בלאט 3 פון 4
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 12:55 am
דורך שמעקעדיג
פאראן וואס זאגן אז יא, וויבאלד די פארנט חלק איז בעסער פארדעקט.
די מאדנע זאך איז, אויב איז עס טאקע מער צניעות'דיג ווי אראפגעבינדען, הלמאי אין די ימים נוראים קומט מען אין שול אראפגעבינדן, אן קיין שפיצל? ודו"ק היטב.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 1:10 am
דורך עפל פאי
טאקע א הארבע פראגע.
ווער האט איינגעפירט ווי אזוי צו גיין ימים נוראים?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 9:47 am
דורך מ גפני
עפל פאי האט געשריבן:טאקע א הארבע פראגע.
ווער האט איינגעפירט ווי אזוי צו גיין ימים נוראים?
נישט די רעבעזעכרוינע לברכה?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 8:50 pm
דורך באשטעטיגט
איך זיך די מקור (אויב סע דא)אז מטאר נישט גיין געפאסטע קליידער, אין וואס זענען די גדרים?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 9:23 pm
דורך חאצקל
דער כלל איז אז דער גוף זאל וואס ווייניגער ארויסשטארטן, עס זאל זיין וואס ווייניגער בולט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:27 pm
דורך באשטעטיגט
דאס מיינט אז סדארפ זיין גרויס אין וואס ווייניגער צוזאמגענימען ?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:37 pm
דורך איחוד פעלד
ווער ווייסט סוועט אמאהל קומען א צייט וואס די גאר פרומע וועלען זיך לאזען אפערירען אוועק צונעמען דער בליטה אזוי עס זאל אזוי פלאך ווי א זכר, דאס וועט זיין די העכסטע מאס צניעות.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 11:57 pm
דורך באשטעטיגט
די גמרא זאגט כתובות מח ,לפום שארה. זקינה קשה לה משאוי ואינה יכולה לסבול בגדים רחבים וילדה צריכה בגדים רחבים להתנאות בהם: שטייט גארנישט וועגן צניעות
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:10 am
דורך sunbar
חאצקל האט געשריבן:דער כלל איז אז דער גוף זאל וואס ווייניגער ארויסשטארטן, עס זאל זיין וואס ווייניגער בולט.
ווער האט באשטימט דער כלל?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 1:28 am
דורך חאצקל
איך ווייס נישט, אבער עס איז א באקאנטער פאקט אז בדרך כלל וואס מער געפאסט די קליידער זענען און וואס מער די בליטות זעען זיך אן אלס מער רייצנד איז עס. איך זאג נישט אז עס איז פונקטליך אזוי ביי יעדן אבער אזוי איז עס בדרך כלל.
מעגליך אז אין די אור אלטע צייטן איז א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] לבוש געווען דוקא פארקערט, מיט וואס מער ברייט פארשפרייטע קליידער מיט לאנג פארצויגענע שאליקעס (ווי למשל א לאנגע דאסטער) וואס איז אוועק געשטעלט געווארן אויף אן אופן צו ציען מענטשן, אבער דאס איז זיכער אז היינט איז א געפאסטע קלייד דער לבוש וואס ציט מענער און האט א דירעקטער ********* מאטיוו.
ביסט טאקע גערעכט אז ס'איז נישטא קיין כלל, אבער איך פארשטיי אז טאמער זענען היינט געפאסטע קליידער דאס וואס רייצט אן איז זעלבספארשטענדליך אז דאס איז אומ'צניעות'דיג. ווייל צניעות באדייט באשיידן און יעדער זאך וואס רייצט אויף מענער איז קעגן באשיידנקייט און היינט איז געפאסטע קליידער איינע פון די רייצנדע זאכן
קען זיין אז אין די געגנטער וואו "יעדער" גייט שטארק געפאסט אדער גאר האלב אויפגעדעקט אבער מיט א באשיידנקייט און פראקטישער מאטיוו, וואלט עס אפשר געווען מותר עפ"י הלכה. אונזערע פרויען אבער אויב גייען זיי געפאסט אדער גאר האלב אויפגעדעקט וועט עס זיין רייצנד ווייל רוב פון אונזערע פרויען ווילן צייגן אטראקטיוו מיט וואס אימער זיי גייען אנגעטון.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 9:45 am
דורך sunbar
איך פארשטיי. איך האב זיך פשוט געוואונדערט טאמער עס איז דא א באשטימטע כלל...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 10:22 am
דורך קאווע טרינקער
קען זיין אז אין די געגנטער וואו "יעדער"" גייט שטארק געפאסט אדער גאר האלב אויפגעדעקט אבער מיט א באשיידנקייט און פראקטישער מאטיוו, וואלט עס אפשר געווען מותר עפ"י הלכה. אונזערע פרויען אבער אויב גייען זיי געפאסט אדער גאר האלב אויפגעדעקט וועט עס זיין רייצנד ווייל רוב פון אונזערע פרויען ווילן צייגן אטראקטיוו מיט וואס אימער זיי גייען אנגעטון.
