בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 11:14 am
דורך שמואל הלוי
אייגענארטיג האט געשריבן:אין ק"י איז די לכתחילה פרייז 225 א קינד ביז כיתה
ווידער אין וומס איז די לכתחילה פרייז 175

דאס הייסט א ק"י תושב מיז צאלן 50 מער פער קינד. איך ווייס נישט אנדערע פרייזן אבער דאס איז רידיקילעס.

ווענדט זיך וועלכע מוסד אין קרית יואל.
אין UTA (וואס געהערט צו מהר"א) איז די פרייזן ביליגער (מסתמא צוליב די פילע פראגרעמס און ביזנעסער וואס די מוסדות פארמאגן), און אויך רעכנט מען נישט קיין טראנפארטאציע, ווייל ס'ווערט באצאלט פון די שטאט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:22 pm
דורך געפילטע פיש
גאלד, פארוואס האסטו כמעט געחליש'ט? ביזט געוואר געווארן אז ס'דא מענטשען וואס מאכן פינינציעלע חשבונות פארן דיסיידן צו האבן נאך א קינד?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:23 pm
דורך שמואל הלוי
געפילטע; במחילת כבודך הרמה, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז מען מתיר בוירט קאנטראל בלויז פאר רפואה, אבער נישט פאר פינאנציעלע חשבונות.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:50 pm
דורך געפילטע פיש
ווער איז "מען" רוב חסידישע דיינים? אויב אזוי ביזטו גערעכט.
אבער כ'האב נישט גערעדט פון איסור והיתר, אל איי סעד איז אז עס זענען פארהאן אזעלכע מענטשען וואס מאכן פינאנציעלע חשבונות פארן מאכען אזעלכע דיסיזשענס.

אבער אז דו רעדסט שוין, וואס איז די חילוק ציווישן פיזיקאלע געזונט וואס פאר דעם געט מען יא היתירים, און פסיכלאגישע געזונט וואס, לשיטתך, געט מען נישט, מ'האלט דאך אין איין רעדן דא פון טאטעס וואס האבן הארץ אטאקעס פון דאגות פרנסה, איז א הארץ אטאקע נישט גענוג אויף מתיר זיין בוירט קאנטראל?

נ.ב. כבודי הרמה אינו זמין כעת, אמסור לו את בקשת מחילתו כשיתפנה.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 2:07 pm
דורך פריינדליך
געפילטע פיש האט געשריבן:אבער אז דו רעדסט שוין, וואס איז די חילוק ציווישן פיזיקאלע געזונט וואס פאר דעם געט מען יא היתירים, און פסיכלאגישע געזונט וואס, לשיטתך, געט מען נישט, מ'האלט דאך אין איין רעדן דא פון טאטעס וואס האבן הארץ אטאקעס פון דאגות פרנסה, איז א הארץ אטאקע נישט גענוג אויף מתיר זיין בוירט קאנטראל?


א אויספרעג צווישען דעם חסידישען ציבור - אפילו ביי די וואס מיטשען זיך גאר שטארק - וואלט לכאורה געוויזן אז געלט זאל נישט שפילען קיין פאקטער און וופיל קינדער זיי זאלען האבן, און זיי זענענן גרייט אויף כ"א לפי מצבו,

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 2:19 pm
דורך געפילטע פיש
און דיין פוינט איז...?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 2:23 pm
דורך פריינדליך
מענטשן וואלטען נישט געזיכט אזא היתר אפילו עס וואלט געווען עוועלעבעיל,

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 2:24 pm
דורך villager
געפילטע פיש האט געשריבן:אבער אז דו רעדסט שוין, וואס איז די חילוק ציווישן פיזיקאלע געזונט וואס פאר דעם געט מען יא היתירים, און פסיכלאגישע געזונט וואס, לשיטתך, געט מען נישט, מ'האלט דאך אין איין רעדן דא פון טאטעס וואס האבן הארץ אטאקעס פון דאגות פרנסה, איז א הארץ אטאקע נישט גענוג אויף מתיר זיין בוירט קאנטראל?


אויב איינער קען פראווען אז ער גייט האבן דאגות פרנסה אין איבער 3 יאר ארום אזוי ווייט אז ער זאל כאפן א הארץ אטאקע רח"ל גלייב איך אז ער קען באקומען א היתר...

