בלאט 3 פון 3

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 9:00 pm
דורך אוהב ספרים
ענק ווילן הערן א סיפור אדער פרעגן קשיות?

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2024 9:15 pm
דורך [NAMELESS]
א נייגעריגע קאטשקע האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 8:18 pm די מעשה מיטן קאלפיק שטימט נישט
ווייל ער האט נאר אנגעטוהן א קאלפיק די לעצטע 5-6 יאר
חוץ אויב ער האט געהאט איינס מונח בקופסא
ער און זיינע קינדער זענען געגאנגען קאלפיקעס אלץ בחורים.

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 6:40 pm
דורך שבת אחים
א נייגעריגע קאטשקע האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 8:18 pm די מעשה מיטן קאלפיק שטימט נישט
ווייל ער האט נאר אנגעטוהן א קאלפיק די לעצטע 5-6 יאר
חוץ אויב ער האט געהאט איינס מונח בקופסא
יעדע רביש קינד ביי די וויזניצער גזע באקומט א קאלפיק ביי די בר מצוה.

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 7:22 pm
דורך אמאהלגעקעננט
If I’m not mistaken געדענק איך אז קאסובער רבי איז גראדע געװען פון די רבנים װאס האבן מבטל געװען “ the EVENT״

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 8:17 pm
דורך נאוואמינסקער
אמאהלגעקעננט האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 7:22 pm If I’m not mistaken געדענק איך אז קאסובער רבי איז גראדע געװען פון די רבנים װאס האבן מבטל געװען “ the EVENT״
ווייל עס איז געווען mixed seating. דער נעקסטע קונצרט איז געווען נאר פאר מענער. וועגן דעם האט MBD געקענט באשיינען, טראץ דעם אז ער גייט נישט צי mixed מסתמא שוין 30 יאר.

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2024 8:29 pm
דורך א נייגעריגע קאטשקע
די קאלפיק אויפן בילד קוקט נישט אויב ווי סאי'ז פון קאסובע רבי'ס בר מצוה

Re: בד''ה האדמו''ר מקאסוב זצ''ל

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2024 9:11 am
דורך מילך טראק
אקטיווע שרייבער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 7:11 pm
מילך טראק האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 11:55 am
אקטיווע שרייבער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:31 am איינער ווייסט פשט און מקור פון זיינע דיקע פיאות אינטערן אויער?
פשט די פיאות האט אים געשטערט פון פארנט האט עא עס גלייגט אין די בעק,
וואס איז די מקור פון די פיאות אין פארנט ווייסטו יא?
נישט דעיס האב איך געמיינט, ער האט געהאט גאר לאנגע און דיקע, דעיס קומט פון זיין טאט׳ן?

ביטע נישט אריינקומען מיט אויפגעקלערטע נאנסענס, ווייל דאס ווייס איך אויכעט.
אויפגעקלערטע נאנסענס


ממש אזוי

המשכה אין קאסוב

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2024 6:18 pm
דורך עמרם
אזוי די חשובע מנהל שליט''א האט פארשלאסן די אשכול המשכה אין קאסוב

און אזוי ווי איך וויל נאך עפעס מוסף זיין שרייב איך עס דא

אזוי ווי אסאך האבן זיך געווינדערט פארוואס די עלטערע ברודער האט איבערגעגעבן די רעביסטעווע פארן אינגערע ברודער,
און נאכן פארשטיין גאר אז ער איז המכיר את מקומו, איז מען שאקירט געווארן אז ער פירט יא געהעריג
מ'האט פראבירט מדחיק צו זיין אז ער האט נישט אויפגעגעבן פון זיין א רבי נאר פון די הנהגה וכו' ...
אבער לפי זה איז צירוק שווער פארוואס האט ער בכלל אויפגעגעבן וכו'

בקיצור ס'האט נישט געשטימט
יעצט האב איך געזעהן אז ער גייט פירן א טיש פרייטיג צונאכטס זעהט מען קלאר אז ער וויל יא זיין א רבי (מכיר את מקומו ...) און אויב אזוי פאר וואס האט ער איבערגעגעבן די קהילה פארן קליינע ברודער

ביז איינער האט מיך אריין געשיקט א נייע גירסא אין די מעשה,
איך נעם ח''ו נישט קיין צד, און איך ווייס נישט אויב ס'איז קראנט, אבער אפשר אזוי וועלן זאכן מער שטומען...
_דער_ווייטאג_פון_קאסוב'ער_חסידים.pdf
אין שום אחריות על זה
(61.2 KiB) אראפגעלאדנט 131 מאל
► הצג ספוילר

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: מוצ"ש יולי 20, 2024 10:42 pm
דורך [NAMELESS]
א גרויליגע פאשקעוויל. ש''י איז גארנישט ווייניגער ווי אנדערע רבי'ס און ער מעג זיין א ''רעבע'' פונקט ווי צענדליגע אנדערע פוחזים וריקים. נאך א מזל אז ער האט א ברודער וואס איז א שטיקל לייטישער יונגערמאן און מ'האט עס אים געגעבן בדרכי שלום. וואס איז שלעכט אז ר' מענדל איז מכבד זיין עלטערע ברודער??

