בלאט 3 פון 6

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 11:47 am
דורך יידל
חד גדיא האט געשריבן:גוגל האט היינט א ספעציעלע דודל לכבוד די אלימפיקס

בילד

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2012 11:50 am
דורך יידל
אין פינלאנד, לכבודו פונעם חגא Jaakonpäivä יולי 25, האט גוגל געהאט די פאלגענדע דודל:
בילד

נשלח: זונטאג יולי 29, 2012 1:28 pm
דורך יידל
נעכטן, שבת האט גוגל געהאט דעם פאלגנדעם אלימפישן דודל, לכבוד די פיילן-שיסן פארמעסטן ביי די אלימפיקס שפילן אין לאנדאן:
בילד

היינט, זונטאג האט גוגל געהאט א נייע אלימפישע דודל, לכבוד די דייווינג פארמעסטן ביי די אלימפיקס שפילן:
olympics-diving-2012-hp.jpg


אין פערו האט גוגל געפייערט דעם פארגאנגענעם שבת פערו'ס זעלבסשטענדיגקייט טאג:
בילד

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 7:45 pm
דורך יידל
אנאליזירער האט געשריבן:היינטיגע אלימפיק דודל

לכבוד די פענסינג ביי די אלימפיק שפילן.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 7:46 pm
דורך זר זהב
[quote="יידל"]היינט, זונטאג האט גוגל געהאט א נייע אלימפישע דודל, לכבוד די דייווינג פארמעסטן ביי די אלימפיקס שפילן:
בילד
מיר געברענגט הרהורים.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 7:50 pm
דורך שמעקעדיג
איך מיין אז לויט די רוב דעת בעלי בתים און תקנות פון שטיבל, זענען אזעלכע שרעקליכע בילדער נישט ערלויבט.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:12 pm
דורך יידל
אנטשולדיגט, כ'האב בכלל נישט אויפגעמערקט דעם אומאיידעלן כאראקטער פונעם בילד.
איך האב פארראכטן מיין בילד. יעצט ליגט אויף זר זהב א חוב אראפצונעמען זיין תגובה ווי ער ציטירט מיין תגובה מיטן אלטן בילד.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:18 pm
דורך משמרת
יידל האט געשריבן: יעצט ליגט אויף זר זהב א חוב אראפצונעמען זיין תגובה ווי ער ציטירט מיין תגובה מיטן אלטן בילד.

איך האב עס מסדר געווען

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:22 pm
דורך יידל
משמרת האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: יעצט ליגט אויף זר זהב א חוב אראפצונעמען זיין תגובה ווי ער ציטירט מיין תגובה מיטן אלטן בילד.

איך האב עס מסדר געווען

:לייק
נאר איין הוספה האב איך: די קומענדיגע דורות, ווען זיי וועלן ליינען אלטע אשכולות אין קאווע שטיבל וועלן זיי נאך מיינען אז זר זהב האט געהאט הרהורים פונעם פארמעקטן צענזורירטן בילד, דארף איך דא קלאר שטעלן, to set the record straight, אז זר זהב האט קאמענטירט אויף די אריגינעלע בילד, און משמרת האט אריינגעשטעלט נאכדעם דעם פארמעקטן בילד צוליב די תקנות.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:26 pm
דורך זר זהב
א דאנק אלע. בעטטער לעיט דען נעווער. הגם מיין זינד איז אפגעטון געווארן, וועלן חאטש אנדערע נישט דורכפאלן.

נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 8:27 pm
דורך שמעקעדיג
יידל, פון מיר אויס איז עס געווען נאר בדרך צחות, היות זר שרייבט אז דאס האט אים געברענגט הרהורים......

נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 8:37 am
דורך יידל
גוגל'ס היינטיגע אלימפיק דודל צייכנט אפ די קונץ פון מענער-רינגלעך:
בילד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:17 am
דורך יידל
די היינטיגע אלימפיק דודל לכבודו פון פעלד-האקי:
בילד

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:17 am
דורך געפילטע פיש
על פי תקנות המקום האב איך האקומען מוראדיגע הירהורים פון דעם פילד האקי בילד...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:37 am
דורך יידל
די היינטיגע אלימפיק דודל, לכבודו פון פינג פאנג/טיש טעניס:
בילד

נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 3:46 pm
דורך יידל
די היינטיגע אלימפיק דודל צייכנט אפ מען שאט פוט:
בילד

אין ישראל איז לכבוד חמשה עשר באב געווען די פאלגענדע דודל וואס זיי האבן שוין בטעות ארויפגעלייגט א חודש צוריק:
בילד

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 04, 2012 10:36 pm
דורך יידל
מיט דעם פארגאנגענעם שבת'דיגען אלימפיק דודל, האט גוגל געפייערט פרויען'ס פאול וואלט:
בילד

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 8:39 pm
דורך גלות יוד
מיין שנעלסטע איז געווען 13.6 seconds טיילטס מיט אייער סקאר

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 8:49 pm
דורך יידל
אנאליזירער האט געשריבן:א גאר אינטערעסאנטע דודל היינט.
מ'קען שפילן די געים פון "הורדלס" - דאס הייסט שטרויכלונגען אויפ'ן וועג וואס מ'דארף איבערטאנצן. כדי צו ריקן דעם מענטשעלע'ס פיס דארף מען דרוקן די עראוס רעכטס און לינקס, און צו איבערטאנצן די שטרויכלונגען דרוקט מען ספעיס.
בילד

אט איז די אלימפיק סייט לינק פאר הורדלס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 8:51 pm
דורך יידל
נעכטן איז געווען אינדיפענדענס טאג אין באליוויע (די לאנד ווי יעקב עסטרייכער זיצט) אין גוגל האט געפייערט מיט א דודל:
בילד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 7:26 am
דורך קאמפיאטער
היינט קענט איר שפילן באל(פווויייי)מיט גאגעל אליינס!!!!!!!!!!!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 10:02 am
דורך יידל
די נעכטיגע אליפמיק דודל איז געווען - ווי קאמפיאטער האט דערמאנט - אן אינטערעקטיוו דודל, ווי מ'האט געקענט שפילן א געים פון ווארפן טאבעס און א בעסקעט.
basket ball.png

אויב איר ווילט נאך שפילן דעם שפיל, קענט איר גיין דא. די איידערנעכטיגע "הורדלס" געים קען מען דא.

די היינטיגע אלימיפק דודל איז אויך אן אינטערעקטיוו דודל. מ'קען גיין קאנואינג אין א שיפל. איר קענט שפילן דעם געים דא אפילו מארגן אויך.
canoe slalom.png

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 12:27 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:די נעכטיגע אליפמיק דודל איז געווען - ווי קאמפיאטער האט דערמאנט - אן אינטערעקטיוו דודל, ווי מ'האט געקענט שפילן א געים פון ווארפן טאבעס און א בעסקעט.

אויב שוין לויטער אידיש שרייב "ווי מ'האט געקענט שפילען א שפיל פון ווארפן טאבעס אין א קארב".