בלאט 3 פון 9

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 6:36 am
דורך טאמבל סאס
פאריעריגע שניי האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:34 pm שאולזאהן
ס'איז אמת? איינער קען באשטעטיגן?
ס'איז שיין פון ר' אהרן אז ער פארשטייט כאטש צו פארבלייבן לאיאל צו געוועזענע נאענטע. פארפאלן, ס'איז א טאף קאלל. אפילו אויב דער בעל הסיפור האט אינאמתן שמוץ אויף אים אויכעט.
נאר איך האף ר' אהרן האט אויף די וועד הצניעות מענטשן אויך אנגעקליבן א דאסיאר, טאקע אויף אזא געלעגנהייט ווי יעצט?! חוץ אויב ער האט דעיס טאקע געטוהן אבער דער ריסענט טויש צו די וועד הצניעות איינגעשטעלטע איז אים פארלאפן די וועג? :lol: א מענטש טראכט און גאט לאכט.

ער האט זיך לעצטנס אויפגעטוהן אז ער פארשטייט שוין פונקטליך ווי-אזוי מען בויעט א הויז. לאמיר זעהן צו ער קען מאסטערן די ארט פון פארמיידן א הויז, א בית נאמן, פון איינפאלן. און נישט איין הויז. ווייל ליבי אומר לי אז ס'איז דא פיהלע וואס שטילערהייט זענען מקנא דעם אינגערמאן, אפי' אויב זיי אונען נישט א סופערמארקעט פון ריבסענע שטורן און פלאטערן נישט אויף זייער סי-ווי א היסטארי פון א משמש ב*** פנימה..

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 6:42 am
דורך עדיאל
לאמיר עס צעלייגען אויף פונקטן.

אינסעסט איז א קריסטליכע דערהער. יהדות האט נישט קיין פראבלעם מיט קרובים וועלכע זענען נישט קיין אסורדיגע עריות.

עיזש געפ איז זיכער נישט קיין אידישע עולה. די שענסטע רבנים לאורך כל הדורות האבן גענעמען אינגע ווייבער.

סתם נאכאמאל חתונה האבן איז מעשים בכל יום. און אפילו מצא אחרת נאה הימנה איז נישט קיין איסור.

חתונה האבן מיט בחירת ליבו איז אויך עפעס וואס מ׳הערט כסדר.

נאר וואס?

כלום מתקנא אלא חכם בחכם גיבור בגיבור. אז מ׳הערט א גוי אין קאלאראדא האט געוואונען די לאטערי פאר הונדערט מיליאן, גייט מען ווייטער. איינער ברויך דאך צו געוואונען. אבער אז יענקל פון דער אנדערע גאס האט געוואונען, דאס קען מען שוין נישט אראפשלינגען. אז יענקל קען, וואלט איך דאך אויך געקענט.

די האלבע שטאט איז נישט צופרידן מיט זייער שלום בית, און וואלטן געקענט באשטיין א טויש. נאר די מצב האלט נאך נישט אז ס׳זאל זיין כדאי צו צעברעכן די משפחה דערפאר. מען בלייבט און שווייגט אזוי האלב פארביטערט, און מ׳טראכט כסדר איז מ׳דעזערווט ווען בעסערס.

אז א בחור אויף די פרינזש נעמט זיך בחירת ליבו, נו, טראכט ער, איך בין דאך עפעס מער פון דעם, א באזעסענער איד. ס׳מיינט נישט מיר.

אבער אז א געסעטלטע אינגערמאן, אן אדם מן השורה, א חבר הקהילה מיט א ביזנעס גייט און טוט למעשה, געט דאס א קניפל אין הארצן. אז ער קען, וואלט איך דאך געקענט.

און אויף דעם קען מען אים נישט מוחל זיין.

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 7:02 am
דורך טאמבל סאס
יעקב מענטש האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:34 pm איך האב נישט קיין מושג פון וואס די רעדע איז דא.

