בלאט 3 פון 5
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: מוצ"ש יולי 06, 2024 11:13 pm
דורך פתחו לי
ווי קומט דא אריין, דאס שמועס אויפ'ן ספרינג וואלי צאדיק'ל, אויסער דעם איין פאקט, וואס דער רבי'ן פון ספרינג וואלי, האט געוויסע שטריכן פונעם קאסובער רבי'ן זי"ע?
טאקע דער פשטות, מיט נישט נוהג זיין מיט געוויסע גינוני מלכות.
ווי עס הייסט יעצט, גייט דער נייע קאסובער רבי'ן פירן טיש מארגען ראש חודש, בבית מדרשו.
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 4:02 pm
דורך נאוואמינסקער
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 4:04 pm
דורך נאוואמינסקער
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 4:10 pm
דורך פוילישע פעפער
מכתב תנחומין פון רבינו ראש הישיבה ר' שאול אלתר שליט"א
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 4:12 pm
דורך פוילישע פעפער
מכתב תנחומין פון ראש ישיבת פני מנחם ר' דניאל אלתר שליט"א
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 4:34 pm
דורך מר. קלונימוס
נאוואמינסקער האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:04 pm
IMG-20240707-WA0069.jpg
ווער דא איז מהר'יש?
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 4:41 pm
דורך בן ישי
די עלטסטע זוהן ר' יעקב שמשון.
לויט ווי איך האב פארשטאנען האט ער נישט אנגענומען די רביסטעווע, ס'האט זיך געטוישט?
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 4:49 pm
דורך היימלינד
בן ישי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:41 pm
די עלטסטע זוהן ר' יעקב שמשון.
לויט ווי איך האב פארשטאנען האט ער נישט אנגענומען די רביסטעווע, ס'האט זיך געטוישט?
זעהט אויס רביוויסטיווע יא אבער די הנהגה אין ב"פ נישט והמב"י
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 4:51 pm
דורך נישנאש
בן ישי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:41 pm
די עלטסטע זוהן ר' יעקב שמשון.
לויט ווי איך האב פארשטאנען האט ער נישט אנגענומען די רביסטעווע, ס'האט זיך געטוישט?
ער האט איבערגעגעבן די צענטראלע הנהגה פארן ברודער, אבער נישט געווארן אויס רבי וועגן דעם
בכלל אין וויזניץ-קאסוב זענען אלע זון געווארן רבי'ס
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 4:57 pm
דורך מהיכי תיתי
במקום שאין איש, ובפרט אז די שמועס דערוועגן אויף לי-עוועניו-פאטא פארום איז געווארן פארשפארט, אפרוש שיחתי.
דער עלטסטער זוהן, וואס איז היינט אדורך א שינוי השם ל'האדמו"ר מוהרי"ש', איז אן איידעלער ביזנעסמאן וואס וואוינט אין אוק ענד וויין. ער איז אן איידעם ביים ראצפערטער רב פון בארא פארק מלפנים וויליאמסבורג.
נתגלגלו העתים און ער האט זיך געצויגן קיין לעיקוואד, ונתגלגלו הגלגלים אין לעיקוואד אז ער האט קובע געווען משכנו תרתי משמע ביים אפטא רב אין לעיקוואד.
ער איז נישט אינטערעסירט צו זיין א רבי, און ס'קומט נישט פון עניוות. עד כאן. הגם ער איז גאר א געשמאקע און בעטעמ'טע מענטש (ראה: די שמועסן ביי ניחום אבלים)
דא עקא, געוויסע בוחשים בקדירה אין קאסוב ווילן אנדערש. ובראשם שטייט חיים סאבעל וואס איז גאר נאנט צו מוהרי"ש. (פאר די וואס דארפן א בילד פון איהם, ער האלט די מייק פאר מוהרי"ש בשעת'ן הספד)
ממילא שטופן זיי צו ער זאל יא פירן א שטיקל הנהגה "אהן" מקבל זיין די פולע המשכה אין קאסוב.
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 5:01 pm
דורך היימלינד
מהיכי תיתי האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:57 pm
במקום שאין איש, ובפרט אז די שמועס דערוועגן אויף לי-עוועניו-פאטא פארום
מה זה ? איז געווארן פארשפארט, אפרוש שיחתי.
דער עלטסטער זוהן, וואס איז היינט אדורך א שינוי השם ל'האדמו"ר מוהרי"ש', איז אן איידעלער ביזנעסמאן וואס וואוינט אין אוק ענד וויין. ער איז אן איידעם ביים ראצפערטער רב פון בארא פארק מלפנים וויליאמסבורג.
נתגלגלו העתים און ער האט זיך געצויגן קיין לעיקוואד, ונתגלגלו הגלגלים אין לעיקוואד אז ער האט קובע געווען משכנו תרתי משמע ביים אפטא רב אין לעיקוואד.
ער איז נישט אינטערעסירט צו זיין א רבי, און ס'קומט נישט פון עניוות. עד כאן. הגם ער איז גאר א געשמאקע און בעטעמ'טע מענטש (ראה: די שמועסן ביי ניחום אבלים)
דא עקא, געוויסע בוחשים בקדירה אין קאסוב ווילן אנדערש. ובראשם שטייט חיים סאבעל וואס איז גאר נאנט צו מוהרי"ש. (פאר די וואס דארפן א בילד פון איהם, ער האלט די מייק פאר מוהרי"ש בשעת'ן הספד)
ממילא שטופן זיי צו ער זאל יא פירן א שטיקל הנהגה "אהן" מקבל זיין די פולע המשכה אין קאסוב.