חדש אסור מן התורה

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 1:03 pm
דורך diff
Why do schools need to have fancy buildings, offices and lobbys. Why cannot the melamdim walk the children to school. The melamdim are earning more than any BH Photo / Kedem Etc worker whith all programs. And do not pay Schar limud. and every 3 melamdim need a manahel. Any kolleler woud be happy to teach for another $100 Weekly its easy today with artscroll. Yeshivoth at home were setup in shul and only had a rosh there was no such a thing as magid shiur / mashgiach. etc.etc

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:28 pm
דורך נפתלי
diff האט געשריבן:Why do schools need to have fancy buildings, offices and lobbys. Why cannot the melamdim walk the children to school. The melamdim are earning more than any BH Photo / Kedem Etc worker whith all programs. And do not pay Schar limud. and every 3 melamdim need a manahel. Any kolleler woud be happy to teach for another $100 Weekly its easy today with artscroll. Yeshivoth at home were setup in shul and only had a rosh there was no such a thing as magid shiur / mashgiach. etc.etc

?Why do you need to live in a nice big house and wear a beautiful suit and nice shoes can't you live in an old shed and go around with old clothing like people used to live back home

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:29 pm
דורך זר זהב
Who says he lives in a nice house
i would say' like most yungelaat he lives in a rotten apartment

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:34 pm
דורך נפתלי
אקעי האסט מיר געכאפט ביים ווארט, אבער כאפסט מיין פוינט...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:39 pm
דורך זר זהב
יא, אבער ער האט אויך שטארקע פוינטס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:47 pm
דורך אלזא
אין מאנרא האט מען געמאכט ביי די קליינע מיידלך אז ווער ס'ברענגט א איינטריט קארטל באקומט א פרייז אין ווער נישט זאל שטיין אויפן טאטענ'ס קאפ אכ,,,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:49 pm
דורך נפתלי
זר זהב האט געשריבן:יא, אבער ער האט אויך שטארקע פוינטס

מיט וואס? אז די מלמדים זאלן טראגן די קינדער אין חדר און אז די בחורים זאלן לערנען און שוהל? (כ'מיין מ'רעדט שוין דערפון ערגעץ דא אין קאווע שטיבל), די מוסדות טארן נישט האבן קיין נארמאלע בנינים?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:38 pm
דורך שמעקעדיג
שטארקע פוינטס!
לאמיר זעהן צי מר. דיפף אליינס וואלט געוואלט לערנען אין אזא חדר אלץ קינד!
ס'איז גרינג צו זאגן פאר יענעם.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 5:29 pm
דורך diff
The Fancy buildings , offices , lobbys are not for the children its letiferes hachasidus. We did not have it.Transportation there has to be other way than bringing the whole area to standstill every morning. And Why do melamdim not pay, arent they paid by todays standards.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:09 pm
דורך איך אויך
מר דיףף זאג שנעל וואס די ווילסט ווייל עפעס קוועטשט דיר.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:14 pm
דורך איחוד פעלד
איך מיין ער טענהט אז מען רייסט שכר לימוד פין עולם און מען ספענד אויף לוקסוס, און עדיוקעשען באקומט מען א קדחת...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:20 pm
דורך געפילטע פיש
אפשר קומט איינער אויף מיט א סולושען אז די גאנצע שטאט זאל זיך נישט אפשטעלן יעדע אינדערפרי ציווישן אכט דרייסיג און צען?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:31 pm
דורך איך אויך
ווילסט צוריקגיין צו די צייטן וואס עס זענן נעבעך געווען עטליכע עקסידענטס? למעשה בלאקן די גאס איז די סעיפעסט וועג אפצונעמן און אראפשטעלן קינדער און כמובן איז דאס אויך דער געזעץ. איך בין זיכער דו ווילסט דיינע טייערע קינדער זאלן אנקומן אויף די זיכערסטע וועג און עס שטערט דיר נישט לצורך דעם צו בלאקן די גאס פאר צעהן סעקונדעס נו אלע אנדערע עלטערן ווילן דאס אויך נעמט עס צייט.

אדער אפשר ווילסטו מען זאל לערנן אין א כאפטע אויף יעדע בלאק זיצענדיג אויף די ערד אזוי פאקיסטאנער מדרסה סטייל? יעדע זאך אויף די וועלט האט זיך זיין פרייז וואס מען צאלט דערפאר.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:49 pm
דורך געפילטע פיש
נישט דאס האב איך געמיינט. קודם אסאך מאל קען מען זיצן אונטער א באס און די באס קען מאכן זעקס סטאפס אויף איין בלאק, אן קיין גוזמא! ממש איין הויז נאכן צווייטן. נאכדעם דארף אויף יעדע גאס דורכגיין לפחות 2 באסעס פון יעדע חדר, צוויי סאטמארס, צוויי באבוב, צוויי סקווער, צוויי וויזשניץ, וכו' וכו', טיימס פיר טריפס, יונגלעך, מיידלעך, פאר די עלטערע און יונגערע קינדער. קען מען נישט מאכן אנשטאט דעם אז איינס-צוויי באסעס פון יעדע בלאק זאלן ארום נעמען די קינדער צו אלע חדרים? איז דאס נארמאל אז ס'דא מער באסעס ווי מענטשן אויף די גאסן?
איז דא נאך א פלאץ אין די וועלט וואו ס'וואוינען אזוי סאך קינדער צוזאמגעשטופט און יעדע קינד גייט צו אן אנדערע מוסד?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 9:32 pm
דורך אוי טאטי
געווענליך א נארמאלע באס דרייווער, ווען ער ווייסט אז ער דארף מאכן אפאר סטאפס לאזט ער אדורך די קארס.