נו, איז נישט בעסער צו מזכה זיין יעדעם?
זאל די רוב טוען ווי די מועט, און יעדער וועט זיין צופרידען ( אויסער די מוחים וואס וועלן נישט האבן וואס צו טוען)
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:36 pm
דורך באשטעטיגט
חאצקל האט געשריבן:איך ווייס נישט, אבער עס איז א באקאנטער פאקט אז בדרך כלל וואס מער געפאסט די קליידער זענען און וואס מער די בליטות זעען זיך אן אלס מער רייצנד איז עס. איך זאג נישט אז עס איז פונקטליך אזוי ביי יעדן אבער אזוי איז עס בדרך כלל.
מעגליך אז אין די אור אלטע צייטן איז א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] לבוש געווען דוקא פארקערט, מיט וואס מער ברייט פארשפרייטע קליידער מיט לאנג צינענדע שאליקעס (ווי למשל א לאנגע דאסטער) וואס איז אוועק געשטעלט געווארן אויף אן אופן צו ציען מענטשן, אבער דאס איז זיכער אז היינט איז א געפאסטע קלייד דער לבוש וואס ציט מענער און האט א דירעקטער ********* מאטיוו.
ביסט טאקע גערעכט אז ס'איז נישטא קיין כלל, אבער איך פארשטיי אז טאמער זענען היינט געפאסטע קליידער דאס וואס רייצט אן איז זעלבספארשטענדליך אז דאס איז אומ'צניעות'דיג. ווייל צניעות באדייט באשיידן און יעדער זאך וואס רייצט אויף מענער איז קעגן באשיידנקייט און היינט איז געפאסטע קליידער איינע פון די רייצנדע זאכן
קען זיין אז אין די געגנטער וואו "יעדער"" גייט שטארק געפאסט אדער גאר האלב אויפגעדעקט אבער מיט א באשיידנקייט און פראקטישער מאטיוו, וואלט עס אפשר געווען מותר עפ"י הלכה. אונזערע פרויען אבער אויב גייען זיי געפאסט אדער גאר האלב אויפגעדעקט וועט עס זיין רייצנד ווייל רוב פון אונזערע פרויען ווילן צייגן אטראקטיוו מיט וואס אימער זיי גייען אנגעטון.
איך מיין אז אז א קלייד וואס פאסט גיט -איז שיין ,אין אמת א שיינע פרוי קען רייצען ,דאס מיינט נישט אז זי איז נישט צניעות, פאר א סיבה מעג מען נישט קיקען אויף א פרוי. צניעות מיינט וואס ווייניגער דרייען אין די גאס (כמבואר בשו"ע)וואס דאס איז שווער היינטיגער טעג.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 2:01 pm
דורך איחוד פעלד
צניעות מיינט אז איך זאל זי זעהן און איך זאל זאגען פוי......
אין אמת גערעדט אמאהל איז דא אפרוי וואס גייט אנגעטוהן אזוי בצניעות אז אלע וואס זעהן זאגען, אזוי שיין אזוי צניעותדיג, און וואפס די גאנצע צניעות איז בטל געווארען.
