אינטרעסאנט, איך האב אלע יארן געהערט אז מונה פירט אן דעם "להקת הרבני הצבאי", אבער איך ווינדער זיך שטענדיג, פארוואס הערט מען קיינמאל נישט פון א פראיעקט מיט מונה מיט להקת הצבאי?
דער סופער ארעינדזשער "מונה רוזנבלום"!!!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
טעפל האט געשריבן:חאצקל האט געשריבן:ווייסט איינער ווער ס'האט געמאכט די מוזיק אויף דוב הופמאן'ס צווייטער טעיפ?
מיר קוקט עס אויס ווי מונה רוזנבלום! קען עס איינער באשטעטיגן?
דארט ווי ער זינגט ועל ידי זה ישפע שפע רב איז מונה
אוי אוי, שבת, שבת, קודש, אוי אוי אוי אוי אוי, העי... קען איינער דעם אינטראו דארט?...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
איך האב אויבן דערמאנט מיין וואונדער אז אברהם פריד האט נישט גענומען מונה צו מאכן מוזיק ביי קיין איינע פון זיינע פראיעקטן. יעצט דערמאנן איך זיך אז אויך משה גאלדמאן האט קיינמאל נישט גענומען מונה פאר זיינע סעריעס אלבום'ס, ביי קעמפ שלוה האט ער גענוצט בעיקר משה לאופר און ישראל לאם און אמאל אויך עמיצער באב סמיט און ביי זיין אנדערע סעריע האט ער גענוצט זיין זון חיים יצחק גאלדמאן, אבער מונה האט ער נישט אנגעטאטשט ביי קיין איינס פון זיינע אייגענע פראיעקטן, והוא פלאי?
- שמייכל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
חאצקל האט געשריבן:וואס זאגט איר צו דעם וועלט בארימטן טעיפ "תמיד בשמחה" פון מרדכי בן דוד?
ביי מיר איז עס פאררעכנט אלס בעסטע טעיפ פון מרדכי בן דוד (אונטרעסאנט און פיל מיט לעבנסלוסט).
יאפ - טאקע פארגעסן צו דערמאנען דעם אלבום, עס פארמאגט אסאך ארט, ווער רעדט נאך פון די אינטראוי פון ׳גם כי אלך׳ (שוין דערמאנט אויבן דוכצעך)
If you smile when no one else is around, you really mean it
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
ווער עס האט געהערט די מוזיק אויף דעם ניגון משיח פון מרדכי בן דוד גדענקט מעגליך אז דער אינטראו אויף דעם ניגון ווערט אויך געשפילט צוזאמען מיטן ערשטן פאל פונעם ניגון, ד.ה. אז דער אינטראו איז זייער שטארק געבויט אויפן ניגון, עס איז ווי אן אינטערשפילעכט פארן ניגון. (עס האט א מוזיקאלישער טערמין, איך האב פארגעסן דעם נאמען יעצט)
די זעלבע האט איך באמערקט איז מיט א גאר גרויסער טייל פון מונה'ס אינטראו'. האט עס נאך איינער באמערקט?
די זעלבע האט איך באמערקט איז מיט א גאר גרויסער טייל פון מונה'ס אינטראו'. האט עס נאך איינער באמערקט?
- שמייכל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
מיין שאלה איז צו ס׳איז נאך שייך עפעס צו ערווארטן פון מונה אינעם עתיד אדער צו איז ער שוין א פארגאנגענהייט
כ׳האב פונקט נעכטן גערעדט צו איינעם א פיאניסט וואס האט באזוכט ביי מונה ביי זיין וויזיט אין א"י מיט 10 יאהר צוריק און מונה האט אים זייער ווארים אויפגענומען און זיי האבן פארברענגט א לענגערע צייט און זיך געוויזן איידיעס איינער פארן צווייטן, מי יתן והי׳ אז מיר זאלן דאס דערלעבן... הא חאצקל, וואלסט נישט געוואלט ספענדן איין נאכמיטאג ביי מונה׳ן?
כ׳האב פונקט נעכטן גערעדט צו איינעם א פיאניסט וואס האט באזוכט ביי מונה ביי זיין וויזיט אין א"י מיט 10 יאהר צוריק און מונה האט אים זייער ווארים אויפגענומען און זיי האבן פארברענגט א לענגערע צייט און זיך געוויזן איידיעס איינער פארן צווייטן, מי יתן והי׳ אז מיר זאלן דאס דערלעבן... הא חאצקל, וואלסט נישט געוואלט ספענדן איין נאכמיטאג ביי מונה׳ן?
