בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 5:59 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:כאפט א בליק אויף דעם לאנגן שטיקל ביאור הלכה, 'מבחודש השלישי, עיין משנה ברורה ואבאר קצת'.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 98&hilite=

דערנאך קוקט דא, שו"ע הרב, פון סעיף ח' און ווייטער.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=459

[לחומר הענין מוז איך צולייגן אז א ת"ח האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט אסאך ראיות אז ידי זרים האבן שולט געווען אינעם מ"ב].

ונבנתה: ייש"כ. איך האב שוין באמערקט אט די מאדנע פליאה ווייל אין ביהמ"ד קוק איך אפט אריין סיי אין משנה ברורה-באר היטב, און סיי אין שולחן ערוך הרב. ס'דא נאך פלעצער וואו ס'דא א שטארקע ענליכקייט, כמעט ככתבו וכלשונו. נאר דער בעל משנה ברורה, ברענגט אין שער הציון כמעט איבעראל צו חידושים בשם הגר"ז. און אינז ווייסן וועים ער מיינט. דעם בעל התניא..!

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:18 am
דורך מיימון
איך האב שוין לאנג באמערקט אז אין דברי יואל סוף פרשת אמור איז דא א הערליכע תורה אויף די הפטורה אין יחזקאל נבילה וטריפה לא יאכלו הכוהנים וואס די גמרא זאגט פרשה זו אליהו עתיד לדורשה, די תורה איז אויף דף רע''ב ביז בערך רע''ד-ה, די תורה איז מלה במלה פון חתם סופר סוף פרשת אמור מיט איין חילוק אז דער חת''ס שרייבט דאס אין א האלבן עמוד כדרכו, און די דברי יואל שרייבער'ס ציען דאס אויס איבער 5 עמודים, למעשה האב איך געזען אז עס שטייט טאקע צוגעשריבן פון אונטן ''ועיין בעניין זה בחת''ס וכו'', אבער למעשה פיל איך נאך אלץ אז דאס איז ווייט פון גענוג אין די צייט וואס עס איז קלאר אז סאטמאר רבי האט דאס גענומען פון חת''ס (ער פלעגט אריינקוקן אסאך אין תורת משה, אין חת''ס עה''ת ווייניגער), א לימוד זכות קען אבער זיין אז די תורה שרייבער'ס האבן נישט געהערט אז ער זאגט עס נאך פון חת''ס און האבן געמיינט עס איז אייגנס (די בעלזער זאגן גאר אזאנס אויפ'ן חת''ס אז אפאר פון זיינע שיינע תורות זענען גאר פונעם בעלזער רב וואס דער חת''ס האט פארשריבן און די מעתיקים האבן געמיינט עס איז זיינס, איך גלייב דאס אבער נישט והמוציא מחבירו עליו הראיה) , אדער קען זיין דער זיכרון איז א גנב כידוע.

די תורה קען מען דערקענען אז עס איז נישט אייגנס, סאטמאר רבי האט טאקע געזאגט שיינע דרושים אבער עפ''י רוב איז דער עיקר חידוש נאר מיט'ן פארענטפערן די מדרשים, דער עצם חידוש איז רוב מאל נישט אזא בליץ, ביים חת''ס איז אלעמאל דא א אריגינעלן געדאנק וואס ארום דעם בויט זיך דער דרוש, ביים סאטמאר רבי איז עס עפ''י רוב דער זעלבער געדאנק וואס לויפט דורך אלע תורות, און אסאך פון די שיינע תורות זענען טאקע גענאשט פון אנדערע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:58 am
דורך אחד העם
מיימון האט געשריבן:איך האב שוין לאנג באמערקט אז אין דברי יואל סוף פרשת אמור איז דא א הערליכע תורה אויף די הפטורה אין יחזקאל נבילה וטריפה לא יאכלו הכוהנים וואס די גמרא זאגט פרשה זו אליהו עתיד לדורשה, די תורה איז אויף דף רע''ב ביז בערך רע''ד-ה, די תורה איז מלה במלה פון חתם סופר סוף פרשת אמור מיט איין חילוק אז דער חת''ס שרייבט דאס אין א האלבן עמוד כדרכו, און די דברי יואל שרייבער'ס ציען דאס אויס איבער 5 עמודים, למעשה האב איך געזען אז עס שטייט טאקע צוגעשריבן פון אונטן ''ועיין בעניין זה בחת''ס וכו'', אבער למעשה פיל איך נאך אלץ אז דאס איז ווייט פון גענוג אין די צייט וואס עס איז קלאר אז סאטמאר רבי האט דאס גענומען פון חת''ס (ער פלעגט אריינקוקן אסאך אין תורת משה, אין חת''ס עה''ת ווייניגער), א לימוד זכות קען אבער זיין אז די תורה שרייבער'ס האבן נישט געהערט אז ער זאגט עס נאך פון חת''ס און האבן געמיינט עס איז אייגנס (די בעלזער זאגן גאר אזאנס אויפ'ן חת''ס אז אפאר פון זיינע שיינע תורות זענען גאר פונעם בעלזער רב וואס דער חת''ס האט פארשריבן און די מעתיקים האבן געמיינט עס איז זיינס, איך גלייב דאס אבער נישט והמוציא מחבירו עליו הראיה)

