בלאט 3 פון 6

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:39 pm
דורך משה רוקח
שמעקעדיג האט געשריבן:כמעט א יאר נאכן פארשטויבן דעם אשכול, לאמיר עס צוריק אפירנעמען אויפן אויבערפלאך.

כ'האב אנגעטראפן א גוטן עפפ וואס קען צוניצקומען סיי אין די סיטי, סיי אין אפסטעיט, און וואו נישט,
דער עפפ רופט זיך "Car locator", ער געדענקט גענוי (און דערמאנט דיר) וואו דו האסט געפארקט דיין קאר, און וויפיל צייט עס איז שוין אדורך פון די פארקינג (למשל אויב האסטו נאר 45 מינוט ביים מיטער, וועט ער האלטן חשבון דערויף).

עס קען צוניצקומען ביי די גרויסע מאללס מיט ריזיגע פארקינג לאטס, וואס צומאל נעמט א לענגערע צייט ביז מען דערמאנט זיך וואו מען האט געפארקט.

די עפפ האט א פרייע ווערסיע און אויך א באצאלטע ווערסיע ($3.99), איך האב נאך נישט אויסגע'פיגער'ט דעם חילוק צווישן זיי.


דאס איז גוט און ס'איז בחינם
https://play.google.com/store/apps/deta ... atey&hl=en

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 10:46 am
דורך חד גדיא
איז דא א וועג צו האבן א דיקשענערי אין ענדרויד וואס וועט ארויפברענגען א דעפינישען ווען מ'סעלעקט א ווארט?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:17 am
דורך נולד מאוחר
לעצטענס באגעגענט די עפפ over drive media. מקען ליינען אסאך דידשיטאל ביכער פון לייברעריס
.מדארף האבן א לייברערי אקונט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 10:22 am
דורך שמעקעדיג
שוין א לענגערע צייט וואס עס שטערט מיר - און נאך אסאך אנדערע - אז אויף GMAIL עפפ אין אנדרויד קען מען אטעטשן בלויז בילדער און ווידיא, קיין שום אנדערע סארט פייל ווערט נישט ערמעגליכט.
אויסער די עצה פון נעמען אן אנדערע אימעיל עפפ, וואס איז א גוטע איידיע פאר אסאך אנדערע חסרונות וואס די דזשימעיל עפפ פארמאגט, קענט איר דאונלאודן די עפפ "אטטעטשמענטס"
https://play.google.com/store/apps/deta ... mailattach
דאס וועט אייך ערלויבן צוצוליייגן סיי וועלכע סארט פייל איר ווילט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 11:56 pm
דורך נולד מאוחר
וואס הייסט, pdf קען מען. וואס נישט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 12:00 pm
דורך שמעקעדיג
ווי אזוי קענסטו עס אטעטשן אין דיין פאון?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 12:21 pm
דורך געפילטע פיש
קענסט עטעטשען יעדע מין פייל, נאר נישט פון די Gmail עפפ, נאר דורך גיין צו די פייל אליינס, אין עני פייל עקפלארער עפפ, און שעיר'ן פון דארט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 3:23 pm
דורך נולד מאוחר
יא שמעקי דאס האב איך געמיינט. ווען דריקסט שעיר רין עני פייל וועסטו באקומען אלע דיינע שעירינג אפציעס.
דארט איז אויך דא gmail

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 3:37 pm
דורך שמעקעדיג
אהא. איך האב גערעדט פון אינסייד די דזשימעיל עפפ.
א דאנק אייך אלע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 5:36 pm
דורך שמעקעדיג
מזל טוב. ענדליך האט גוגל אליינס צוגעלייגט דעם פיעטשור אין זייער אפדעיטעד עפפ, אצינד קען מען שוין אטעטשן פון אינווייניג דעם GMAIL עפפ אלע סארטן פיילס.

http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=13318

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:27 pm
דורך שמעקעדיג
עס זענען פאראן אסאך עפפס צו מענעדזשן פיילס אויפן ענדרויד, אבער איך מיין אז דאס (מעמארי זאון) שטייגט איבער אלע

https://play.google.com/store/apps/deta ... k.mz&hl=en

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:45 pm
דורך גדעון
חד גדיא האט געשריבן:איז דא א וועג צו האבן א דיקשענערי אין ענדרויד וואס וועט ארויפברענגען א דעפינישען ווען מ'סעלעקט א ווארט?


https://play.google.com/store/apps/deta ... wordlookup

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:47 am
דורך נולד מאוחר
כמיין אז סאיז שנעלער צי הלייטען א ווארט און סעלעקטען web search ווי איידער ניצען די עפפ.
די עפפ דארף מען דריקען די שעיר קנעפעל און דאן ס'לעקטען די עפפ.

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 12:50 pm
דורך נולד מאוחר
איז דא עפפ פאר דעם?
איינער בארגט מיין פאן זאל איך קענען פארשפארן אלעס חוץ מאכו פאן קאלס?
כרעד פון ענדרויד.

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 1:07 pm
דורך געפילטע פיש
Install
simple dialer widget,
and place it on your lock screen.

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 1:19 pm
דורך [NAMELESS]
ווי אזוי לייגט מען עס אויף די לאקסקרין?

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 1:26 pm
דורך געפילטע פיש
אויב האסטו קיט-קעט דארפסטו ערשט ערמעגליכן דעם אפציע אין סעקיוריטי סעטטינגס, Enable widgets.
דערנאך פונעם לאק סקרין ברויך מען דרוקן אויפן פלוס (געוואנדען אין דיין לאק סקרין אנשטעלונגען, דארף מען צומאל סווייפן רעכטס אדער לינקס) און אויסוועלן די סימפל דיילער ווידזשעט.

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 3:06 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע, אין די דיסקריפשען פון די עפפ שטייט אז מקעו עס נאר טון מיט 4.2 kitkat.
נולד מאוחר האט נאך 4.1.2 זשעליבין. וואס טוט מען?

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 3:11 pm
דורך געפילטע פיש
ס'דא נאך ענליכע עפפס, זוך פאר lock screen dialer widget אדער סתם dialer widgets, און זע אויב דו קענסט עס ארויפלייגן אויף דיין לאק סקרין.

אפשר איז שוין צייט אפצודעיטן צו 4.2?

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 4:43 pm
דורך נולד מאוחר
נו אדרבה וויאזוי קען איך אפדעיטן?
ווען כגיי צי סיסטעם אפדעט זאגט ער מיר אז כבין אפטודעיט.

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 5:06 pm
דורך געפילטע פיש
וועלכע פאון?

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 5:36 pm
דורך פליקער
לכאורה איז דראפ באקס די בעסטע עפפ, עס איז שטארק פארלעסלעך, פאקט איין גוגל דרייו,
קעם סקענער אויך א דעלישס עפ, עס קלארט אויס א בילד ווי א געהעריגע סקעננער

נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 6:28 pm
דורך שמעקעדיג
ביטע נישט שיסן סטעיטמענטס אן מסביר'ן, אזוי אז די קליינקעפיגע צווישן אונז זאלן קענען מיטהאלטן.
פליעז עקספלעין פארוואס דראפ-באקס איז מער פארלעסליך און פאקט איין גוגל דרייוו.