בלאט 3 פון 5

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 1:41 am
דורך מיסטעריע
תניא בניחותא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 12:10 pm א איד איז אמאל געקומען צום רבי’ן אז זיין זון איז ל”ע אינגאנצן משוגע געווארן, ער דאוונט אפאר שעה, לערנט אגאנצן טאג, שלאפט ווייניג, עסט כמעט נישט וכו’ וכו’, זאגט אים דער רבי, איך טו דאך אויך אזוי, ענטפערט די איד מילא דער רבי טוט דאך דאס פאר פרנסה, אבער מיין זון מיינט עס ערנסט...

אלעס וואס די רבי’ס טוען רעבישע שטיק ברבים הייסט נישט קיין עבודה, דאס איז אלס א חלק פון די עקט. די שאלה איז וויפיל דינט ער דעם אייבירשטן, התמדת התורה, מיעוט תענוג, מיעוט שינה, אין אנדערע ווערטער ווער איז געוווען באוואוסט אלס א עובד ה’ מנעוריו פאר ער איז נתגלה געווארן, פאר מ’האט אים פון הימל געשיקט די כוחות וואס מיר גלייבן אז אלע בנש”ק באקומען נאכן הסתלקות פונעם טאטן.

שמעתי מכלי ראשון פון א קרוב משפחה וואס פלעגט זיך דרייען ביים סקווירא רבין אין שטוב, אז אינדערהיים זיצט ער גאנץ פיין בהסיבה אויפן רעקליינער.
יא יא, ער זיצט און אנגעלאנט אינגאנצן, ער עסט גאנץ כמעשה'דיגע פארציעס, און רעדט נארמאל ווי א מענטש מיט א אויפגעהויבענע קאפ און קוקט נארמאל אין דיין געגנווארט, נישט אזוי ווי אינדרויסן, ווי ער ברומט אונטער די נאז בקול נמוך געציילטע ווערטער און בליקט ארויס צווישן די ברילן מיט די אויגן ברעמען.

געווען אמאל א שיינע איד, וואס איז געקומען צופארן אויף שבת, פרייטאג צו נאכטס ביים געבן שלום עליכם און זאגן גוט שבת, האט די רבי געזאגט אז קומענדיגע מאל ער קומט אויף א שבת, זאל ער זעהן צו קומען פאר טועמיה הארט פאר כניסת השבת, ווי דער סדר איז אז די געסט וואס קומען אויף שבת גייען אריבער צום רבין אין הויז אפנעמען שלום עליכם בעפאר שבת, און די שיינע אידן וואס קומען צו גאסט לאדענט מען איין אויף טועמיה.

בקיצור פרייטאג צו נאכטס ביים טיש היפש שפעט זעהט ער דעם צדיק קוים עסן מיט די שפיץ גאפל איינגעטינקן אין זאלץ, האט ער געטראכט צו זיך הלא דבר הוא, א איד הונגערט שוין שעות לאנג, און דא עסט ער קוים עפעס א טעימה קלה, למעשה קומענדיגע מאל ער איז געקומען אויף שבת און ער האט טאקע זיך משתתף געווען ביי טועמיה, ביינאכט ביים טיש, האט זיך נאכאמאל געוואונדערט הלא דבר הוא, אבער דאס מאל אין אן אנדערע ריכטונג, וויאזוי "קען ער נאך עסן"??? נאך אזא טועמיה איז ממש א מופת אז מ'קען נאך אפילו אריינשטיפן די איינצעלנע גאפל פיש און פלייש.

די זעלבע זאך איז מיט די לעקטער אין קאר, אלע רבי'ס וואס זענען באקאנט אז זיי לערנען, קענען זיצן אין קאר און זיך ארומקוקן ווען די חסידים פילעווען ארום די קאר, אבער ער פונקט דעמאלס איז ער פארטיפט אין א ספר..... און די רגע מ'פארט ארויף אויפן הייוועי פארקלאפט מען דעם ספר.....

בקיצור ברבים מאכט ער א אנשטעל ווי ער רייסט פון זיך..... לפני ולפנים איז שוין אן אנדערע מעשה

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 1:46 am
דורך שיינע איד
מיין רבי רייסט פון זיך, די האר פון קאפ ווי אזוי זיין נעפיו האט זיך אויף געבויוט

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 2:10 am
דורך berlbalaguleh
.

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 2:12 am
דורך kolal1
דער עקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:02 pm לענ"ד, די ויזניצע רבי'ס ר' ישראל (ביידע, פון ב"ב און פון מאנסי) רייסן פון זיך.