איך פארשטיי נישט.
סאטמאר רב האט געהאט א גרעסערע חוש אין פלאגיאריזם ווי דער חת"ס?
מהיכי?
סקען אז זיי זענען ביידע געווען געשולט אין פלאגיאריזם.
סקען זיין אז זיי האבען ביידע נישט געהאט קיין שייכות מיט פלאגיאריזם.
סקען זיין איינער יא און איינער נישט.
קען גאר זיין אז פלאגיאריזם איז א אונגערישע מידה...
כמיין פלאגיאריזם איז פונקט אזוי וועלקאם ביים חת"ס ווי ביים סאאמערן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 2:05 am
דורך מיימון
דער חת''ס איז באקאנט אלס א געוואלדיגער מחדש, יעדע שטיקל איז פול מיט אריגינעלע געדאנקען און בייפאלן וואס מ'קען דערויף בויען א גאנצן שמועס, און דאס איז דער סוד פארוואס דער חת''ס איז אזוי פאפולער צווישן דרשנים און מגידים, דער בעלזער רב האט טאקע געזאגט שיינע תורות אבער נישט קיין סאך פון זיי זענען באקאנט, צו זאגן א געוויסע תורות זענען פון בעלזער רב אן קיין שום ראיה איז נישט מער ווי בלויז חסידישע מעשיות כדרך החסידים מאז ומעולם, סאטמאר רבי ווידער האט נישט געזאגט תורות אויף דעם גאנג, און ווען מ'טרעפט דאס געדרוקט אין א ספר וואס ער האט זיכער געלערנט איז בהכרח אז ער האט דאס דארט געזען נאר דער זיכרון האט אים פארנארט ווי עס טרעפט זיך זייער אסאך מאל.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 2:09 am
דורך אחד העם
מיימון האט געשריבן:דער חת''ס איז באקאנט אלס א געוואלדיגער מחדש, יעדע שטיקל איז פול מיט אריגינעלע געדאנקען און בייפאלן וואס מ'קען דערויף בויען א גאנצן שמועס, און דאס איז דער סוד פארוואס דער חת''ס איז אזוי פאפולער צווישן דרשנים און מגידים, דער בעלזער רב האט טאקע געזאגט שיינע תורות אבער נישט קיין סאך פון זיי זענען באקאנט, צו זאגן א געוויסע תורות זענען פון בעלזער רב אן קיין שום ראיה איז נישט מער ווי בלויז חסידישע מעשיות כדרך החסידים מאז ומעולם, סאטמאר רבי ווידער האט נישט געזאגט תורות אויף דעם גאנג, און ווען מ'טרעפט דאס געדרוקט אין א ספר וואס ער האט זיכער געלערנט איז בהכרח אז ער האט דאס דארט געזען נאר דער זיכרון האט אים פארנארט ווי עס טרעפט זיך זייער אסאך מאל.

פאלט דיר נישט ביי אז דיין אמונה פשוטה אינעם חת"ס, איז אויך נישט עפעס מער ווי חסידישע מעשיות כדרך החסידים מאז ומעולם ולתמיד?

זיין כח החידוש איז נישט קיין דיירעקטע סתירה מיט פלאגיאריזם.