אבער פארוואס פונקט אין ק"י איז אלץ דא צעטלעך מיט נעמען, ממזירים וכו'

אין ווילי (ווי איך וואוין) זעה איך נישט קיין פאשקעוויל ווי גרויס די יאר איז (לעצטענס איז יא אביסל פרייליך וועגן די חינוך וכו', אבער גארנישט צו אינטימעט), וואס איז די סוקסעס רעיט פון ק"י קעגן אנדערע חרידישע געגענטער מיט אזא אקטיווע וועד הצניעות? מיר קוקט נישט אויס אז ס'זאל שטיין פאראויס בכלל איבער די אנדערע שטעט.
איך בין חושד אז אין וויליאמסבורג גייט די זעלביגע פאר אויב נישט ארגער (מער מענטשן, אפענער) נאר היות די רע-בנים און אידישע הערשער דארטן, אין פארטיקולאר זאלי, זענען מער לייקלי צו קאפערירן מיט די גויאישע אויטאריטען אין אלגעמיין, פארגיבט מען זיי אויף די אידישע אינטערנעל זינדן. מה שאין כן מיט די אפגעזונדערטע קרית יואל.

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 8:48 am
דורך באר מים
לבירור דברים, מען רעדט נישט פון א מיידל וואס ער האט אדאפטירט.
די מעשה איז געווען אז זי האט געענדיגט סקול און געקומען ארבייטן ביי אים אין געשעפט, איינמאל האט ער געזען אז זי גייט נישט אהיים (וויל זי איז געווען צעקריגט מיט איר טאטע) האט ער איר אריינגענומען אינדערהיים.
זי איז שוין אויך געווען חתונה געהאט און גע'גט.

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 9:25 am
דורך טאמבל סאס
פונדעסטוועגן וועלן אבער פילע מענטשן פיהלן אויסגעשפילט און בא'עוול'ט, און רייטלי סאו. פארוואס מעג נאר איינער וואס האט יארן לאנג געפידט פון די סיסטעם - געווען פון די יוצאי משרתיו ואשר משרתיו, פארקויפט געבראקלטע טשיקען באדעמס און געשטאפטע קיען, באקומען א הכשר פון די טאפ מען - געפינען ליבע? יעדער זאל בארעכטיגט זיין דערצו, אנע באשמוצונגען און שאנטאזשירונגען פון דער 'סעלף-רייטשעס וועד הצניעות' קוואנגא!?

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 9:33 am
דורך א גוט יאר
באר מים האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 8:48 am לבירור דברים, מען רעדט נישט פון א מיידל וואס ער האט אדאפטירט.
די מעשה איז געווען אז זי האט געענדיגט סקול און געקומען ארבייטן ביי אים אין געשעפט, איינמאל האט ער געזען אז זי גייט נישט אהיים(וויל זי איז געווען צעקריגט מיט איר טאטע) האט ער איר אריינגענומען אינדערהיים.
זי איז שוין אויך געווען חתונה געהאט און גע'גט.
זיין ווייב האט אים געבעטן איר אוועקצושיקן פונדערהיים

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 11:13 am
דורך סוף טוב הכל טוב
אן חרם דר"ג וואלט ער סתם געקענט צולייגן צו די ליסטע, איצט האט ער נעבך געמוזט אפגט'ן די ערשטע.
סא ער האט נישט עובר געווען נישט אויף קיין דאורייתא נישט קיין דרבנן און נישט אויף חרדר"ג און נישט אויף א מנהג. וואס איז די גרויסע ראאש?

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 12:38 pm
דורך yesiknow
טאקע דאס אז ער האט עס בהיתר על פי תורה פארגינען זיי אהים נישט ער דארף נישט תשובה טהון קלאפען על חטא על זאת יצא הקצף הגדול

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 12:39 pm
דורך יקנהז
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 11:13 am אן חרם דר"ג וואלט ער סתם געקענט צולייגן צו די ליסטע, איצט האט ער נעבך געמוזט אפגט'ן די ערשטע.
סא ער האט נישט עובר געווען נישט אויף קיין דאורייתא נישט קיין דרבנן און נישט אויף חרדר"ג און נישט אויף א מנהג. וואס איז די גרויסע ראאש?
פארקערט ס'גאר א מצווה...
וכי יפתה.... מהור ימהרנה לו לאשה...

