בלאט 3 פון 7
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 12:22 pm
דורך אייזיק שפירא
בעל דרשן האט געשריבן: ↑
עס לאזט זיך זאגן אז עס וועט זיין א שלום אין די קהלה און מיט אלע ברודער'ס הרבנים שליט"א.
די חילוק פון די ביאלא צוואה מיט די סאדיגורה צוואה איז עטליכע חילוקים, דא אין ביאלא איז עס -ווי מען הערט- געווען איבערגעשמועסט מיט אלע קינדער בעפאר, און אלע האבן מסכים געווען, און בכלל איז עס א ווארימע צוואה ווי ער ברענגט ארויס אז אלע קינדער זענען באליבט און חשוב און די סיבה פון די החלטה.
ביי סאדיגורה (אויב איז די צוואה אמת האט עס די רבי ז"ל נישט איבערגעשמועסט מיט די קינדער און מיט די רעבעצין, ער האט זיי אלע דערלאנגט א שטויס, זיך נישט גערעכנט קיין פינטעלע מיט זייער געפילן, א זאך וואס איז גאר שווער צו פארשטיין ווי אזוי א טאטע קען דאס טוהן צו זיינע קינדער וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אים אלע יארן ובפרט אין זיינע קראנקע זמנים.
אין ביאלא איז דער זון פון די צוואה געווען אקטיוו אין די קהלה, צוגעהאלפן דעם מבשר טוב ז"ל מיט די הנהגה, געווען די ראש ישיבה וכדומה וואס יעדער האט פארשטאנען אז ער איז פאסיג פאר די פאזיצע, משא"כ די בכור וואס לעבט זיך אין די מרחקים אין מאנטשעסטער, און פירט א שיינע קהילה דארט, איז ניטאמאל נייגעריג אין די רעביסטעווע.
אין סאדיגורא האט מען נישט געשריבן די זון - נאך א בכור - וועלכע איז אלע יארן געשטאנען לימין די עקבי אבירים ובנו דער רבי ז"ל, און האט זיך אוועקגעגעבן זיין לעבן פאר כבוד סאדיגורה, די שיינע שול וכדומה אלעס איז אים צו פארדאנקען, געווען די ידו אריכתא פון זיידן אלע יארן, און מען האט אים געגעבן א שטויס וואס ער פארדינט זיך נישט, און עס געגעבן פאר א קלענערע ברודער'ל וואס האט קוים אנגעפאנגען צו כאפן פון וועלכע דינאסטיע סאדיגורה קומט, ופלא גדול הוא!
אינטערעסאנט וואס די פסקי תשובות קומט דא אריין, א טאטע איז בארעכטיגט צו שרייבן וועגן זיינע קינדער, אבער א פלימעניק מעג שוין אויך נישט ווערן א רבי אויף א צווייטע נאמען?!
זייער שיין געשריבן
איין הערה, לויט ווי איך געדענק האט מען געשמועסט אז די מאמע האט יא געוויסט פון די צוואה, נאר זי האט נאכאלץ נישט מסכים געווען (נאך בחייו)
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 12:31 pm
דורך בעל דרשן
אויב האט די רעבעצין געוויסט בחייו און נאכאלס נישט מסכים געווען, איז ווייטער געשריבן א צוואה אן געפיל און אן זיך רעכענען מיט די משפחה
דא אין ביאלא זעהט מען אז ער רעכנט זיך זייער מיט די געפילען פון אלע קינדער און ער האט טאקע וועגן דעם אינאיינעם אויסגעשמועסט מיט זיי.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 12:35 pm
דורך היימלינד
אייזיק שפירא האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 12:20 pm
בעל דרשן האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 10:52 am
און וועלכע שול זאל ער ווייטער דאווענען ווער קען אויסקלארן
חוץ די גרויסע ביאלא שול אויף יעקובזאן איז דא נאך א קליינע ביאילא שול אויף אמרכלים (זכרון משה געגענט)
וואס האט אויך באלאנגט פארן רבי'ן זצ''ל
די שול איז עלטער ווי די גרויסע שול
(אויב געדענק איך גוט, זענען די מתפללים דארט געווען אנגעווייטאגט אויף די חלקת יהושע, אויב איינער קען אויסקלארן)
די חלקת יהושע ביהמ"ד איז געווען אויך אין יענע געגנט, דאכט זיך מיר רחוב יוסף בן מתתיהו, איז עס נאך אקטיוו ?
