בלאט 3 פון 3

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:30 pm
דורך ברוך שפינוזה
ס'נישט נארמאל די אכשר דרא וואס גייט דא פאר, גאנצעטע אשכולות מיט אזעלכע געשמאקע און פראוויצירענדע קעפלעך האט מען אפגעווישט אזוי ש'מיר ש'דיר, די ערשטע מייסדים און מעמבערס דרייען זיך איבער אין קבר (כ'מיין סטאטיסטיש דארף שוין כאטש איינער פון זיי צו זיין טויט..) איך אליין האב געהאט געעפנט א צאל אשכולות וואס זענען געוועהן אקטיוו פאר א שיינע פאר יאר מיט צענדליגע תגובות און לייקס, וויל איך איין טאג צוריקגיין אהין קוקן צו ס'טוט זיך נאך אקטיוויטי דארט, אבער גארנישט, פארשוואונדן ווי אין וואסער אריין. ווי אויך האט זיך געמאכט נישט איין מאל לעצטנס וואס כ'האב איבערגעשריבן אקוראט די זעלבע פוינט וואס איך האב געהאט געשריבן מיט אפאר יאר צוריק אויף אן אנדערע נושא און ס'איז גלייך צענזורירט געווארן, מיט 4 יאר צוריק האט מען זיך געפריידט דערמיט, אבער פאר די היינטיגע קדוש טאנצער הנהלה איז עס נישט גענוג שמייליג. יארן האט זיך מושב זקנים דא ארומגעדרייט ביז מ'האט איהם אויסגעשפארט, מיט די היינטיגע הנהלה וואלט ער נישט אנגעזאמלט 5 תגובות פאר ער וואלט ארויסגעשטויסן געווארן. העק, אפילו לעקוואוד, די טאטע פון קאוועשטיבל, מיט די היינטיגע הנהלה וואלט ער זייער שנעל זיך געטראפן אינדרויסן. אויב איינער האט געטראכט אז די וואס באקלאגן זיך אז קאוועשטיבל איז שוין נישט וואס ס'איז געוועהן אמאל לעבן אין פאנטאזיעס האט ער דא זיין ענטפער.

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:46 pm
דורך שעפטאל
ברוך, איך האב נישט גענומען קיין צד אויב ס'גוט אדער שלעכט. כ'האב פלעין געשריבן א פאקט.
ווען דו רעדסט זיך אפ נאך מיין תגובה, קען מען נאך מיינען אז דאס האב איך געמיינט.

בינעך מוסר ומגלה. שעפטי נעמט נישט קיין צד :P

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:52 pm
דורך ברוך שפינוזה
כ'האב ניטאמאל געשריבן א ווארט וועגן גוט/שלעכט, נעמען א צד ח"ו איז דאך אפגערעדט.

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:11 pm
דורך שעפטאל
מיטן שרייבן אז ס'איז נישט נארמאל, האסטו אויפגעטוהן אז מיין תגובה וועט אויך ווערן אויסגעמעקט. שטייצעך נישט יעצט, נאר אין אפאר חדשים.

אבער שוין. איך האב טאקע נישט געמיינט קיין שלעכט'ס.

ק"ש איז געווארן א סייט וואס קעיטערט פאר די אמת'ע פארמאכטע עולם.
אבער מ'איז אביסל אויפגעקלערט, מ'רעדט אויף פינטאו, מ'איז דן וועלכע רחמיסטריווקא רבי גייט האבען מער פערדן פארענטשעס.

די מנהל מעג טוהן ווי אזוי ער וויל, ער צאהלט די ביל'ס, ער רייסט זיך אוועק פארן הצלחה, ער האלט וואס ער האלט און טוהט כפי הבנתו.

דו ווילסט מער אפן? ווילסט וויסן אז מ'מעג זאגן תהילים אהן א היט? עפען אן אנדערע סייט. פליצלינג וועסטו טרעפן די אמאליגע לייבן. כ'וועל שרייבן אין ביידע.

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:13 pm
דורך ברוך שפינוזה
"נישט נארמאל" קען מיינען "נישט נארמאל גוט" אויך

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:41 am
דורך שעפטאל
אבער... ואכמ"ל...



(נעה, כ'קען זיך נישט איינהאלטן פון אנציען די נערווען :lol: )

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:57 am
דורך berlbalaguleh
שעפטאל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:11 pm מיטן שרייבן אז ס'איז נישט נארמאל, האסטו אויפגעטוהן אז מיין תגובה וועט אויך ווערן אויסגעמעקט. שטייצעך נישט יעצט, נאר אין אפאר חדשים.

אבער שוין. איך האב טאקע נישט געמיינט קיין שלעכט'ס.

