn.NY האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 1:08 am
אתרוגים האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 12:39 am
געהערט אמאל פון א בעלזער אז זיין רבי די היינטיגע בעלזער רב, האט אמאל געזאגט אז דעיס אז עס איז דא היינט חסידישע יודן אין אמעריקע וואס שעמען זיך נישט צו גיין שבת מיט א שטריימל אויפן גאס איז אין זכות פון סאטמאר רבי ז"ל.
הוילע שטותים! ...און וועמענס זכות איז אז אידן אין ארץ ישרא גייען מיט שטריימלעך?
--
כ'האב נישט געוויסט וואספארא חסיד דער בעלזער איז פון דיין רבי
כאילו אידישקייט ווענד זיך צי מען גייט מיט א שטריימל.
אויף יענע וועלט וועט מען נישט מעסטן די שטריימל מען וועט מעסטן די צדקה וחסד וואס מען האט געטוהן, אויב וויל מען ארויסברענגען סאטמערע רב׳ס גדלות זאל מען רעדן פון זיינע צדקה וחסד און נישט פון זיין שטריימל, וואס אגב ער אליין האט דאך געהאלטן נשתכח תורת הבעשט איז אפילו לשיטתיה איז די שטריימעל סתם א איך וויל נישט זאגן משוגעת אבער ס׳ליגט נישט עפעס מוראדיג אינדעם
סאטמאר'רע רב זצ"ל האט טאקע געהאלטן אז ס'איז נשתכח תורת הכעש"ט. נאר ער האט זייער שטארק געהאלטן פון טראגן דעם חסיד'ישן לבוש.
Re: די הייליגע שטריימל
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 8:49 pm
דורך די קעפעלע
ס'אינטערסאנט די נקודה וואס ראדני ברענגט ארויס.... אז מען טראכט אריין אז דער רבי זי''ע וואס האט טאקע געהאלטן נשתכחה(?), זאל אבער שטיין אזוי פעלזן שטארק מיט דעם נישט אזוי סתם משגעת פון די שטריימל און אלע אנדערע חסידישע מלבושים, נישט זייענדיג מוותר אויף א קוצו של יוד, און פארלאנגט פון זיינע אונגארישע באטשי'ס די סאמע חסידישע לבוש וואס איז נישט געזען געווארן אינדערהיים אין אונגארן בכלל ביים המון עם, בשעת די אנדערע גרויסע אדמורי"ם וואס האבן זיך שארף געדינגען מיטן נשתכחה האבן בכלל נישט פארלאנגט די חסידישע מלבושים ביי זייערע מענטשן, אפילו פון די מלחמה איבערלעבער וואס האבן דאס יא געטראגן פארן קריג (גאליציע, פוילן, רוסלאנד וכו'.)