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 1:41 pm
דורך lazar
חתם סופר פרשת תזריע עמ' כט - בקיצור

2.JPG






דברי יואל מצורע עמ' תנז - באריכות

1.JPG

נשלח: זונטאג יולי 12, 2015 7:42 pm
דורך אחד העם
לוזר.
אויב האסטו ממש נישט קיין מנוחה פון דעם. קענסטו זיך בארואיגען און זאגען אז דער דברי יואל האט עס פלאגיאירט פינעם זעלבן פלאץ פון ווי דער חתם סופר האט...

בין איך ס'איינציגסטער וואס שונא'ט אוועק ס'נבזה'דיגער נערנות.
איך מיין, דאס מין נערנות, מען קען מיינען אז ער האט געטראפען אין דברי יואל שטיקלעך וואס ענדלען אין א שיר פון חיים נחמן ביאליק אז מען מוז זיך מכריח זיין און זאגען אז פלאגיאריזם הערשט. מען רעדט פון צוויי מענטשען ד"י און חת"ס וואס ביידע האבן געצילט צו טראכטען די זעלבע. דער ד"י האט געזעהן אינם חת"ס מרה דכולא נא אוודאי איז ער נשפע געווארן.
ווי שעפעריש קען מען שוין זיין ווען די זעלבע דוחק אין א מדרש איז שוין שווער פאר איבער צוויי הונדערט יאר.
בעצם איז ישמח משה ייטב לב/פנים, ערוגת הבושם פנים יפות חתם סופר דברי יואל זאגן אלע די זעלבע, נאר אויף אן אנדערע שפראך, און יעדער אויף זיין נוסח. אז מען טרעפט ענליכס איינער ביים צווייטען קען מען דן זיין אויב דאס קען ווערן פאררופען אלס פלאגיאריזם, סאיז דאך אלעס סייווי די זעלבע.
יעצט זאגטס איך האב עפעס מיט סאטמאר.
אהה, סתם שטיות, כברענג נאר ארויס, אז סאיז נעריש צו אנווייזען ענליכע געדאנקען ביי מענטשען וואס האבן זיך מתאמץ צו טראכטען די זעלבע.
און שוין פריער ערווענט, קיצעלט מיר א הנחה, אז אין די ווערק פון סאטמער איז מער מסתבר סזאל הערשן פלאגיאריזם, ווי אין די ווערק פון סופר.
גיי פיגער אויס דע אונגערישע חסידים.

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 11:41 am
דורך וכדומה..
כאחד העם ועוד,

ווילאנג סנישט ווארט ביי ווארט נאכגעשריבן האט מען נישט קיין רעכט צו באשולדיגען אין פלאגיריזם, די דברי יואל איז געלעגן אין חת"ס און סנישט קיין חידוש אויב זיין געדאנקען גאנג איז געלאפען אויף דעם מהלך.

און אפילו לאמיר זאגן די זכרון האט אים געגנבט, דאן איז ער נאכאלס נישט פארעכנט ווי א פאליגיסט

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 12:21 pm
דורך lazar
יעצט וועל איך ברענגן 2 אנדערע ספרים וואס איז לכל הדיעות דא דערין פלאגיאריזם.

1) 'מתוק מדבש' פון הרב דוד דוב בעריש מייזליש-גוטטער
2) 'ליקוטי רבי משה יעקב' פון הרב הסנדלר

וואס ביידע פון זיי האבן פשוטו כמשמעו גע'גנב'ט גאנצעטע תורות (טייל מאל ווארט ביי ווארט ממש און טייל מאל א טראפעלע ארומגעטוישט) פונעם ספר ילקוט האורים להרב קעללער.

איך קען ברענגען גאר אסאך דוגמאות אבער די צייט ערלויבט מיר נישט דערפאר לעת עתה, אבער טאמער דער עולם איז שטארק אינטערסירט וועל איך זיך מאכן צייט שפעטער נאכמיטאג.