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 2:41 pm
דורך האי פרושא
יעדער איז מודה אז אויב האט ער נישט געטוהן מצוות פאר די חתונה נאכט איז עס נישט קיין איסור נאר בסך־הכּל זייער מיאוס לויט די היינטיגע מאראלישע געזעצן

די פראבלעם איז אבער אז רוב עולם האלט אז ער האט איר פראבירט פארדעם..

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 3:02 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ווי האט יענער איד געזאגט: זיין רעבעצין איז געווארן 40 און ער פראבירט איר אויפצוטוישן פאר 2 צוואנציגער’ס...

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 3:57 pm
דורך טאמבל סאס
האי פרושא האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:41 pm יעדער איז מודה אז אויב האט ער נישט געטוהן מצוות פאר די חתונה נאכט איז עס נישט קיין איסור נאר בסך־הכּל זייער מיאוס לויט די היינטיגע מאראלישע געזעצן

די פראבלעם איז אבער אז רוב עולם האלט אז ער האט איר פראבירט פארדעם..
מיאוס'ע זאך לאו דוקא. אפשר מיינסטו א 'מיס' זאך? דאס יא. כידוע אז ווען זיי זענען אומפארהייראט הייסן זיי מיס אנשטאט מרס.

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 4:34 pm
דורך האי פרושא
פאריעריגע שניי האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 6:34 pm שאולזאהן
ווי קען איך זעהן זיינע סחורה?

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 4:42 pm
דורך [NAMELESS]

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 7:23 pm
דורך גוטער
און אז מען רעדט שוין, די עידש דיפערענץ, און די פאקט אז זי איז "אויפגעצויגן" געווארן ביי עם נאך אלס מיידל, מאכט עס פאר א געהעריגע grooming, וואס איז זייער אראפגעקוקט אפילו אין די גוי'שע וועלט.

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2024 10:30 pm
דורך מעיקלער
די סיסטעם האט א מהלך וואס זיי נוצן שוין יארן וואס ווערט גערופן ''false hero", דאס איז ווען די villain (שלעכטע מענטש בלע"ז) נוצט אויס די שוואכע מינוט, ווען איינער איז אין א צרה שטעלט ער אן א פנים ווי די savior וואס וועט ראטעוועט דיין לעבן פון א זיכערער טויט כדי די victim זאל אים שולדיג בלייבן א גאנץ לעבן און זאל נישט קענען אוועקגיין פון אים זייענדיג זיין 'hero'.

דא קוקט אויס האט זיך אפגעשפילט אזא סארט מעשה. געקומען א איד וואס האט אנגעטראפן א פרוי וואס איז עלנד, זי האט נישט וואו אהיימצוגיין ביינאכט און מיט זיין גוטהארציגקייט איר אריינגענומען צי זיך אינדערהיים, ער האט איר אויפגעצויגן ביי זיך אין שטוב, ויהי היום זיי זענען געפאלן אין ליבשאפט.. דאס איז אבער נישט א געווענליכע מעשה ווי די ערד פון ליבשאפט האט זיך געעפנט און צוויי מענטשן זענען אריינגעפאלן, ער איז דאך איר hero.. איז זי געפאלן פאר אים.

און דאס האט אויפגערעגט די סיסטעם זייער שטארק, אז ס'קומט א פריוואטע מענטש און נוצט אויס זייערע הייליגע טאקטיקן פאר זיין פערזענליכע צרכים אקעגן זייער ווילן, דאס איז שוין חוצפה, אונז זענען דאך די וואס ראטעווען אין צייט פון נויט, אונז האבן דאך די ארגענעזאציעס די קרן יתומים די ביקור חולים און די נצרכים זענען אונז שולדיג זייער לעבן, נישט פאר עפעס א פריוואטע מענטש וואס ער איז אויך שולדיג זיין לעבן פאר אונז.