לדעתי מיינט צניעות אז די מקומות המבכוסים זענען מכוסה, און דעטס איט. א רויטע בגד איז לכורה נישט אסור אלס צניעות נאר אן אלטע תקנה.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 2:03 pm
דורך חאצקל
איך גיי נישט אריין גיין אינעם ווערטליכן טייטש פון צניעות, אבער דער רעיון פון צניעות אז פרויען זאלן נישט צייגן צו רייצענט איז א אידישליכע און איז זעלבסט פארשטענדליך.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 2:26 pm
דורך באשטעטיגט
חאצקל האט געשריבן:איך גיי נישט אריין גיין אינעם ווערטליכן טייטש פון צניעות, אבער דער רעיון פון צניעות אז פרויען זאלן נישט צייגן צו רייצענט איז א אידישליכע און איז זעלבסט פארשטענדליך.
איך האלט אז בדרך כלל ווילן זיי נאר אימפרעסען די חברטע ,וואס דאס איז נארמאל,(עי' פרק במה אשה)נישט אנרייצען אנדערע מענער.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:05 pm
דורך נס קאווע
באשטעטיגט האט געשריבן:איך מיין אז אז א קלייד וואס פאסט גיט -איז שיין ,אין אמת א שיינע פרוי קען רייצען ,דאס מיינט נישט אז זי איז נישט צניעות, פאר א סיבה מעג מען נישט קיקען אויף א פרוי. צניעות מיינט וואס ווייניגער דרייען אין די גאס (כמבואר בשו"ע)וואס דאס איז שווער היינטיגער טעג.
איך זאג נישט ח"ו אז מ' מעג, אבער איז דא א מקור אויף דעם?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:45 pm
דורך באשטעטיגט
דו ביסט גערעכט, דער איסור איז נאר אויב מ'קוקט הנאה צו האבן (עי' משנ"ב סי' עה ס"ק ז').
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:25 am
דורך איך אויך
איחוד פעלד האט געשריבן:ווער ווייסט סוועט אמאהל קומען א צייט וואס די גאר פרומע וועלען זיך לאזען אפערירען אוועק צונעמען דער בליטה אזוי עס זאל אזוי פלאך ווי א זכר, דאס וועט זיין די העכסטע מאס צניעות.
אין אפריקע טוהט עס די מאמע אויף אירע טעכטער מיט א הייסע אייזן.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:08 am
דורך לחיים
דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת איז געווען א שו"ת און ראוז קעסטל ביי מעמד חינוך הבנות בנוגע הלכות צניעות מיט הרב אשכנזי פון קרית יואל
ער האט אלעס זייער קלאר ארויסגעברענגט.
ווער עס איז דארט געווען ווערט געבעטן דאס איבערגעבן דא פארן עולם למען ידעו.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:59 am
דורך איחוד פעלד
איך אויך האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:ווער ווייסט סוועט אמאהל קומען א צייט וואס די גאר פרומע וועלען זיך לאזען אפערירען אוועק צונעמען דער בליטה אזוי עס זאל אזוי פלאך ווי א זכר, דאס וועט זיין די העכסטע מאס צניעות.
אין אפריקע טוהט עס די מאמע אויף אירע טעכטער מיט א הייסע אייזן.
יישר כח.
http://www.streetnewsservice.org/news/2 ... easts.aspxא חברה ממזרים
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:02 am
דורך קאווע טרינקער
איחוד, ס'איז געבלאקט. וועגן דיך "איחוד הקהילות".
נשלח: מאנטאג יאנואר 21, 2013 9:38 am
דורך ענדע צדיק
שוין לאנג וואס ס'הערשט א צומישעניש אין דעם,
איעדע פרוי האט מערערע לעוועלס פון שיינקייט וויאזוי מ'טוט זיך אן, שטוב קליידער, ווען מ'גייט אויס אין גאס אדער געשעפטען וכדומה, שבת יום טוב, חתונה וכו',
אפילו א איידעלע פרוי וואס גייט צו א חתונה מיט א שיינע גאונד מעיקאפ שיינע שייטל, וכו' איז זייער ציענד געווענטליך, און איך זעה נישט אז מ'זאל מפקפק זיין,
פון די אנדערע זייט ווען א םרוי גייט מיט ערמל נישט ביז די ביין ממש, אדער ווען די סקורט איז נישט 6 אינטשעס אונטער די קני, מאכט מען א גאנצע אשה.