זייער פיין אין וואויל, נישטא קיין חידושים, אבער וואס פעלט אויס די קאלפיק און די סאמעט שוין מוצאי שבעה? מילא אויב איז ער געהעריג מ"מ קען מען זאגען מי יעמוד בסוד קדושים - איי די טאטע איז נישט געגאנגען אזוי רוב ימיו? ע"ז נאמר גדול כח הבן..., אבער אויב איז ער נאר נאך א רבי'לע בתורת שיינע איד, וואס פעלט אויס צו טוען זאכען וואס איז שווער נאכדעם צו אויפגעבען ?
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 5:02 pm
דורך מר. קלונימוס
ווער איז מהר'יש און ווער איז דיר צוויייטער אין דעם בילד וואס מ'האט דא געלייגט פריער?
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 5:09 pm
דורך היימלינד
@מהיכי
די וועג וויאזוי די לייגסט עס אראפ דא איז ווי כאילו ער האט זיך אויסגעוועלט די fun parts פון זיין א רבי ווען ער איז אין די גיסטע, און די שווערע ארבייט פון הנהגת הכלל מיט אלעס וואס קומט דערמיט האט ער 'מכבד געווען' די אינערע ברודער.
שווער צו גלייבען, איך קען איהם גוט [עכ"פ פון אמאל], און ער איז זייער א פיינער און איידעלער אינגערמאן.
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 5:11 pm
דורך היימלינד
מר. קלונימוס האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 5:02 pm
ווער איז מהר'יש און ווער איז דיר צוויייטער אין דעם בילד וואס מ'האט דא געלייגט פריער?
עס איז געווען 2 בילדער איינס פון די ר"ח טיש און איינס פון די לוויה, די צווייטער ביי די לוויה איז די צווייטע זון - די רבי, די אנדערע איז דאך די זעלבע פון די טיש - אדמו"ר מהרי"ש so whats your question ?
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 5:19 pm
דורך מהיכי תיתי
מר. קלונימוס האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 5:02 pm
ווער איז מהר'יש און ווער איז דיר צוויייטער אין דעם בילד וואס מ'האט דא געלייגט פריער?
מיט די לאנגע פיאות איז מוהרי"ש.
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 5:21 pm
דורך מהיכי תיתי
היימלינד האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 5:09 pm
@מהיכי
די וועג וויאזוי די לייגסט עס אראפ דא איז ווי כאילו ער האט זיך אויסגעוועלט די fun parts פון זיין א רבי ווען ער איז אין די גיסטע, און די שווערע ארבייט פון הנהגת הכלל מיט אלעס וואס קומט דערמיט האט ער 'מכבד געווען' די אינערע ברודער.
שווער צו גלייבען, איך קען איהם גוט [עכ"פ פון אמאל], און ער איז זייער א פיינער און איידעלער אינגערמאן.
ער האט שוין געהאט א מערסעידיס ווען דו האסט איהם געקענט?
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 5:22 pm
דורך היימלינד
מהיכי תיתי האט געשריבן: ↑
ער האט שוין געהאט א מערסעידיס ווען דו האסט איהם געקענט?
מה ענין שמיטה להר סיני
וואס האט דאס מיט וואס איך האב געשריבן?
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 5:29 pm
דורך מהיכי תיתי
שרייבסט אז דו קענסט איהם פון אמאל. פון ווען רעדסטו?
אזויווי כ'האב מרמז געווען אויבן נתגלגלו הגלגלים כמה פעמים.
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 6:47 pm
דורך הכנה דרבה
נישנאש האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 4:51 pm
בכלל אין וויזניץ-קאסוב זענען אלע זון געווארן רבי'ס
אבי פארדרייט א דאשיק, זיין פעטער ר' חיים האגער איז נישט געווארן גארנישט נאך זיין טאטע איז אוועק, נאר הערשט מיט אפאר יאר שפעטער ווען די אלטע שוהל איז געווארן צו קליין און געוויסע מענטשן האבן עס געוואלט האלטן אפן האט מען איהם געשטעלט דארט אלץ רב פאר זיי.
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 7:20 pm
דורך נישנאש
מיט וואס פונקטליך פארדרייט א דאשיק???
ביזט מחולק מיט מיר מיט די טרוקענע פאקט אז אין אלע דורות זענען אין וויזניץ אלע זון געווארן רבי'ס?
יא אוודאי זענען געווען קינדער וואס האבן נישט געוואלט נעמען קיין רביסטעווע און רבי חיים איינע פון זיי ברוב ענוותנותו, אבער דאס טוישט נישט די מציאות
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 7:31 pm
דורך נאוואמינסקער
קאסוב איז אנדערש. דער רבי איז געווען אייגנארטיג אין אסאך זאכן. והא ראי' עס זענען געווען הספדים ביי די לוי' שלא כדרך וויזניץ.
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 7:40 pm
דורך נישנאש
מסכים, ואשר על כן?
למעשה איז עס א וויזניצער דינאסטיע ווי אלע קינדער ווערן רבי, דעריבער באדערט עס קיינער נישט אינערהאלב די חסידות.
Re: המשכה אין קאסוב
נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 7:43 pm
דורך Chasidishmashpia
Chasidishmashpia האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 2:26 pm
עמרם האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 1:10 pm
ביים סדיגורא לויה האט מען אויך געזעהן בילדער ווי אלע ברודער האלטן זיך די הענט....
איך האב מורא אז די עלטערער וועט נאך חרטה האבן
איך האב נישט געוויסט אז מיין נבואה וועט אזוי שנעל מקויים ווערן....