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 12:11 am
דורך כפתור
עדיאל האט געשריבן: לאמיר עס צעלייגן אויף פונקטן.

כלום מתקנא אלא חכם בחכם גיבור בגיבור. אז מ׳הערט א גוי אין קאלאראדא האט געוואונען די לאטערי פאר הונדערט מיליאן, גייט מען ווייטער. איינער ברויך דאך צו געוואונען. אבער אז יענקל פון דער אנדערע גאס האט געוואונען, דאס קען מען שוין נישט אראפשלינגען. אז יענקל קען, וואלט איך דאך אויך געקענט.

די האלבע שטאט איז נישט צופרידן מיט זייער שלום בית, און וואלטן געקענט באשטיין א טויש. נאר די מצב האלט נאך נישט אז ס׳זאל זיין כדאי צו צעברעכן די משפחה דערפאר. מען בלייבט און שווייגט אזוי האלב פארביטערט, און מ׳טראכט כסדר איז מ׳דעזערווט ווען בעסערס.

אבער אז א געסעטלטע אינגערמאן, אן אדם מן השורה, א חבר הקהילה מיט א ביזנעס גייט און טוט למעשה, געט דאס א קניפל אין הארצן. אז ער קען, וואלט איך דאך געקענט.

און אויף דעם קען מען אים נישט מוחל זיין.

ס'האט זיך אמאל געדרייט א רעקארדינג (מסתמא נאך אויף בלעקבערי צייטן) פון א אינגערמאן וואס האט מסביר געווען פארוואס דער עולם ווערט שטארק אויפגערעגט אויף אזא מעשה. ער ענדיגט זיין הסבר אז דער עולם איז שטארק מקנא אז "דער פ*קער האט געסקארט!"

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 1:36 am
דורך נפה
cictim האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 12:26 pm שחיתות מוסרית חמורה מאד שחז"ל תלו בה את חורבן בית-המקדש השני היא גילוי עריות, וכך מסופר במסכת גיטין (נח ע"א), בתרגום מארמית:

"אמר רב יהודה אמר רב: מהו שכתוב [מיכה ב, ב]: 'וְעָשְׁקוּ גֶּבֶר וּבֵיתוֹ וְאִישׁ וְנַחֲלָתוֹ'? מעשה בשוליית נגרים שנתן עיניו באשת מעסיקו הנגר. פעם אחת הוצרך הנגר ללוות כסף, אמר לו שוליית הנגר: שַׁגֵּר אשתך אצלי ואלוונה. שיגר אשתו אצלו. שהה עמה שלושה ימים. הלך [השולייה] ובא אצלו [למעסיק]. אמר הנגר לשוליה: 'אשתי ששיגרתי לך היכן היא'?

אמר לו: 'אני שלחתי אותה מיד, ושמעתי שהתינוקות [נערים] התעללו בה [מינית] בדרך'. אמר הנגר לשוליה: מה אעשה? אמר לו השוליה: 'אם אתה שומע לעצתי, גרשה'. אמר לו: 'כתובתה מרובה' [ואין לי כסף לשלם לה אם אגרש אותה]. אמר לו השוליה: 'אני אלווך ותן לה כתובתה'. עמד זה וגרשה. הלך השוליה ונשאה. כיון שהגיע זמנו של הבוס-לשעבר לשלם ולא היה לו כסף לפרוע את ההלוואה, אמר לו השוליה: 'בוא תעבוד אצלי תמורת החוב'. והיו הם יושבים ואוכלים ושותים [השוליה ואשת הנגר] והוא [הנגר] היה עומד ומשרת אותם, והיו דמעות נושרות מעיניו ונופלות בכוסם, ועל אותה שעה נחתם גזר-הדין [של החורבן]".
וויאזוי קומט די גמרא דא אריין?
די גמרא רעדט פון איינער וואס האט מזנה געווען מיט א פרוי פון זיין טיטשער און דערנאך איר ארויסגענארט מיט א ליגנט פון יענעמס הענט.

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 3:13 am
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 7:02 am
יעקב מענטש האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:34 pm איך האב נישט קיין מושג פון וואס די רעדע איז דא.