ק"ש איז געווארן א סייט וואס קעיטערט פאר די אמת'ע פארמאכטע עולם.
אבער מ'איז אביסל אויפגעקלערט, מ'רעדט אויף פינטאו, מ'איז דן וועלכע רחמיסטריווקא רבי גייט האבען מער פערדן פארענטשעס.

די מנהל מעג טוהן ווי אזוי ער וויל, ער צאהלט די ביל'ס, ער רייסט זיך אוועק פארן הצלחה, ער האלט וואס ער האלט און טוהט כפי הבנתו.

דו ווילסט מער אפן? ווילסט וויסן אז מ'מעג זאגן תהילים אהן א היט? עפען אן אנדערע סייט. פליצלינג וועסטו טרעפן די אמאליגע לייבן. כ'וועל שרייבן אין ביידע.
שעפטאל: ייש"כ. מי יתן והיה. איי עם וויטה יו... נאר מ'דארף אויפפאסן אז ס'זאל זיך נישט דערקייקלען צו דעם "סטענדערט" פון "פאליש". ווייל דאמאלס וועט עס נישט האבן (ח"ו) קיין אריכות ימים ונשים...!

איי-וועלט, ווי א טייל פון אונז געדענקען, בראשית דרכם האבן צוגעלאזט אינגאנצן א פרייעם אויסדרוק. מ'האט דארט געשריבן אפילו זאכן וואס גרעניצן זיך מיט ניבול פה. עד שינוסו הצללים..ביז מ'האט אנגעהויבן צענזורירן פון אלע בחינות. סיי פאליטיש, אידעאלאגיש און אן אפיציעלע ליניע. דארט האלטן מיר היינט.אויב ביסטו נישט איינשטימיג מיט די גוסטע פון די "אחראים" און "מנהלים" וווערסטו געמעקט אין עטליכע סעקונדעס.

That's where we are heading...!

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 2:26 am
דורך שעפטאל
ר' בערל שליט"א: ביטע בלעים נישט אין מיין נאמען. כ'האב ליב ק"ש ווי אזוי ס'איז. ❤️

כ'האב סך הכל אבזאווירט א זאך וואס איז א פאקט אין מיינע אויגן, כ'בין נישט אינטרעסירט זיך צו טענה'ן און אויפווייזן ברבים.

ווייל למאי נפקא מינה?
ס'גייט זיך נישט טוישן כעת. (ככה. אזוי איז.)
סתם אנציען די מענטשהייט?

כ'גלייב אז די הנהלת השטיבל האט נישט קיין שום פראבלעם אויב אונז עפענען נאך א סייט פאר זאכן וואס זענען ארויס פון די תקנות השטיבל וואס זענען היינט אינפאסירט (ווען אמאל האט מען אזעלכע תגובות דן געוועהן לכף זכות, זעה די לינק'ס. וואס דאס איז אפשר א חלק פונעם מנהל'ס כוונה מיט קעלנער'ס חרטה און מיטן ואכמ"ל). פונקט ווי רעדדיט און וואטסאפ וכו' זענען נישט קיין קאמפעטישן פארן שטיבל. ושלום על ישראל. ❤️

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 262#p23262
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 311#p23311

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:37 pm
דורך שעפטאל
שכח @מנהל פארן אויסקלארן.

אגב. ליינענדיג דעם קאמענטארן אשכול האב איך באמערקט אז דעם הערליכן סטרוקטער פון סדר האשכולות כל דבר במקומו הראוי לו נעמט אויף אזוי פיהל צייט און כח צו ריקן אשכולות צו זייער פלאץ. סאו שכח אויך פאר דעם.

לגוף הענין. כ'מיין אז כ'בין נישט מחולק מיטן מנהל. די טויש איז עפעס וואס יעדער וואס ליינט אביסל אלטע אשכולות זעהט קליפ און קלאר. (ווי כ'פארשטיי לייקנט מען עס נישט). די סיבות איז עפעס וואס יעדער שפעקולירט פאר זיך. (כ'רעד נישט פון די פאליטישע אנגעגעבענע סיבות וואס יעדע קאמפעני געבט ארויס פארן ציבור).

מיין שפעקולאציע איז געוועהן ווייל ביים זיין אפגעפרעגט מיט א שלעכטע נאמען האט מען נישט דעם אויפטוה פון א ערליכן סייט וואס רעדט דברים של טעם און דינט ווי א שופר פאר די ערליכע אידן. און ב"ה ק"ש איז היינט אסאך מער אנגענומען. (עכ"פ אזוי מיין איך).

דאס איז געוועהן מיין כוונה מיטן ערשטן תגובה דא. ווייל דעס איז די מעשה וואס איך דערצייל פאר זיך. וואלטעך געהאט אן אנדערע מעשה אין קאפ וואלטעך עס גע'אישי'ט צום מנהל און נישט סתם אזוי געשריבן טענות צו אים ברבים ווי טראמפ..