If you smile when no one else is around, you really mean it
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
איין זאך איז זיכער, אז מונה איז היינט ווייט נישט אזוי פראדאקטיוו ווי אין זיינע ערשטע פערציג יאר און צפעציעל אין זיינע ערשטע דרייסיג יאר. אין זיינע תור הזהב יארן האט ער געקענט ארויס געבן איבער צען טעיפ'ס א יאר, אבער צייטן האבן זיך געטוישט, עס זענען היינט דא א פלייץ פון ארעינדזשערס צוויישן זיי גאר גיטע וועלעכע לייגן אריין היינטיגע איידיעס מיט יונגע כוחות און מיט ביליגערע פרייזן,
און טראץ די אלטע ארעינדזשערס ווי מונה לאופר לאם און רובי האבן נאך אלץ זייער גרויסן נאמען, און זייערע זעלטענע ארגינעלע טאלאנטן זענען נאך אנערקענט אלס טאפ אוו די מארק, זענען זיי שוין היינט נישט אזא היכרח פאר א געלונגענער טעיפ ווי אמאל.
צווישן די אלטע קעניגן, איז היינט לאופר די מערסטע פאפולער, די מוזיקאלעשע זיסקייט וואס ער גיט אריין אין א ניגון פון יוסי גרין אדער פינקי וועבער ודומהם האט נישט זיינס גלייכן און דערויף איז דער עולם נישט מוותר, דערנאך איז לאם דער צווייטער פארנימענסטע פון צווישן די אמאליגע קעניגן, מיט זיין שטארקייט קען זיך קיינער נישט פארמעסטן, און דערנאך מונה און רובי וועלעכע זענען מער עקטשן, און עקטשן זענען דא גענוג סארט אז מען דארף נישט שטענדיג דוקא זייער עקטשן.
(הגם ביי מיר איז נאר מונה'ס עקטשן און אנדערע פילצאליגע פיטשיפקעס, אינטרעסאנטער ווי אנדערנס, עס איז פיל מיט טיפקייט און נפש וכו' וכו'), חוץ מזה וואס מונה לאזט זיך די מערסטע באצאלן, סיי פאר זיין נאמען און סיי פאר זיין ארבעט וואס ער לייגט אריין בכל תג ותג. און לויט ווי איך האב געהערט איז אויך נישט אזוי לייכט צו ארבעטן מיט אים.
אבער, פינדעסטוועגן איז מונה נאך נישט געגאנגען באנקראט, ער איז כסדר אינוואלווט אין נייע אלבום'ס וואס קומען ארויס, צווישן די לעצטיגע אלבום'ס וואו ער איז אינוואלווט איז "אחים" פון צודק גרינוואלד ("מודים אנחנו" הערליך איז נישט די ווארט); מיאמי בויס מי לד'; יידל'ס נייער טעיפ; מענדי ווערצבערגערס'ס טעיפ; יומי לעווי'ס טעיפ צוויי ניגונים; א טעיפ וואס איז יעצט ארויס געקומען אויף דעם סיום הש"ס (איך דארף זיך דערמאנען דעם נאמען); שלמי טויסיג'ס טעיפ; ליפא שמעלצערס טעיפ.און נאך וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט;
זיינע קומענדיגע פראיעקטן וואס איך ווייס זענען: מונה 6 וואס דארף ארויס צוקומען חנוכה צייט (אזוי האט ער געזאגט דעם סוכות); פיטבורג 8 וואס דארף אויך ארויס צוקומען ממש יעצט אינאיינעם מיט שלמי כהן. אויך גייט ער היפש זיין אינוואלווד אין דעם נייעם טעיפ פון אייזיק האניג.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
שמייכל האט געשריבן: הא חאצקל, וואלסט נישט געוואלט ספענדן איין נאכמיטאג ביי מונה׳ן?
קענסט לאכן, אבער איך האב שוין א סך מאל גע'חלום'ט ווי איך זיץ און פארברענג מיט מונה אינדערהיים.
ס'פלעגט זיין צייטן אז מיין געגועים צו מונה איז געווען אזוי גרויס, צפעציעל נאכן הערן א גיטן מארש אדער קווייער פון אים, אז איך האב נישט אויפגעהערט צו דמיון'ען פון אים און ממש שוין געקלערט צו מאכן א רייזע קיין ארץ ישראל אים צו זעהן און שמועסן מיט אים.
- שמייכל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
איך האב פונקט די וואך געקלערט איבער דעם ענין, אז לאופער איז שוין צו באררינג פאר אייזיק, און הלואי נעמט ער מונה, ערנסט גערעדט, די ׳בהר המוריה׳ אלבום האט זייער אסאך באררינג אינטראויס, למשל די אינטראוי צום ניגון עשה עשה... עשה למענך כו׳ איז נישט עפעס ווייסעכוואס, אויכעט די אינטראוי צו שהחיינו א.א.וו. - הלואי ווען מונה מאכט פאר אייזיק אזא ארבעט ווי אויף לחיים ברודער, מער ברויך איך נישט...