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 12:45 am
דורך מיסטעריע
איך האב געהערט, אז מ'האט פאר די לוי' צוגעזאגט אפטריט געלט, און יעצט מאכט מען זיך אומוואוסענדיג, האט ער מחליט געווען צו שטיין אויף די געהירן ביז מ'וועט איהם באצאלן.

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 1:21 am
דורך [NAMELESS]
פרוכט זאפט האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 10:42 pm א גרויליגע פאשקעוויל. ש''י איז גארנישט ווייניגער ווי אנדערע רבי'ס און ער מעג זיין א ''רעבע'' פונקט ווי צענדליגע אנדערע פוחזים וריקים. נאך א מזל אז ער האט א ברודער וואס איז א שטיקל לייטישער יונגערמאן און מ'האט עס אים געגעבן בדרכי שלום. וואס איז שלעכט אז ר' מענדל איז מכבד זיין עלטערע ברודער??
דו ענטפערסט נישט אויף וואס עס שטייט אין די פאשקעוויל איז אמת די תוכן אז ער טרעיט אויף די געהירן פון זיין טאטע'ס חסידים נאך בחייוו פון די טאטע און יעצט נאך מער אדער נישט?

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 2:45 am
דורך הכנה דרבה
עמרם האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 6:18 pm ביז איינער האט מיך אריין געשיקט א נייע גירסא אין די מעשה,
איך נעם ח''ו נישט קיין צד, און איך ווייס נישט אויב ס'איז קראנט, אבער אפשר אזוי וועלן זאכן מער שטומען...
_דער_ווייטאג_פון_קאסוב'ער_חסידים.pdf
די קשיא דא איז, אויב ס'איז אמת אז דער עולם האט אזוי פיינט דעם י"ש ווי קען זיין אז ס'געוועהן אזא שיינע השתתפות ביים ראש חודש סעודה? שוין איינמאל געוועהן מזומן. איך טראכט אפשר אז ס'איז א האגער קרענק, אזויווי ס'געשעהן אין וויזניץ וואו דער שגץ ישראל (זכר ל"יעקב" שמשון) איז פון איין טאג אויפ'ן צווייטן געווארן קדוש וטהור און זיין הייליגער ברודער (גם שמו מענדל) האט גע'ירש'נט די שגץ טיטל, מעגליך אז אן ענהליכע מעשה שפילט זיך יעצט אפ אין קאסוב.

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 8:31 am
דורך יעלה ויבא
עמרם האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 6:18 pm אזוי די חשובע מנהל שליט''א האט פארשלאסן די אשכול המשכה אין קאסוב

און אזוי ווי איך וויל נאך עפעס מוסף זיין שרייב איך עס דא

אזוי ווי אסאך האבן זיך געווינדערט פארוואס די עלטערע ברודער האט איבערגעגעבן די רעביסטעווע פארן אינגערע ברודער,
און נאכן פארשטיין גאר אז ער איז המכיר את מקומו, איז מען שאקירט געווארן אז ער פירט יא געהעריג
מ'האט פראבירט מדחיק צו זיין אז ער האט נישט אויפגעגעבן פון זיין א רבי נאר פון די הנהגה וכו' ...
אבער לפי זה איז צירוק שווער פארוואס האט ער בכלל אויפגעגעבן וכו'

בקיצור ס'האט נישט געשטימט
יעצט האב איך געזעהן אז ער גייט פירן א טיש פרייטיג צונאכטס זעהט מען קלאר אז ער וויל יא זיין א רבי (מכיר את מקומו ...) און אויב אזוי פאר וואס האט ער איבערגעגעבן די קהילה פארן קליינע ברודער

ביז איינער האט מיך אריין געשיקט א נייע גירסא אין די מעשה,
איך נעם ח''ו נישט קיין צד, און איך ווייס נישט אויב ס'איז קראנט, אבער אפשר אזוי וועלן זאכן מער שטומען...
_דער_ווייטאג_פון_קאסוב'ער_חסידים.pdf
► הצג ספוילר
איך האב געשיקט די צעטיל צו איינער פון די קנאקערס דארט, האט ער מיר געזאגט "אי"ה ביי ענקער חסידות אויף שמחות ". זעהט אויס אז די דברים בגו.

