בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:46 pm
דורך לעיקוואד
דאך איז בעסער צו גלייבען אין 3 געטער, אדער איין גאט מחולק אין דריי ווי אין קיין איינס נישט.
אלנפאלס איז זער שילוש נישט אזוי פשוט אז סאיז ריבוי וייל זיי עקשנן זיך אז סאיז סאמת נאר איינס, איי סאיז 3, נו וואס האבן מיר א השגה.. סבלייבט וייטער נאר איינס. ממילא איז שווער דאס דן צו זיין אלס כפירה אין אחדות ה' וועגן דעם. אסאך גרינגער צו באשולדיגען אין ע"ז און הגשמה וייל זיי גלייבען אז א מענטש- אותו האיש קען זיין גאט. [אגב די מורמונים וואס רומני גלייבט אין זיי גלייבען אז לא אותו האיש בלבד אלא כל אחד ואחד קען זוכה זיין צו דעם אויב וועט ער זיין גענוג וואויל..]
עכ"פ דאס אלס מאכט נאכנישט אז ווען דיי דערמאנען גאט מיינען זיי יאשקע, און סדא מקום שיך צו דינגען איבער דעם. בעיקר רובם איז דאך מנהג אבותיהם בידיהם און זיי פארשטייען נישט צו טיפע תאלוגיע נאר גלייבען אין גאט ווי סזאל נאר זיין וואס דאס איז שוין בעסער פון אן אתאיסט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:58 pm
דורך געפילטע פיש
ע"פ הלכה איז דא א מחלוקת אויב קריסטן הייסן עובדי ע"ז וויבאלד זיי גלייבען אין השגחה עליונה נאר בשיטוף און אין בני נח מוזהרים על השיתוף, דאגעגן די מוסלמענער זענען זיכער נישט קיין עע"ז, ווייל זיי גלייבן אין יחוד השם.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:14 am
דורך נולד מאוחר
כ'האב אמאל געזען א טענה אז אויב זאגט מען סאיז נישט עכט ע''ז ווייל מנהג אבותיהם בידיהם, דאןזענען רוב מאמינים נישט קיין מאמינים סאיז נאר מנהג אבותינו בידינו.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 2:00 pm
דורך לעיקוואד
נולד מאוחר האט געשריבן:כ'האב אמאל געזען א טענה אז אויב זאגט מען סאיז נישט עכט ע''ז ווייל מנהג אבותיהם בידיהם, דאןזענען רוב מאמינים נישט קיין מאמינים סאיז נאר מנהג אבותינו בידינו.

אין הכי נמי. און אזוי שרייבט דער מהר"ל אין גור אריה ביי קריעת ים סוף ווי סשטייט תפסו אומנותת אבותם, אז סנאר אבחינה פון מנהג אבותיהם בידיהם אבער נישט קיין אמתער אמונה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:20 pm
דורך נאך א פשט
נולד מאוחר האט געשריבן:כ'האב אמאל געזען א טענה אז אויב זאגט מען סאיז נישט עכט ע''ז ווייל מנהג אבותיהם בידיהם, דאן זענען רוב מאמינים נישט קיין מאמינים סאיז נאר מנהג אבותינו בידינו.


איז עס דען נישט אזוי?
ועל אלה אני בוכיה

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 4:57 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:כ'האב אמאל געזען א טענה אז אויב זאגט מען סאיז נישט עכט ע''ז ווייל מנהג אבותיהם בידיהם, דאןזענען רוב מאמינים נישט קיין מאמינים סאיז נאר מנהג אבותינו בידינו.

אין הכי נמי. און אזוי שרייבט דער מהר"ל אין גור אריה ביי קריעת ים סוף ווי סשטייט תפסו אומנותת אבותם, אז סנאר אבחינה פון מנהג אבותיהם בידיהם אבער נישט קיין אמתער אמונה.

מנהג אבותינו בידינו איז אויך גוט. אז מען גייט אין דרך פון אונזערע עלטערן (פארשטייט זיך, נישט מיט אלעס) איז שוין גוט. נישט א יעדער קען צו קומען צו אמונה אין באשעפער דורך חקירה, אזוי ווי דער בעל חובות הלבבות שרייבט אין די הקדמה. אז דער "חובת הלבבות" איז צו חקר'ן דעם הווית הא' און דורכדעם ווערן א מאמין. פאר אונז איז גענוג צו האבן אמונה פשוטה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:17 am
דורך לעיקוואד
berlbalaguleh האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:כ'האב אמאל געזען א טענה אז אויב זאגט מען סאיז נישט עכט ע''ז ווייל מנהג אבותיהם בידיהם, דאןזענען רוב מאמינים נישט קיין מאמינים סאיז נאר מנהג אבותינו בידינו.

אין הכי נמי. און אזוי שרייבט דער מהר"ל אין גור אריה ביי קריעת ים סוף ווי סשטייט תפסו אומנותת אבותם, אז סנאר אבחינה פון מנהג אבותיהם בידיהם אבער נישט קיין אמתער אמונה.

מנהג אבותינו בידינו איז אויך גוט. אז מען גייט אין דרך פון אונזערע עלטערן (פארשטייט זיך, נישט מיט אלעס) איז שוין גוט. נישט א יעדער קען צו קומען צו אמונה אין באשעפער דורך חקירה, אזוי ווי דער בעל חובות הלבבות שרייבט אין די הקדמה. אז דער "חובת הלבבות" איז צו חקר'ן דעם הווית הא' און דורכדעם ווערן א מאמין. פאר אונז איז גענוג צו האבן אמונה פשוטה.

דא רעדט זיך בכלל נישט פון אמונה פשוטה [מה שז לא יהיה] VS. חקירה וכו'. דא רעדט זיך פון א צוויטער נקודה אינגאנצען, פון אן אמונה ועבודת ה' וואס האט נישט אין זיך קיין אמונה בכלל בעצם, און סאיז נאר א בחינה פון מנהג אבותיהם בידיהם. דאס איז א שטייגער פון מצוות אנשים מלומדה און מנהג אבותיהם בידיהם וואס ווי ארוסגעברענגט א א גוי וואס דינט אזוי ע"ז האט נישט א דין פון א אמתער עובד ע"ז ווייל ער גלייבט נישט עכט אין דעם סאיז נאר מנהג אבותיו בידיו.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:25 am
דורך נולד מאוחר
כ׳פרעג א אינגערמאן, זאג נאר ביסטו א מאמין? אוודאי, וואס איז די שאלה פרעגט ער מיר.
וואס גלייבסטו? פרעג איך עם. זאגט ער אלעס וואס מען דארף גלייבן.
פרעג איך וואס גלייבסטו? זאגט ער איך ווייס נישט פונקטליך, אלעס וואס שטייט אין די אני מאמין'ס.

דאס איז געווען גלייך נאכדעם וואס ער האט געענדיגט בארעדן איינעם אז יענער גלייבט אין גארנישט.