אבער פארוואס פונקט אין ק"י איז אלץ דא צעטלעך מיט נעמען, ממזירים וכו'

אין ווילי (ווי איך וואוין) זעה איך נישט קיין פאשקעוויל ווי גרויס די יאר איז (לעצטענס איז יא אביסל פרייליך וועגן די חינוך וכו', אבער גארנישט צו אינטימעט), וואס איז די סוקסעס רעיט פון ק"י קעגן אנדערע חרידישע געגענטער מיט אזא אקטיווע וועד הצניעות? מיר קוקט נישט אויס אז ס'זאל שטיין פאראויס בכלל איבער די אנדערע שטעט.
איך בין חושד אז אין וויליאמסבורג גייט די זעלביגע פאר אויב נישט ארגער (מער מענטשן, אפענער) נאר היות די רע-בנים און אידישע הערשער דארטן, אין פארטיקולאר זאלי, זענען מער לייקלי צו קאפערירן מיט די גויאישע אויטאריטען אין אלגעמיין, פארגיבט מען זיי אויף די אידישע אינטערנעל זינדן. מה שאין כן מיט די אפגעזונדערטע קרית יואל.
דו האסט אנגערירט א גוטע נקודה: נאר פארוואס מ'פארדעקט די זעלבע און ערגערע מעשים אין וויליאמסבורג איז נישט ווייל דער עולם קאאפערירט מער מיט די גוי'אישע געזעצן אדער געוואוינהייטן, נאר דארט איז מען דאך (אויטאמאטיש) "הייליג" און א יעדער איינער אנדערש איז א "שייגעץ". קענמען דאך נישט פארציילן אזעלכע מעשים...!

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 3:22 am
דורך berlbalaguleh
נפה האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 1:36 am
cictim האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 12:26 pm שחיתות מוסרית חמורה מאד שחז"ל תלו בה את חורבן בית-המקדש השני היא גילוי עריות, וכך מסופר במסכת גיטין (נח ע"א), בתרגום מארמית:

"אמר רב יהודה אמר רב: מהו שכתוב [מיכה ב, ב]: 'וְעָשְׁקוּ גֶּבֶר וּבֵיתוֹ וְאִישׁ וְנַחֲלָתוֹ'? מעשה בשוליית נגרים שנתן עיניו באשת מעסיקו הנגר. פעם אחת הוצרך הנגר ללוות כסף, אמר לו שוליית הנגר: שַׁגֵּר אשתך אצלי ואלוונה. שיגר אשתו אצלו. שהה עמה שלושה ימים. הלך [השולייה] ובא אצלו [למעסיק]. אמר הנגר לשוליה: 'אשתי ששיגרתי לך היכן היא'?

אמר לו: 'אני שלחתי אותה מיד, ושמעתי שהתינוקות [נערים] התעללו בה [מינית] בדרך'. אמר הנגר לשוליה: מה אעשה? אמר לו השוליה: 'אם אתה שומע לעצתי, גרשה'. אמר לו: 'כתובתה מרובה' [ואין לי כסף לשלם לה אם אגרש אותה]. אמר לו השוליה: 'אני אלווך ותן לה כתובתה'. עמד זה וגרשה. הלך השוליה ונשאה. כיון שהגיע זמנו של הבוס-לשעבר לשלם ולא היה לו כסף לפרוע את ההלוואה, אמר לו השוליה: 'בוא תעבוד אצלי תמורת החוב'. והיו הם יושבים ואוכלים ושותים [השוליה ואשת הנגר] והוא [הנגר] היה עומד ומשרת אותם, והיו דמעות נושרות מעיניו ונופלות בכוסם, ועל אותה שעה נחתם גזר-הדין [של החורבן]".
וויאזוי קומט די גמרא דא אריין?
די גמרא רעדט פון איינער וואס האט מזנה געווען מיט א פרוי פון זיין טיטשער און דערנאך איר ארויסגענארט מיט א ליגנט פון יענעמס הענט.
ס'איז דא נאך א נקודה: ביי די מעשה וואס די גמ' ברענגט אין מס' גיטין האט דער (צווייטער) מאן געטון א מעשה, א פעולה וואס איז רשעות אקעגן דעם ערשטן. און א ספק איסור אשת איש.

