בלאט 3 פון 3

Re: ווער איז דיין פעוואריט מוזיקאלישע ארטיסט?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 4:46 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
moody האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 3:46 pm איך פלאץ פון קנאה!
ווען איך זעה ווי חברה וואס באזיצען אזויפיל תורה וחכמה, ווי האבען זיי צייט פאר מוזיק? צו קענען אויסוועלן די בעסטע ארטיסט דארף מען דאך אוועקגעבן שעות ע"ג שעות פאר דעם.

נאכן בלעטל גמרא, אביסל פרנסה ברעגן, צייט פאר די משפחה בלייבט קוים עפעס צייט פאר א ביכל צו עפענען,

די זעלבע מחשבות האב איך ווען זעה די מאווי אשכולות, ווי נעמט מען די צייט צו וואטשן נאכדעצו א גאנצע מומחה צו ווערן
איינער מיט אן איידיע?
ס׳דא וואס הערן אין קאר אויפ׳ן וועג צו די ארבעט (אדער מיט עירפונס אויב זיי נעמען די סאבוועי אדער די באס)
מאוויס - איז דא וואס רוען זיך אפ אמאל נאך א לאנגע טאג ארבעט און וואטשן ביינאכט פאר׳ן שלאפן, אדער זונטאג אויב מ׳האט א טאג off

(כ׳געהערט פון אזעלכע וואס גייען מיט די שיטה אז ניצן א phone שבת גייט נישט אריין אין די מלאכה פון מבעיר און זיי וואטשן נאך די סעודה מיט די ווייב, אנדערע וואס האבן מורא פון זייערע בני בית שפּאַרן זיך איין שבת אין ביהכ״ס צו וואטשן א מאווי, אויב זיי זענען lucky & האבן א פרייוועט ספרים צומער אדער ארבעט-צומער קענען זיי עס טון אויף א מער באקוועמע בענקל…)

Re: ווער איז דיין פעוואריט מוזיקאלישע ארטיסט?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2024 4:47 pm
דורך [NAMELESS]
זיי נישט אזוי "מודי"
מ'קען הערען מוזיק אויף'ן ראדיא ביי די ארבייט

Re: ווער איז דיין פעוואריט מוזיקאלישע ארטיסט?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 11:56 am
דורך א גוט יאר
אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 4:46 pm (כ׳געהערט פון אזעלכע וואס גייען מיט די שיטה אז ניצן א phone שבת גייט נישט אריין אין די מלאכה פון מבעיר און זיי וואטשן נאך די סעודה מיט די ווייב, אנדערע וואס האבן מורא פון זייערע בני בית שפּאַרן זיך איין שבת אין ביהכ״ס צו וואטשן א מאווי, אויב זיי זענען lucky & האבן א פרייוועט ספרים צומער אדער ארבעט-צומער קענען זיי עס טון אויף א מער באקוועמע בענקל…)
איך בין טאקע נייגעריג וועגן דעם,
איז דא א גרויסע פראצענט וואס גייען מיט די שיטה?
און, ביי זיי איז עס א לכתחילה, אדער באין ברירה?

Re: ווער איז דיין פעוואריט מוזיקאלישע ארטיסט?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2024 12:04 pm
דורך מנחם מנדל
moody האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 3:46 pm איך פלאץ פון קנאה!
ווען איך זעה ווי חברה וואס באזיצען אזויפיל תורה וחכמה, ווי האבען זיי צייט פאר מוזיק? צו קענען אויסוועלן די בעסטע ארטיסט דארף מען דאך אוועקגעבן שעות ע"ג שעות פאר דעם.

נאכן בלעטל גמרא, אביסל פרנסה ברעגן, צייט פאר די משפחה בלייבט קוים עפעס צייט פאר א ביכל צו עפענען,

די זעלבע מחשבות האב איך ווען זעה די מאווי אשכולות, ווי נעמט מען די צייט צו וואטשן נאכדעצו א גאנצע מומחה צו ווערן
איינער מיט אן איידיע?

איך וואונדער זיך די זעלבע ווען איך זעה די אלע חעוורע אין די צימעס סטיל אשכולות, ווי זיי זענען אויסגעקאכט אין אלע רעבישע קרעפ, פונקטליך ווילאנג די הכנות פין די קרעטשניפער פין טשיקאגא האט גענומען יענעם טאג, אין וואס דער האצענפלאצער האט יא אדער נישט געזאגט פאר זיין שוואגער, אין וואס יענע רבי האט יא אדער נישט געשריבן אין זיין צוואה..

איי מיען נאכן שווערע טאג ארבעט, אין די פאר גוטע טרעקס מוזיק צו בארואיגן די נשמה, אין א געשמאקע מאווי צו געבן עפעס צו עסן פארן גייסט, ווי נעמט מען די צייט צו מיטהאלטן אזויפיל רעבישע שטותים, אין נאך ווערן א גאנצע מומחה דערויף, איינער מיט א איידיע?