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 1:17 pm
דורך אוהב ספרים
קיינער איז נישט געווען אנגעווייטאגט אויף דעם חלקת יהושע, נאר אויף די רעביצען, זי האט ליב געהאט צומישען א קאשע.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 1:21 pm
דורך אוהב ספרים
כספי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 11:09 am
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 6:31 am
צו גלייכען די קהלה אין לוגאנא, וואס יארען איז שוין געווען קוים מנין, צו די קהלה פון ר' לייבוש איז מאנטשעסטר איז ממש מגוחך.
אין לוגאנא איז נישט געווען קיין ליטווישע קהלה משא"כ אין מאנטשעסטער.
מ'האט נישט גערעדט וועגן די קהילות, דו האסט געזאגט אז ער איז ליטוויש געשטימט, אבער דער רבי אליינס איז אויך געווען ליטוויש געשטימט.
בכלל, וואס איז ער געווען אין לוגאנא, רב פון א ביאלא ביהמ"ד אדער פון די שטאטישע קהילה? די שטאטישע קהילה איז מיינעך יא מייסטנס ליטוויש.
ער איז געווען שטאט רב אין לוגאנא. [נישט געווען קיין ליטאים אין לוגאנא לידיעתי, אשכנזים און חסידים].
אם זכרוני אינו בכזיב איז ער אהין געגאנגען בתשל"ט על מקומו של הרה"ג ר' שלמה זלמן פריעדמאן שעלה בסוף ימיו לארץ הקודש.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 1:35 pm
דורך היימלינד
זכרונך אינו בכזיב, ביז דעמאלס איז ער געווען אין די געיטסהיד כולל
בשנות תשכ"ז-תשל"ז בערך איז ער געווען דער ר"י בישב"ק ביאלא בירושלים עיה"ק און געווען אהין און צוריק פון חו"ל קיין אר"י
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 3:02 pm
דורך מיסטעריע
נחום הסופר האט געשריבן: ↑
אייזיק שפירא האט געשריבן: ↑
ווי איינער שרייבט פריער, האט ער ביים איבערנעמען געהאט די שטיצע פון די ברודערס נאר שפעטער האבן זיי חרטה געהאט און געגאנגען אין די''ת.
וואס האסטו געוואלט, אז נאכן איבערנעמען זאל ער אלעס אויפגעבן?
ווער הייסט אויפגעבן? אבער פון אויפגעבן ביז אנהאלטן א רוגזה יארן לאנג איז פאלג מיך א גאנג.
די מציאות איז געווען אז מ'איז געווען צוקריגט, אבער וועמענס שולד ס'איז געווען דאס ווייס איך נישט, דארף מען פרעגן ביאלער חסידים.
א עכטע רוגזא איז לאנג אויסגעוועפט, והא ראי' די סערעטער רבי ר' יענקל האט זיך משדך געווען מיט איהם, בשעת ער אליין איז א איידעם ביי לוגאנו'ס עלסטע ברודער.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 3:02 pm
דורך דברי שלום
די רבי בעל המבשר טוב זצ"ל איז געווען גאר א גרויסע פארלוסט פאר'ן עולם האדמורים - זייענדיג א רבי א גאר גרויסע תלמיד חכם
פון וועלכע עס איז דא ווייניג היינט ליידער....
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 4:43 pm
דורך היימלינד
מיסטעריע האט געשריבן: ↑
א עכטע רוגזא איז לאנג אויסגעוועפט, והא ראי' די סערעטער רבי ר' יענקל האט זיך משדך געווען מיט איהם, בשעת ער אליין איז א איידעם ביי לוגאנו'ס עלסטע ברודער.
יש לדון על זה, ער האט זיי פארפאקט
זיינע שוואגערס זענען נישט געווען ביים לוויה, און האבן במשך השנים קיינמאל קיין שייכות נישט געהאט
אינטרעסאנט צו וויסן וועגען די חתונה, צו זיינע שוואגערס זענען געקומען.
אגב נישט די עלטסטע
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 5:17 pm
דורך נחום הסופר
כ'האב געטראפן ווי שאולזאן איז דן איבער די חתונה, אבער ער דערציילט נישט וואס איז געבליבן למעשה:
יום רביעי, 9 בספטמבר 2020
הסרחון מאחורי דחיית חתונת ביאלה לוגנו, קופישניץ, - סערט ויזניץ, ביאלה ב"ב - אלו תנאים הציב הביאלער לוגנו?