משא"כ ביי דעם פאל אין קר"י איז דאך די (צווייטע) ווייב געווען א פנויה. און ער האט נישט געטון קיין שום פעולה אקעגן די ערשטע ווייב וואס איז אן איסור. זי האט נאר שטארק קנאה. און אפשר א צוברכענע עגא.

ס'איז טאקע נישט קיין שיינע זאך צו טון. נאר קיין עבירה האט ער נישט עובר געווען.

אויב מ'גלייבט אין מידה כנגד מידה, אדער פאעטיק דזשאסטיס אדער "קארמא" קענמען ווינטשן אז די זעלבע זאך זאל געשעהן צו איהם אליינס.

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 4:47 am
דורך טאמבל סאס
גוטער האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 7:23 pm און אז מען רעדט שוין, די עידש דיפערענץ, און די פאקט אז זי איז "אויפגעצויגן" געווארן ביי עם נאך אלס מיידל, מאכט עס פאר א געהעריגע grooming, וואס איז זייער אראפגעקוקט אפילו אין די גוי'שע וועלט.
שקר וכזב במילתא דעבידא לגלויי, ווי א פאר שיינע דדים: פרענטש פרעזידענט עמאנועל מאקראן איז אינגער פון זיין פרוי מיט 25 יאהר וכן רבים.

ווייטער גרומינג מיינט נישט דאס. סאיז אלץ על שם סופה: אבוויעסלי אויב די מיידל וואלט זיך אויסגעדרייט און געזאגט, עקשולי איך האב אים קיינמאל נישט געגליכן ראמאנטיקעלי, און די טובות וואס ער האט מיר געטוהן איז נאר מיר אויסצונוצן כדי איך זאל שפורן שולדיג און פארליבט, דעמאלס וואלסטו געקענט האבן א טענה.

אבער דא זענען זיי דאך געגאנגען אצינד חתונה האבן צוזאמען. די לאוו איז אין די עיר! קיינער טענהט נישט רימיתי אותי. (חוץ די ערשטע, פארשדכנטע און אפאר דזשעליס מינטשן מן הצד. באט דעטס ביסייד די פוינט.)

וואס, ס'קען נישט זעהן אז זי האט אים געגלוסט תיכף ווען ער האט זי אריינגענומען?

איך וויל נישט צוגלייכן אבער ווי אלט איז ער אליינס געווען ווען ר' אהרן האט אים אריינגענומען צו באדינען? ;)

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 12:18 pm
דורך גאר נייגעריג
העי, איך זע אז א יעדער רעדט נאר פון די מאן, וואס איז מיט די ערשטע אפגעגעטע פרוי? זי איז יעצט א פנויה, זאל די מאן וואס האט איר געקראשט בעבר קומען און איר פארהייראטן...
איך בין זיכער אז איינער האט שוין געלייגט אן אויג אויף איר, סאו מה כל הרעש?? מ'מעג דען נישט טוישן בהיתר?

Re: על מה יצא הקצף?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2024 1:08 pm
דורך עסקן בדברים
כאטש אין א וועג איז שיין צו זעהן די ענין פון ליבא בין איש ואשה ביי א חסידישע פאר פאלק, דאך אויב איז עס געווען פשוט א קעיס פון מצא אחת נאה הימנה און ס׳ נישט געווען קיין פראבלעמען מיט די ווייב, איז וואס זיי האבן געטון 100% איממאראליש. קודם כל אלץ די קינדער, זיי צו קליא מאכן די childhood און מאכן דורכגיין יסורי הנפש פאר די אייגענע תאות, אבער אפילו אלס די ווייב. א marriage איז אפמאך זיך צו האלטן געטריי. אזויווי די נביא זאגט כי ה׳ העיד בינך ובין אשת נעוריך אשר אתה בגדתה בה והיא חברתך ואשת בריתך