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 12:56 pm
דורך berlbalaguleh
לאזאר: ייש"כ פאר ברענגען די אויפמערקזאמקייט פון עולם צו די פאלן פון פלאגיאריזם פון מחברי הספרים.
נאר ס'איז כדאי צו געדענקען א פאר כללים ווען מ'באמערקט ענליכקייטן אין די מאמרים און חידושים פון פארשידענע מחברים.
1) דער שפעטער'דיגער מחבר אדער מלקט ברענגט אראפ א מאמר פונ'ם פריער'דיגן אן א ציטאט (בשם אומרו). אבער ער נוצט נאר יענעם'ס חידוש כדי צו קומען צו אן אנדער'ן אויספיהר. (אן אייגענעם חידוש). ער איז טאקע נישט מקיים דעם מאמר חז"ל פון ..."האומר דבר בשם אומרו"...אבער דאס הייסט נאכנישט פלאגיאריזם.
2) דער שפעטער'דיגער מחבר אדער מלקט נוצט א פריער'דיגן מחבר'ס חידוש בדבר הלכה או אגדה כדי צו פארשטערקערן זיין אייגענע סברא. ער זאגט נאר נישט ארויס ווער דער אריגינאלער מחבר איז געווען. איז ער אויך נישט מקיים דעם מאמר חז"ל פון האומר דבר בשם אומרו וכו' אבער קיין גנב הייסט ער נאכנישט.
3) ווען א שפעטער'דיגער מחבר אדער מלקט פארקויפט א חידוש פון אן אנדער'ן מחבר אלס זיין אייגענער חידוש. און ער איז א מתפאר בטלית שאינו שלו. דער הייסט א גנב און א פלאגיאטאר. אזא איינעם דארף מען אראפרייסן און דיסקרעדיטירן בכל חומר הדין...!

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 1:28 pm
דורך lazar
ניין, ביידע סיי דער מתוק מדבש און סיי דער ליקוטי רמ"י נוצן די תורות צו זיין א "מתעטף ומתפאר בטלית שאינו שלו".

איך וועל שפעטער ברענגן דוגמאות.

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 6:35 pm
דורך וכדומה..
[tag]ונבנתה העיר[/tag] די שטיקעל וואס דו ברענגסט דא אנהייב אשכול, די ביאור הלכה וואס איז א שטיק שו"ע הרב איז מיר אויבן אויף געווען א גרויסע חידוש און סורפרייז.

מילא די סתירות אין הלכות שבת, נו אויף דעם ברענגסטו דאך צו פונעם זון וואס שרייבן אין די תולדות אז געוויסע שטיקלעך האט ער געשריבן, און סהאט זיך דורך געגליטשט דעם חפץ חיים'ס אויגן, מחמת בהילות צו גיין צום דרוק, איז עס געבליבן וויזוי דער זוהן האט געשריבן אנדערש פונעם טאטען, אבער אפענע גראבע פלאגיאריזם? וואס א חילוק ער צו די זוהן, איז עס זייער אומבאטעמט און געט א געוויסע ביליגע בליק אויפן גאנצע מ"ב.

בין איך דורך דעם שטיקעל, און געזען אז סנישט ממש אזוי געפערליך, די גאנצע שטיקעל וואס די שו"ע הרב שרייבט דארט אינעם ענין, די חילוקים פון טעם העליון און טעם התחתון, ווען מליינט וואס וכו' איז פשוטע הלכות פסוקות און סאיז ממש איבערגעטייטשט שטיקלעך מג"א און מחצה"ש, און איז זאכן וואס קיינער דינגט זיך נישט דערויף ביז ארויף צו די גמרא, און די שו"ע הרב צולייגט די גאנצע זאך מיט אן אריכות,

יעצט ווען די ביאור הלכה ברענגט דעם שטיקעל, איז טאקע אינטרעסאנט ווי א שיין חלק דערפון איז ווארט ביי ווארט, אבער ווען סקומט צו צולייגן הסברים און ווי אויך ביי די מנהגים פונקטלעך וויזוי מפירט זיך זאגט די מ"ב זיינע אייגענע זאכן אנדערש ווי די שו"ע הרב, און צום סוף פונעם ביאור הלכה פירט ער אויס "זהו תמצית דברי האחרונים" אז גארנישט איז נישט אייגנס,

יעצט צו שרייבן כך הוא דברי הגר"ז האט ער נישט געקענט,קודם ווייל אין געוויסע חלקים שרייבט ער אנדערע הסברים, און ווי אויך ווייל די שו"ע הרב אליינס איז דאס נישט מחדש אין טייטשט סך הכל אויס דעם ענין וויזוי שטייט שוין אין די פריערדיגע אחרונים, אבער סאיז דאך פארט נישט אייגנס, ממילא פירט ער אויס מיט דעם קלאסישן אויספיר "זהו תמצית דברי אחרונים", וואס איך מיין אז דערנאך האט דאס גארנישט מיט קיין פלאגיאריזם, און סאיז כבוד המ"ב במקומו מונח.