If you smile when no one else is around, you really mean it
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
שמייכל האט געשריבן:איך האב פונקט די וואך געקלערט איבער דעם ענין, אז לאופער איז שוין צו באררינג פאר אייזיק, און הלואי נעמט ער מונה, ערנסט גערעדט, די ׳בהר המוריה׳ אלבום האט זייער אסאך באררינג אינטראויס, למשל די אינטראוי צום ניגון עשה עשה... עשה למענך כו׳ איז נישט עפעס ווייסעכוואס, אויכעט די אינטראוי צו שהחיינו א.א.וו. - הלואי ווען מונה מאכט פאר אייזיק אזא ארבעט ווי אויף לחיים ברודער, מער ברויך איך נישט...
איך קען אויך באשטיין אז אייזיק זאל זיך אויפפרישן מיט מונה'ן, אבער דו קענסט נישט אוועק מאכן דעם בהר המוריה טעיפ, עס איז איינע פון די טעיפ'ס וואס ווערן נישט נמאס ביי זייער א סך מענטשן, און טאקע צוליב די זיסע און גאר בא'טעם'טע מוזיק און אינטראו'ס.
גראדע פארשטיי וואס דו מיינסט מיט די אינטראו אויף עשה, עס איז עפעס נישט גענוג אנגעפילט, אבער ס'נאך אלץ געשמאק, ספעציעל די דראם איז זייער גוט קאנטרעלירט (אזוי ווי כמעט אייביג ביי לאופר).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חאצקל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
גלות יוד האט געשריבן:חאצקל; פון איין זייט ביסטו א גרויסע מונה פען, מצד שני האקסטו אויף מונה האלסט אז די לעצטע 15 יאר טויג ער נישט, איך פארשטיי נישט?
איך האב נישט געזאגט אז ער טויג נישט, נאר אז ער קען א סך מאל מאכן האלבע זאכן, און דאס האט איך נישט געמיינט שטענדיג, נאר א סך מאל.
איך האב נאך אלס די מערסטע ליב מונה, ווייל זיין מוזיק רעדט צו מיין נשמה, דאס מיינט אבער נישט אז ער איז געמאכט פאר אלע סארט ניגונים, נאר וואס? איך קען באשטיין צו קויפן אזעלעכע טעיפ'ס וואס האבן ניגונים וואס זענען געאייגנט פאר מונה, און איך קען באשטיין אז מונה זאל עס באארבעטן אזויווי איך ערווארט פון אים, און אז נישט בין איך דיסעפאוינטעט. אזוי ווי איינער וואס האט די בעסטע ליב צינגן פלייש און ער וויל אז ס'זאל זיין גוט געקאכט...
- שמייכל
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 114
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
גלות יוד האט געשריבן:פון איינער פון די זינגערס, אבער עס איז נישט קיין ראיה פון יענעם ווייל ער האלט אויט אז די גרויסע חתונה איז א דורכפאל פון א טעיפ סא וויל וועיט ענד סי
די גרויסע חתונה אלבום האבן געהאט צדדים לכאן ולכאן, ס׳זענען געווען אסאך וואס זענען שטארק נתפעל געווארן פון די ווארימקייט דערפון, און ס׳זענען געווען אסאך וועלכע האבן דאס קאנסידערט ווי א טעיפ מיט פרומע ניגונים, עכ"פ פאר די אלע וועלכע גלייכן ווארימע און התרגשות׳דיגע ניגונים איז דער אלבום געווען א היט. אפגערעדט פון דעם אז עס האט אויך אסאך שיינע מוזיקאלישע שטיקלעך, איך פלעג אסאך הערן דעם אלבום אלס איר געשמאקקייט, די ברוך הבא פון ירמי׳ דמן איז קווייט עקסייטינג, די באבובע מצוה טאנץ, די סאלא קאקאש פון קאלוב׳ער רבי (א"י) אלעס זייער זייער ווארים אראפגעלייגט מיטן קווייער, געראדע מיכאל שניצלער איז אויך זייער געשמאק אויף דעם אלבום, דיפרענט ווי אויף אנדערע אלבומס.
If you smile when no one else is around, you really mean it
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 726
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
- האט שוין געלייקט: 590 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
שמייכל, גראדע אויף דעם אלבום די גרויסע חתונה בין איך אביסל מחילוק מיט דיר, כלפי דעם אלבום האלט איך אז ס'איז א טעיפ וואס כמעט אין בדומה לו (פאר די וואס האבן ערווארטעט א טעיפ ווי ס'ראקט א וואן מען בענד איז עס טאקע א דורכפאל...), ווידער מכאל שניצלער, ער איז דארט ממש א דיזעסטער. לדעתי איז ער דארט ווי א ביין אין האלז פאר דעם ריין ערהאבענעם טעיפ. (אויך משה ווייינטרויב מאכט היפש קאליע, אבער ער גיט א סך צו אויך).