זיי ארבעטן אויף זייערע מידות. זיי זענען מוותר פאר ברודערס/אנדערע רבי'ס. זיי פארגינען א צווייטן. דאס הייסט געריסן פון זיך!!
ביידע מאכן גארנישט פון זיך ארידשענעל מענטשען
מען קען נערמאל שמועסן מיט זיי א חידוש היינט פאר רביס
איך מיין אז זיי לערנען בהתמדה אויך אפי' זיי זענען מער ביזי ווי רוב וועלט

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 2:16 am
דורך berlbalaguleh
איך קען 2 חשוב'ע אדמורי"ם ברודערס וועלכע האב געירשנ'ט א ביהמ"ד מיט א רביסטווע. זיי פארטראגן זיך זייער שיין (ב"ה). דער עלטערער ברודער איז דער אפיציעלער אדמו"ר. ווען ער איז נישט אין ביהמ"ד פיהרט דער יונגערער ברודער די גאנצע זאך. ושלום על ישראל.

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 4:15 am
דורך א גוט יאר
אלע רביס רייסן
אדער רייסן זיי פון זיך, אדער רייסן זיי פון יענעם..

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2024 7:11 pm
דורך מילך טראק
ר' חיים מערץ ז"ל
אזוי האט מען געשמועסט

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 3:15 pm
דורך yn.NY
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 2:16 am איך קען 2 חשוב'ע אדמורי"ם ברודערס וועלכע האב געירשנ'ט א ביהמ"ד מיט א רביסטווע. זיי פארטראגן זיך זייער שיין (ב"ה). דער עלטערער ברודער איז דער אפיציעלער אדמו"ר. ווען ער איז נישט אין ביהמ"ד פיהרט דער יונגערער ברודער די גאנצע זאך. ושלום על ישראל.
אפשר ביזטו מגלה די גרויסע סוד פון וועלכע אדמו"ר דו רעדסט?

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 3:25 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז דא 2 (טאטאל 4 אדמורי"ם).

איין (גרופ) האביך געזעהן מיט יארן צוריק. די צווייטע גאר לעצטנס. דעם פארגאנגענעם יו"ט.

די אחים הק' מ'סטריזשוב.איז געווען א לאנגע צייט צוריק. זיי האבן ביידע געטיילט שיריים. און מכבד געווען איינער דעם צווייטן צו זאגן תורה.

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 3:43 pm
דורך היימלינד
berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 3:25 pm ס'איז דא 2 (טאטאל 4 אדמורי"ם).

איין (גרופ) האביך געזעהן מיט יארן צוריק. די צווייטע גאר לעצטנס. דעם פארגאנגענעם יו"ט.

די אחים הק' מ'סטריזשוב.איז געווען א לאנגע צייט צוריק. זיי האבן ביידע געטיילט שיריים. און מכבד געווען איינער דעם צווייטן צו זאגן תורה.
סטריזשוב מייניך פלעגט זיין 3 ברודער, זייער זיס געווען.

איינער רופט זיך זאלישא אבער איך מיין אז ס'איז אין די זעלבע שול

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 6:27 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
אדמור מהר'א רייסט זיך פון געלט...

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 7:46 pm
דורך berlbalaguleh
רב חאצאצאק הקטן: לייג עס אוועק פאר די נעקסטע חתונה וואו מ'רופט דיך צו זאגן בדחנות. אדער ביים שושן פורים טיש פון מהרי"י (געוועזענע מהרז"ל) שליט"א.

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 8:15 pm
דורך מענדל
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 2:16 am איך קען 2 חשוב'ע אדמורי"ם ברודערס וועלכע האב געירשנ'ט א ביהמ"ד מיט א רביסטווע. זיי פארטראגן זיך זייער שיין (ב"ה). דער עלטערער ברודער איז דער אפיציעלער אדמו"ר. ווען ער איז נישט אין ביהמ"ד פיהרט דער יונגערער ברודער די גאנצע זאך. ושלום על ישראל.
און פאפא איז אזוי

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 12:21 am
דורך חב''ד הויזן
מענדל האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 8:15 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 2:16 am איך קען 2 חשוב'ע אדמורי"ם ברודערס וועלכע האב געירשנ'ט א ביהמ"ד מיט א רביסטווע. זיי פארטראגן זיך זייער שיין (ב"ה). דער עלטערער ברודער איז דער אפיציעלער אדמו"ר. ווען ער איז נישט אין ביהמ"ד פיהרט דער יונגערער ברודער די גאנצע זאך. ושלום על ישראל.
און פאפא איז אזוי
יא יא, אבער נאכן צומאלן די צווייטע ברודער....