נשלח: מאנטאג יולי 13, 2015 7:56 pm
דורך berlbalaguleh
איך וויל נאר צו געבן א כלליות'דיגע באמערקונג. אז דער חפץ חיים אין שער הציון ברענגט כמעט אויף א יעדן בלאט וואו ער ציטירט פירושים, הסברים אדער פסקי הלכות פונ'ם שו"ע הרב, צייכנט ער אייביג צו..."הגר"ז" אדער שרייבט ער ארויס ..."הגאון ר' זלמן"...! פונקט ווי ער צייכנט אן די אנדערע פוסקים פון וואו ער האט גענומען די איבעריגע הלכות פסוקות. און צומאל שרייבט ער זיין אייגענע פסק הלכה...! און אין ביאור הלכה וואו ער ברענגט געוויינליך דעם גאנצן שקלא וטריא וויאזוי ער איז צוגעקומען צו דעם פסק הלכה מוז ער נישט אייביג ארויסזאגן דעם מקור פון וואו ער האט עס גענומען. ווייל ס'איז שוין אנגעצייכנט אין שער הציון...!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 8:20 pm
דורך [NAMELESS]
פריער האט זיך געטון איבער'ן משנה ברורה, וואס האט נאכקאפירט א שטיקל שו"ע הרב ככתבו וכלשונו. צו האט ער פלאגיאירט?

יעצט זע איך אז דער גאון אדיר בעל באר שבע, האט אין זיין ספר עה"ת 'צדה לדרך', נאכקאפירט א גאנץ שטיקל פונעם 'חינוך'. כדי איך זאל נישט זיין קיין פלאגיאריסט [כ'זאג גוט?...], ברענג איך בשם אומרו ווער ס'איז אויפגעקומען מיטן אנטדעקונג, והיא תעלומה.

אגב, דא זעט זיך ארויס אז דרך הראשונים איז געווען צו נעמען מכל הבא ביד אן געבן קרעדיט פארן מחבר הקדום.

Re: פלאגיאריזם אין ספרים

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 1:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך לערן לעצטענס מסכת נגעים מיט מיין אינגעל, און ווען מ׳איז אנגעקומען צו פרק יא, האבען מיר זיך מתקשה געווען מיט די מציאות פון טוויה און אריגה פון דער משנה. דער בילד אין דער מראות חיים משניות איז אונז נישט גענוג געווען, און מ׳האט געזוכט מער מסביר צו זיין דער ענין.

איך האב געשיקט אן אימייל צו הגאון ר׳ מאיר פוזנא (מח"ס אור מאיר ועוד ומומחה מפורסם במקוואות וכדו׳) וואס האט מיר גע׳ענטפערט אז זיין ברודער הרב משה אליעזר זצ"ל האט פון דעם געשריבען אין זיין חיבור אויף כלים. טוה איך דארט א קוק, און איך טרעף אט די בילד.

בילד

שוין, זייער פיין.

היינט צופרי, בינאיך געווען אין א בית המדרש און איך האב געוואלט לערנען אביסל נגעים. זע׳ענדיג דער ׳סייעתא דשמיא׳ משניות, האב איך עס ארויסגענומען פון פאליצע, און וואונדער אויף וואונדער, זעי איך אט דער בילד

בילד

איך האב געזוכט אין די הקדמה פאר א ייש"כ צו כאטש א דערמאנונד, ואיננו.
דער סייעתא דשמיא משניות איז געדרוקט געווארען אין תשע"ב און דער תבנית כלים איז געדרוקט געווארען אין תשס"ג.
בילד

בילד

דער וואס קען פארענטפערען ווערט געבעטען....

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: פלאגיאריזם אין ספרים

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 8:05 pm
דורך טמיר
איך מיין איז אין די הקדמה פון כלים שרייבט ער קלאר אז ער נעמט די בילדער פון דעם ספר מיט רשות.
אגב, ווער עס קען דער מחבר פון סייעתא דשמיא ר' שמעי גרינבוים ווייסט אז ער איז דער לעצטער מענטש צו חושד זיין אין פלאגיאריזם. און גראדע זיינע ערשטע ספרים וואס ער האט ארויסגעגעבן יונגערהייט איז געווען בעילום שם

Re: פלאגיאריזם אין ספרים

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 8:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
גראדע, היינט נאכמיטאג איז מיר איינגעפאלען א קוק צו טוהן אין הקדמה למס׳ כלים צו זע׳ען צו ער דאנקט איהם דארט, און ס׳איז זייער שטארק נישט דארט.