מאת ביאלער
לכבוד הרב העומד על משמרתו להעמיד את הציבור החרדי על דרך ה', ה"ה רבי חיים שאולזון שליט"א
*שמחת בית סערט ויזניץ (ביאלה ב"ב) - ביאלה לוגאנו*
היום מתקיימת לה בחיפה חתונת נכדת האדמו"ר מסערט שהיא נינת האדמו"ר בעל ה"להבת דוד" מביאלה בני ברק
רבות דובר באתרים השונים על כך שזה פשע לדחות את החתונה ומסכנים החתן והכלה...
אבל אני בתוכי יודע כל האמת העומד מאחורי סיפור דחיית החתונה מספר פעמים, וזה פשוט מפחיד שהדברים האלו עדיין קיימים בתוכינו...
עד לרגע זה לא רציתי לכתוב מילה אודות נושא מחפיר זה בשל יודעי שאנשי הרשע גם היו מסוגלים לבטל את השידוך אם זה היה יוצא החוצה קודם
כידוע לאחר פטירת הרה"ק החלקת יוהשע מביאלה התעורר מחלוקת קשה בין הבנים אשר השתיקה יפה להם (מי כמוך זוכר את הדברים) אך מאז ועד היום קמה וצמחה לה חסידות ביאלה לבית לוגאנו ונהיית חסידות מכובדת (מספרית), ואפי' אם ניקח את כל חסידויות ביאלה האחרות כולל הרביס' שלהם לא נגיע ל50 אחוז מחסידות ביאלה ליגינער,
ועכשיו נחזור לחתונה הגדולה
מטבע הדברים האדמו"ר מסערט ויז'ניץ מאוד רצה שגיסיו ובני משפחתו מביאלה ב"ב, לענטשענע, אוסטרובא, שידלובצע, ישתתפו בחתונה
א' בגלל שהוא היה צריך אישור והכשר לשידוך כזה שפוגע בחמיו הק'.
ב' הוא רצה שלפחות המשפחה מצד רבינוביץ השתתפו בחתונה.
אבל כל זה נפל על אוזניים אטומות של אנשי רשע מביאלה ליגינער ששייכים לעולם אחר שהודיעו שאין חתונה עד שאין התחייבות או ששום אדמו"ר לבית ביאלה חוץ מביאלה לוגנו לא משתתף בחתונה או לחילופין כל אדמו"ר מבית ביאלה שרוצה לבא לחתונה צריך לחתום ולהתחייב לביאלה לוגנו כי הוא מחליף את שם החסידות שלו...
וזה הסיבה האמיתית לדחיות חוזרות ונישנות של החתונה...
יראה הציבור וישפוט....
ומכאן אני רוצה להפנות מספר שאלות לחצר חסידות ביאלה לוגנו
1) אם אתם עדיין שקועים במחלוקת הטפשית הזאת מה בכלל הלכתם לעשות שידוך שכזה ?
2) מאיפה הרשעות לאסור על בני משפחה להשתתף בשמחה ובכך לפרק משפחות נגד רצונם ?
3) מאיפה שאבתם את הרשע לתת לכלה וחתן לשבת למעלה מחצי שנה ולבכות על חתונתם שנדחית בגלל חולי כבוד וצומי ?
ולסיומת אני אומר לחסידות ביאלא לוגנו כי היית לכם הזדמנות לצאת גדולים אבל ניצלתם את זה כדי לצאת קטנים
*בכל אופן מזל טוב
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 5:21 pm
דורך היימלינד
איך געדענק די שידוך און חתונה אבער איך ווייס נישט וואס איז געווען למעשה כדלעיל
אגב נישט אלעס וואס שאולזון שרייבט איז מען מחיוב צו גלייבען... [נישט דווקא ביי די נושא נאר בכלל]
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 5:24 pm
דורך שווארצע אדיסי
קען איינער אנהייבן פון אנפאנג אהן? איך בין זייער צעמישט.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 5:32 pm
דורך נאך א מיינונג
להעיר, אז הרב לייביש ראבינאוויטש, בנו בכורו פון דער יעצט-אוועק רבי, איז אן איידעם ביי הרב אליה שטרנבוך פון אנטוורפן, וואס איז אן איידעם געווען ביים סערעטער רבי זצ"ל.