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 12:34 am
דורך אלע צוזאמען
חב''ד הויזן האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:21 am
מענדל האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 8:15 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 2:16 am איך קען 2 חשוב'ע אדמורי"ם ברודערס וועלכע האב געירשנ'ט א ביהמ"ד מיט א רביסטווע. זיי פארטראגן זיך זייער שיין (ב"ה). דער עלטערער ברודער איז דער אפיציעלער אדמו"ר. ווען ער איז נישט אין ביהמ"ד פיהרט דער יונגערער ברודער די גאנצע זאך. ושלום על ישראל.
און פאפא איז אזוי
יא יא, אבער נאכן צומאלן די צווייטע ברודער....
ער רעדט פון אן אנדערע ברודער.

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 1:37 am
דורך קהל'ס נער
מענדל האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 8:15 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 2:16 am איך קען 2 חשוב'ע אדמורי"ם ברודערס וועלכע האב געירשנ'ט א ביהמ"ד מיט א רביסטווע. זיי פארטראגן זיך זייער שיין (ב"ה). דער עלטערער ברודער איז דער אפיציעלער אדמו"ר. ווען ער איז נישט אין ביהמ"ד פיהרט דער יונגערער ברודער די גאנצע זאך. ושלום על ישראל.
און פאפא איז אזוי
לאל
נאכן זיך טרעפען אויסגעשפילט ווי א פאפא בארא פארקער רבי, האט ער זיך מכניע געוועהן צו די מ׳וויליאמסבורג ברוב ענותנותו.

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 2:40 am
דורך berlbalaguleh
מענדל האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 8:15 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 2:16 am איך קען 2 חשוב'ע אדמורי"ם ברודערס וועלכע האב געירשנ'ט א ביהמ"ד מיט א רביסטווע. זיי פארטראגן זיך זייער שיין (ב"ה). דער עלטערער ברודער איז דער אפיציעלער אדמו"ר. ווען ער איז נישט אין ביהמ"ד פיהרט דער יונגערער ברודער די גאנצע זאך. ושלום על ישראל.
און פאפא איז אזוי
הלואי: דאמאלס ווייסטו נישט וואס ס'האט זיך אפגעשפיעלט מימות קדם אונטער די קוליסן.

א סאך גרויסע און היסטארישע געשעהענישן האבן זיך געדרייט ארום די "קאמפעטישן". נאך ווען ביידע רעבעס זענען געווען ישיבה בחורים. און אודאי נאכדעים.

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 6:14 am
דורך דער עקס
אינטערסאנטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:24 pm
דער עקס האט געשריבן: פשעווארסקער רבי זיצט צווישן הונדערטער אידן, און מאכט נישט קיין שום איבריגע תנועה. א סארט השתוות.

דאס הייסט אויך געריסן פון זיך.

לייג אויך צו אז עס איז נישט קיין סוד זיין גדלות בתורה. יעדן טאג - נאך ביז היינט - שטייען נאכ'ן דאווענען א ליין פון מענטשן אים צו פרעגן שאלות, און ער לאזט זיך פרעגן שאלות אין נגלות התורה ווי ער ענטפערט מיט א משונה'דיגע בקיאות, מען קען אים פרעגן א שווערע קשיא אויף א רמב"ם, און ער זאגט בקיצור "קוק אריין אין יענע און יענע תוספות צוזאמען מיט די פני יהושע דארט וועט דיר ווערן פארענטפערט די רמב"ם" וכדומה. אידן געדענקען נאך זיין התמדת התורה פון ווען ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג.

אמת ויציב, און עס איז דא נאך אסאך צו רעדן פון זיין גדלות. אבער די טעמע דא איז "וועלכער רבי רייסט פון זיך". אויף דעם ספעציפיש האב איך רעאגירט.

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 7:30 am
דורך חב''ד הויזן
אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:34 am
חב''ד הויזן האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:21 am
מענדל האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 8:15 pm און פאפא איז אזוי
יא יא, אבער נאכן צומאלן די צווייטע ברודער....
ער רעדט פון אן אנדערע ברודער.
כ'ווייס. איך זאג אז נאכן צומאלן די צווייטע ברודער וואס האט געשטעלט דעם רבין אין געפאר איז א קנאפע קידוש השם אז די דריטע ברודער לעבט גוט מיט אים. ביידע סאטמארע רבי'ס האבן אויך איין ברודער מיט וועם זיי לעבן אין גוטן.... ממש שלום על ישראל...