ס'שטערט מיך אז אנדערע וואס דערציילן זיך לכאו' אנדערע מעשיות און סיבות וואס רעגט זיי אויף קענען ניצן מיין תגובה ווי א פתח. דערפאר קלאר איך אויס ברבים מיין כוונה: ק"ש גייט אויסדריקלעך נישט אין די פיסטריט פון אייוועלט מיטן מעקן אלס פריוואטע אינטערעסן וכו'. ס'איז דוקא וואס די דעסקריפציע איז אלעמאל געוועהן אויפן פאפיר, א ערליכע אפענע סייט, וואס די אויפטו פארן כלל איז אין לשער.

יאפ. ס'איז געבליבן ביי דעם.
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=475#p475

(אזוי איז מיין עקספיריענס. די מנהל האט מיך גע'אישי'ט אמאל איידעלערהייט דערמאנען. נישט געמעקט.)

אפשר טוה איך נאריש פארן אויסקלארן היינט אהן די קאווע און פרישטאג, (מיין עגא דערשרעקט זיך פשוט פון די מנהל'ס לעצטע שורות..) כ'האף ס'ווערט געליינט מיט מיין וואונערביל הכנעה'דיגן טאון. ווייל אני שלום אדבר.

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 3:06 am
דורך berlbalaguleh
שעפטאל האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 2:26 am ר' בערל שליט"א: ביטע בלעים נישט אין מיין נאמען. כ'האב ליב ק"ש ווי אזוי ס'איז. ❤️

כ'האב סך הכל אבזאווירט א זאך וואס איז א פאקט אין מיינע אויגן, כ'בין נישט אינטרעסירט זיך צו טענה'ן און אויפווייזן ברבים.

ווייל למאי נפקא מינה?
ס'גייט זיך נישט טוישן כעת. (ככה. אזוי איז.)
סתם אנציען די מענטשהייט?

כ'גלייב אז די הנהלת השטיבל האט נישט קיין שום פראבלעם אויב אונז עפענען נאך א סייט פאר זאכן וואס זענען ארויס פון די תקנות השטיבל וואס זענען היינט אינפאסירט (ווען אמאל האט מען אזעלכע תגובות דן געוועהן לכף זכות, זעה די לינק'ס. וואס דאס איז אפשר א חלק פונעם מנהל'ס כוונה מיט קעלנער'ס חרטה און מיטן ואכמ"ל). פונקט ווי רעדדיט און וואטסאפ וכו' זענען נישט קיין קאמפעטישן פארן שטיבל. ושלום על ישראל. ❤️

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 262#p23262
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 311#p23311
שעפטאל: איך האב אויך ליעב קאווע שטיבל. נאר קאווע שטיבל האט מיך נישט ליעב. לכה"פ א טייל פון קאווע שטיבל.איינער פון די מייסדים און גאר חשוב'ע אידן. און דער "מנהל". דער מנהל שיקט מיר א יעדן בה"ב אן "אפיציעלע ווארענונג פון אן אדמיניסטרעטער" און שפארט מיך אויס מזמן לזמן. חוץ מעקן מיינע תגובות וואס געפעללן נישט פאר איהם אדער זיין קאלעגע. נאר איך בין "מצדיק את הדין" און איך פרוביר צו "ביהעיוון". אויסער ווען איך האב א סאך בויכווייטאג און איך מוז עס ארויסגעבן (למשל 2 תגובות פון היינט זענען שטארקע קאנדידאטן אז איך זאל עפעס הערן פונ'ם מנהל.)

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:46 am
דורך מילך טראק
אז מ'מעג טרינקען חלב סתם

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 3:20 pm
דורך קהל'ס נער
מילך טראק האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:46 am אז מ'מעג טרינקען חלב סתם
אין אמעריקא.

נו, יעצט גייסטו אנהייבן לאודן חלב סתם אויף דיין טראק :lol:

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: מוצ"ש פעברואר 17, 2024 7:44 pm
דורך מילך טראק
קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 3:20 pm
מילך טראק האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:46 am אז מ'מעג טרינקען חלב סתם
אין אמעריקא.

נו, יעצט גייסטו אנהייבן לאודן חלב סתם אויף זיין טראק :lol:
לול קאווע שטיבל האט קיינמאל נישט געהאט סכדות נאר אה יא די.

Re: נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

נשלח: זונטאג פעברואר 18, 2024 1:36 pm
דורך שוואכער
צום קעפל. אפשר קען איינער טאקע מאכן א געהעריגע מפתח פאר די פרישע, אנצייכנדיג - לפחות עטוואס כללות'דיג - הויפט מראי מקומות דא אין שטיבל, וואו זענען פארהאן די אשכולות וואס זענען טיפיש אנגעוויזן צו ווערן אלס 'נייע מושגים'דיגע אויסשמועסעריי'? (אדער אויב שוין דא, צו ווייזן דאס פלאץ)