חכמתו של שאולזון ווייס איך נישט.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 5:34 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
שאולזון א ערשט קלאסיגע בלאפער...
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 6:05 pm
דורך נאוואמינסקער
בעל דרשן האט געשריבן: ↑
עס לאזט זיך זאגן אז עס וועט זיין א שלום אין די קהלה און מיט אלע ברודער'ס הרבנים שליט"א.
די חילוק פון די ביאלא צוואה מיט די סאדיגורה צוואה איז עטליכע חילוקים, דא אין ביאלא איז עס -ווי מען הערט- געווען איבערגעשמועסט מיט אלע קינדער בעפאר, און אלע האבן מסכים געווען, און בכלל איז עס א ווארימע צוואה ווי ער ברענגט ארויס אז אלע קינדער זענען באליבט און חשוב און די סיבה פון די החלטה.
ביי סאדיגורה (אויב איז די צוואה אמת האט עס די רבי ז"ל נישט איבערגעשמועסט מיט די קינדער און מיט די רעבעצין, ער האט זיי אלע דערלאנגט א שטויס, זיך נישט גערעכנט קיין פינטעלע מיט זייער געפילן, א זאך וואס איז גאר שווער צו פארשטיין ווי אזוי א טאטע קען דאס טוהן צו זיינע קינדער וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אים אלע יארן ובפרט אין זיינע קראנקע זמנים.
אין ביאלא איז דער זון פון די צוואה געווען אקטיוו אין די קהלה, צוגעהאלפן דעם מבשר טוב ז"ל מיט די הנהגה, געווען די ראש ישיבה וכדומה וואס יעדער האט פארשטאנען אז ער איז פאסיג פאר די פאזיצע, משא"כ די בכור וואס לעבט זיך אין די מרחקים אין מאנטשעסטער, און פירט א שיינע קהילה דארט, איז ניטאמאל נייגעריג אין די רעביסטעווע.
אין סאדיגורא האט מען נישט געשריבן די זון - נאך א בכור - וועלכע איז אלע יארן געשטאנען לימין די עקבי אבירים ובנו דער רבי ז"ל, און האט זיך אוועקגעגעבן זיין לעבן פאר כבוד סאדיגורה, די שיינע שול וכדומה אלעס איז אים צו פארדאנקען, געווען די ידו אריכתא פון זיידן אלע יארן, און מען האט אים געגעבן א שטויס וואס ער פארדינט זיך נישט, און עס געגעבן פאר א קלענערע ברודער'ל וואס האט קוים אנגעפאנגען צו כאפן פון וועלכע דינאסטיע סאדיגורה קומט, ופלא גדול הוא!
אין סאדיגורה האט די רעביצן געוואוסט. זי האט גערעדט מיט דעם טוען, און געגאנגען מיט'ן רבי'ן צו די איזראעלישער געריכט אויכעט. אויב איינער קען איהר, וועט פארשטיין אז עס איז געווען אזוי. זי האט געטוישט נאכן מאן'ס פטירה, וועגן די שלעגעריי פון די קינדער.
דער רבי האט יא באדאנקט זיין זון וואס איז אים געשטאנען צו די האנט ווען ער איז געווען קראנק, און געזאגט ער זאל זיין רב אין ירושלים. דער רבי האט איהם געווארנט כמה פעמים וועגן די רבי'סטעווע.
ירושה שלעגערייען קומען פאר יעדע טאג ליידער.
און אגב די פעלדמאן משפחה האט אסאך געלט און קאנעקשנס אז זי קען אנפייפן א חשוב'ע בית דין.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 7:42 pm
דורך פאלאצ'ינטא
נו, ב. ד. ה. ער האט געשריבן א צוואה. פונקט אזוי ווי אסאך רבנים פאר איהם. זייער שיין.
אבער לאמיר זעהן ווי לאנג עס גייט נעמען ביז די אנדערע קינדער וועלען איינזעהן אז זיי זענען אויך רעבנים... פונקט אזוי ווי עס געשעהנט ביי אלע אנדערע.