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 11:04 am
דורך היימלינד
חב''ד הויזן האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 7:30 am
אלע צוזאמען האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:34 am
חב''ד הויזן האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 12:21 am
מענדל האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 8:15 pm און פאפא איז אזוי
יא יא, אבער נאכן צומאלן די צווייטע ברודער....
ער רעדט פון אן אנדערע ברודער.
כ'ווייס. איך זאג אז נאכן צומאלן די צווייטע ברודער וואס האט געשטעלט דעם רבין אין געפאר איז א קנאפע קידוש השם אז די דריטע ברודער לעבט גוט מיט אים. ביידע סאטמארע רבי'ס האבן אויך איין ברודער מיט וועם זיי לעבן אין גוטן.... ממש שלום על ישראל...
די דריטע ברודער האט מען אויך גוט מכניע געווען, ער איז א גרויסע גארנישט דארט, די זון ר' מאיר נעמט צוביסלעך איבער אלעס אפילו די טיטל פונעם פעטער אויך
דאס הייסט נישט מכבד געווען

די זעלבע אבער אויף א טראפ איידעלער וועג איז מיט ראש ישיבת תולדות אהרן, דארט איז אבער אביסעל בעסער ער שטייט נאכאלץ עפעס העכער פון זיינע נעפיוס

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 1:00 pm
דורך טירן
דער עקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:02 pm לענ"ד, די ויזניצע רבי'ס ר' ישראל (ביידע, פון ב"ב און פון מאנסי) רייסן פון זיך.

זיי ארבעטן אויף זייערע מידות. זיי זענען מוותר פאר ברודערס/אנדערע רבי'ס. זיי פארגינען א צווייטן. דאס הייסט געריסן פון זיך!!
איך בין סתם נייגעריג ר' ישראל פון ב"ב וואס פונקטליך האט ער פארגינען זיין ברודער איך מיין ר' ישראל האט אלעס באקומען אין קיין רויטע צענט נישט געגעבן פאר זיין ברודער.

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 1:12 pm
דורך היימלינד
טירן האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:00 pm
דער עקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:02 pm לענ"ד, די ויזניצע רבי'ס ר' ישראל (ביידע, פון ב"ב און פון מאנסי) רייסן פון זיך.

זיי ארבעטן אויף זייערע מידות. זיי זענען מוותר פאר ברודערס/אנדערע רבי'ס. זיי פארגינען א צווייטן. דאס הייסט געריסן פון זיך!!
איך בין סתם נייגעריג ר' ישראל פון ב"ב וואס פונקטליך האט ער פארגינען זיין ברודער איך מיין ר' ישראל האט אלעס באקומען אין קיין רויטע צענט נישט געגעבן פאר זיין ברודער.
יא אין ניין
ער האט טאקע אלעס באקומען און לעצטענס האט זיין ברודער זיך אויפגעטעלט וויינען איבער דעם
מאידך גיסא דאס אז ער פירט א הויף מיט די זעלבע נאמען בשכינות פון אחיו הגדול ואין פוצה פה ומצפצף איז יא א חידוש ווייל בזמן הפטירה האט געהייסען אז עפ"י די צוואה [קראנט צו נישט איז נישט קיין גרויסע נפק"מ למעשה] דארף ער גיין קיין חו"ל אדער לכה"פ אן אנדערע שטאט, די ברודער האט אבער פארשטאנען אז ער האט זיך שוין געהאלטען אינמיטען בויען אין ב"ב, ביהמ"ד וישיבה, וועט עס זיין זייער שווער זיך צו אויפהייבען אין גיין.

והשנית, די וועלט האט געווארט אויף א ערענסטע מחלוקה ווי א אלע ווייטאג מכל השנים סיי פון די משפחה און סיי פון די חסידים וועט איבער רינען, למעשה האט רבי ישראל אויסגעשטרעקט זיין האנט פאר שלום און איז שטארק געשטאנען אז עס זאלען נישט פארקומען קיינע רודערייען.
פאר רמ"מ קומט זיך אפשר אויך קרעדיט אז ער האט אנגענומען די האנט, אדער האט ער נישט געהאט קיין בעסערע אפציע...

Re: וועלכער רבי "רייסט פון זיך"?

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2024 1:15 pm
דורך דער עקס
טירן האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:00 pm
דער עקס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 6:02 pm לענ"ד, די ויזניצע רבי'ס ר' ישראל (ביידע, פון ב"ב און פון מאנסי) רייסן פון זיך.

זיי ארבעטן אויף זייערע מידות. זיי זענען מוותר פאר ברודערס/אנדערע רבי'ס. זיי פארגינען א צווייטן. דאס הייסט געריסן פון זיך!!
איך בין סתם נייגעריג ר' ישראל פון ב"ב וואס פונקטליך האט ער פארגינען זיין ברודער איך מיין ר' ישראל האט אלעס באקומען אין קיין רויטע צענט נישט געגעבן פאר זיין ברודער.

איך בין נישט קיין ויזניצער, און איך קען נישט אלע פרטים, אבער םון די ביסל וואס איך זעה/הער, קוקט מיר אויס אז ער וועט אסאך ענדערש מוותר זיין ווי זיך קריגן. נישט נאר מיט זיין ברודער, נאר אויך מיט אנדערע ויזניצע רבי'ס.