Re: המשכה אין קאסוב

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 9:34 am
דורך רוני
עמרם האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 6:18 pm
_דער_ווייטאג_פון_קאסוב'ער_חסידים.pdf

דער שרייבער קען זיך גיין לערנען א קורס ביי אסטראלאג צו שרייבען ווי עס דארף צו זיין.

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 9:36 am
דורך [NAMELESS]
חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 1:21 am
פרוכט זאפט האט געשריבן: מוצ"ש יולי 20, 2024 10:42 pm א גרויליגע פאשקעוויל. ש''י איז גארנישט ווייניגער ווי אנדערע רבי'ס און ער מעג זיין א ''רעבע'' פונקט ווי צענדליגע אנדערע פוחזים וריקים. נאך א מזל אז ער האט א ברודער וואס איז א שטיקל לייטישער יונגערמאן און מ'האט עס אים געגעבן בדרכי שלום. וואס איז שלעכט אז ר' מענדל איז מכבד זיין עלטערע ברודער??
דו ענטפערסט נישט אויף וואס עס שטייט אין די פאשקעוויל איז אמת די תוכן אז ער טרעיט אויף די געהירן פון זיין טאטע'ס חסידים נאך בחייוו פון די טאטע און יעצט נאך מער אדער נישט?
בחייו פון זיין טאטע האט דאך זיין טאטע אים געשטעלט דאווענען פארן עמוד. דאס איז א קשיא אויף רבי שרגא נישט אויף ש''י.

וואס עס שטייט וועגן היינט זעה איך נישט וואס די ביג דיל איז. יא י''ש וויל כבוד ווי א רעבע. אז אלע וויזניצע ברידערס שפילן רעבעס און זענען זיך מכבד ווי רעבעס, פארוואס זאל ר' מענדי נישט מכבד זיין ש''י ווי א רעבע?

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 9:49 am
דורך [NAMELESS]
פאשקעוויל שרייבער שרייבט אז קאסוב איז נישט קיין ''סיסטעם'' ווי אנדערע חסידות, נאר יעדער איז געקומען צו רבי שרגא. אויב אזוי פארוואס האט רבי שרגא נישט געשטעלט א עובד ה' זאל אים איבערנעמען? פארוואס האט ער נישט געגעבן פאר זיינע חסידים הדרכה ווי זיי קענען גיין נאך זיין פטירה נאר זיי געלאזט הענגען מיט זיין זוהן - א move וואס פאסט נאר פאר א סיסטעם רבי??

פארוואס גייט די ריזיגע בנין מיט די מיליאנען וואס כלל ישראל האט געגעבן פאר רבי שרגא אריבער צו זיין זוהן? כ'האב געמיינט אז דא איז נישט קיין סיסטעם? פארוואס זאל מען נישט אויפנעמען א רב ווי אין אמאליגע קהילות מיט עלעקשאנס? זאל מען ברענגען אפאר קאנדידאטען און לאזן די ציבור נעמען אויף זיך א רב וואס זיי האלטען איז ראוי.

אלא מאי? דא איז א סיסטעם ווי איבעראל. אויב אזוי האסטו אויפגעסיינט פארן רבי'ס קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות נישט קיין חילוק וואספארא ליידיגייערס אדער עמי הארץ זיי זאלן זיין. איז זיי מוחל דיל מיט עס און שרייב נישט קיין עקעלדיגע פאשקעווילן אריינצושלעפען כלל ישראל אין די פראבלעמען מיט דיין נארישע סיסטעם.

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: זונטאג יולי 21, 2024 11:01 pm
דורך נאוואמינסקער

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 12:06 am
דורך סקרו דרייוער
נישט שיין ארויסצולייגן אזא צעטל אויפן גאס אויף א קינד פון דיין רבי

בפרט ווען מהרי''ש איז אלעמאל געשטאנען דעם טאטען צו די האנט בשעת וואס מהריממ''ד האט געוואוינט אין די מרחקים

Re: בד"ה האדמו"ר מקאסוב זצ"ל

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2024 12:10 am
דורך בעל דרשן
נארישע יונגע אפרוחים פרובירען מיט אלעם מיטלען אנצודרייען א מחלוקת.. ביז דערווייל איז דא א שטארקע שלום אין קאסוב צווישען די ברודער'ס, און די עלסטע האט אוועקגעגעבן די שול פאר זיין יונגערע ברודער מרצונו הטוב, אבער נאך אלס א ממשיך אין די שלשלת.