עס גייט געשעהן די שאלה איז נאר ווען. פונקט אזוי ווי ביי די ביאלה רבי ז"ל אליין. מען האט געמאכט א גורל און ער האט געווינען ביז די אנדערע האבען איינגעזעהן אז ס'איז בעסער צו גיין אין די רבי ביזנעס אליין פון ווי צו גיין צום אינגערער ברודער
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 8:08 pm
דורך מיסטעריע
דער פראבלעם איז, אז דא לאזט ער נישט זיינע קינדער ווערן אנדערע רבי'ס אדער רבנים, נישט נאר ביאלא, נאר אפילו אויב זיי ווילן זיך רופן מיט אנדערע נעמען טארן זיי נישט
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 8:17 pm
דורך מיין ברודער
אפשר קענען זיי ווערן משפיעים?
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 9:11 pm
דורך סביב העולם
ס'איז געווען א גוטזאגער וואס פלעגט זאגן "מ'וואלט באדארפט הרג'נען אלע רבי'ס, און לאזן לעבן דעם ****** נאר אז יעדער זאל וויסן פארוואס מ'האט גע'הרג'ט די אנדערע".
איך ציטער צו זאגן א ווארט, נישט צו זיין א מספר אחרי מיטתם של תלמידי חכמים, ווייל די געשיכטע הייבט ברעמען אויף אסאך גרויסע אידן שוכני עפר, אבער די טשעין אוו איווענטס זאגט אונז אז אויב האבן מיר געמיינט אז מ'האט אויסגעפיגערט צו עוואוידן מחלוקת ביי רבי'שע הויפן, קענען מיר זיין זיכער אז דיס עינט העפענינ' עניטיים סאאן. ווילאנג ס'איז דא רבי'ס, העט זיין מחלוקת, און קיינער לערנט זיך נישט פון אנדערע רבי'ס מיסטעיקס. איי געס דאס איז וואס ברויך זיין בעולם השפל
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 11:08 pm
דורך אברהם שנית מן השמים
משפחת פשיסחא איז נישט אנעוייטיגט אויף לוגאנו אפילו ער איז געווען די עלטסטע וייל זייער טאטע און אזוי אויך די רמ״א רבי זענען געווען ארבעטארערס ( נישט אוועק נעמענדיג קיין האר פון זייער יראת שמים ) משא״כ הרה״ק רבי דוד אעז געווען אפייערדיגער עובד השם דוגמת די חלקת יהושע נאר היות די חסידים האבן שוין נישט געהאט קיין כח צו אזא סארט רביסטעווע וואס איז און הימל אהן קיין שום פארקטישקייט בגשמיות האבן זיי אויסגעוועלט דעם לוגאנו וואס אעז געווען א גאון און א ירא שמים אבער מעהר בעלבעתיש געשטעלט
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 2:06 am
דורך אמאהלגעקעננט
בעל דרשן האט געשריבן: ↑
ביי סאדיגורה (אויב איז די צוואה אמת האט עס די רבי ז"ל נישט איבערגעשמועסט מיט די קינדער און מיט די רעבעצין, ער האט זיי אלע דערלאנגט א שטויס, זיך נישט גערעכנט קיין פינטעלע מיט זייער געפילן, א זאך וואס איז גאר שווער צו פארשטיין ווי אזוי א טאטע קען דאס טוהן צו זיינע קינדער וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אים אלע יארן ובפרט אין זיינע קראנקע זמנים.
װי קומט ארײן א רביצין אדער די געפילן פון בני משפחה אין בילד װען ס'קומט צו א שאלה פון די רוחניות פון די חסידים?
דער זעלבער רבי װאס האט זיך געזארגט פאר זײנע חסידים בחײו װיל זײער תועלת לאחמוע"ש.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 3:29 am
דורך Chasidishmashpia
נחום הסופר האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 10:28 am
בן ישי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 14, 2024 9:24 am
ביאלא לאנדאן איז א נעפיו? ווען האט ער אנגעפאנגען אין לאנדאן? און די פעטער האט עם געלאזט?
כ'מיין אז ביאלא לאנדאן איז יארן געווען דער רב, אדער שיינער איד, אינעם פעטער'ס ביהמ"ד אין לאנדאן, ביז ער האט געמאכט שבת פאר זיך (אן דארפן שנארען פאר דעם, אלס איידעם פון הנגיד לעוו)
זיך טאקע צוקריגט מיטן פעטער וווען ער האט געפנט אליינס.
Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2024 3:30 am
דורך Chasidishmashpia
א מאדנע זאך צו שרייבן אין די צוואה צו די נייע רבי אז ער זאל דאווענען שנעל.
איינער קען דאס מסביר זיין?