טאמער ס׳איז ערגעץ אנדעריש, ביטע ווייזען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: פלאגיאריזם אין ספרים

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 9:06 pm
דורך טמיר
בילד

פאר די חלק הציורים

Re: פלאגיאריזם אין ספרים

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 31, 2016 9:51 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ. איך האב נאר געקוקט אין די הקדמה פון ספר

לכאורה זאל מען דא לאזען דער שמועס, שלא יטעו אחרים כמו שטעיתי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2017 2:27 am
דורך כוכב
ליטוואק מיט זיינע מעשיות.

Re: פלאגיאריזם אין ספרים

נשלח: זונטאג מאי 06, 2018 2:21 am
דורך אונטער חכם
אין אן אנדערן אשכול האט זיך אנגעהויבן א שטיקל טענהריי וועגן פלאגיאריזם צו עס איז א פראבלעם, לאור זה וויל איך דא ברענגען א שטיקל רמב"ם וואס איך האב לעצטנס באמערקט אין די הקדמה לשמונה פרקים וזל"ק:
ודע שהדברים שאומרם באלו הפרקים, ובמה שיבא מן הפירוש אינם ענינים בדיתים אני מעצמי, ולא פירושים שחדשתים, ואמנם הם ענינים לקטתים מדברי החכמים במדרשות ובתלמוד וזולתו מחבוריהם, ומדברי הפילוסופים גם כן הקדומים והחדשים, ומחבורים הרבה מבני אדם, ושמע האמת ממי שאמרו, ואפשר שאביא פעמים מאמר אחד כלו מספר מפורסם בלשונו, ואין בכל זה רוע, ואיני מתפאר במה שאמרו מי שקדם, שאני כבר התודעתי בזה, ואף על פי שלא אזכור אמר פלוני אמר פלוני שזה אריכות אין תועלת בו, ואפשר שהיה מביא שם האיש ההוא לחשוב מי שאין חיך לו שהדבר ההוא נפסד, ובתוכו רע, שלא יבינהו, ומפני זה ראיתי שלא לזכור האומר, שכוונתי התועלת לקורא ולבאר לו הענינים הגנוזים בזאת המסכתא.

פונעם גאנצן שטיקל, ובעיקר פונעם לשון "ואף על פי שלא אזכור אמר פלוני אמר פלוני שזה אריכות אין תועלת בו" , זעהט אויס אז ער האט נאר געהאלטן פאר א פראבלעם אויב איינער איז זיך מתפאר מיט יענעמס זאכן, אבער ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט דעם אז דער ערשטער באקומט נישט קיין קרעדיט אויף זיין ארבעט, אנדערש ווי היינט וואס די לעצטע ווערט אנגעקוקט ווי דער עיקר פראבלעם

עס איז אויך לכאורה א שטיקל סתירה מיטן מאמר חז"ל פון כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם.

נשלח: זונטאג מאי 06, 2018 7:01 am
דורך berlbalaguleh
אונטער חכם: נאר מדגיש צו זיין דיינע ווערטער. אז פון דעם מאמר חז"ל..."כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם"...איז משמע אז ס'איז נאר א לפנים משורת הדין'דיגע זאך. אבער מ'איז נישט עובר אויף קיין שום איסור אויב מ'טוט עס נישט. זיכער. אויב איינער נעמט עפעס א חידוש פון א צווייטן און ער פארדינט עפעס דערפון, אן דערמאנען לשבח דעם נאמען פונ'ם מחבר. צי איז דאס געלט אדער כבוד. דאמאלס איז ער עובר אויף גניבה און רמאות לכולי עלמא...!

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2022 6:22 pm
דורך מי אני
הרב דר. מלך שפירא ברענגט אראפ ווי מ׳האט גע׳טענה׳ט אז דער אברבנאל האט פלאגיאירט פון אנדערע.
E6E06AE9-6437-4E94-B567-85E22731C64A.jpeg