בלאט 3 פון 9

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 7:42 pm
דורך שרגא
יאנקל האט געשריבן:די מייזלישעס שרייבן זייער נאמען אין ענגליש ווי מייזעלס.

נישט געוואוסט (אבער איך זע אויך וואס שרייבן יא מייזליש אויך אין ענגליש, נאר קען זיין ס'א מיעוט)

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 8:47 pm
דורך שרגא
יעצט זע איך דא דעם בילד פון א באבוב'ער ישיבה: "ובחנונו נא בזאת."
אפשר האבן זיי טאקע געמיינט צו מאכן דערמיט א ווארטשפיל... און ווייזן ווי מ'קוקט אויס ווען מ'יכול'ט נישט.

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 8:59 pm
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:די מייזלישעס שרייבן זייער נאמען אין ענגליש ווי מייזעלס.

נו אויב אזוי וואס איז די פראבלעם מיט וויאזוי עס איז אויסגעלייגט אינעם עד?

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2012 10:17 pm
דורך שרגא
יידל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:די מייזלישעס שרייבן זייער נאמען אין ענגליש ווי מייזעלס.

נו אויב אזוי וואס איז די פראבלעם מיט וויאזוי עס איז אויסגעלייגט אינעם עד?

ווייל יענער שרייבט Miesels אנשטאט Meisels.

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 12:52 am
דורך ישובניק
שרגא האט געשריבן:יעצט זע איך דא דעם בילד פון א באבוב'ער ישיבה: "ובחנונו נא בזאת."
אפשר האבן זיי טאקע געמיינט צו מאכן דערמיט א ווארטשפיל... און ווייזן ווי מ'קוקט אויס ווען מ'יכול'ט נישט.

איך האב נישט געלייענט דעם אינהאלט פו ןדעם גאנצן צעטל, אבער איך פארשטיי נישט, וואס איז שלעכט מיט דעם קעפל? ס'איז טאקע נישט דאס לשון פון פסוק, אבער ס'שטימט נישט? און אויב ס'שטימט יא, קען מען נישט מאכן קיין מליצה, אפילו אויב ס'איז נישט פינקטליך דאס זעלבע לשון? דער פירוש מיט'ן ווא"ו צום סוף וואלט געווען בלשון-רבים, אונז, ווי מ'זאל זאגן "ובחנו אותנו" (און פרואווט אונז אויס), אזוי ווי בלשון-יחיד מיינט עס ובחנו אותי. ניין?

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 10:48 am
דורך שרגא
ישובניק האט געשריבן:

עס איז קלאר אז זיי האבן דאס פשוט געשריבן מיט אן אמעראצישן פעדער און געמיינט אז עס קומט מיט א ו' ביים ענדע. צי עפ"י דקדוק איז עס א פראבלעם? ניין, אבער דעט איז נאט די פוינט היער. איך לאז זיי אויך שרייבן "ובכנונו נא בזאת" און איינער וועט קומען מלמד זכות זיין אז אפשר האבן זיי געמיינט עפעס א מליצה, אדער אז עס איז ווי מ'זאל זאגן "בכנתה אותי"... בקיצור, אין מיינע אויגן איז עס א שיינער ביישפיל פון "אמעראצעס אין לה"ק עדס", און ביי לה"ק איז דאך לכו"ע דא א "שפראך סטאנדארט".

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: פרייטאג מאי 04, 2012 2:11 pm
דורך ישובניק
שרגא האט געשריבן:

אן אינטערעסאנטע נקודה. אין א דור שרובו עמי-הארצות, וואס א מענטש איז מוחזק עם הארץ, אויב אן עם-הארץ לאזט בטעות ארויס א שטיקל לומדות, ווערט עס פארשריגן אלס עם-הארצות, וויבאלד מ'גייט נאך רוב? אין אנדערע ווערטער, אויב דאס קעפל איז אפשר בעסער ווי ווען עס וואלט געווען געשריבן מיט'ן אריגינעלן לשון המקרא, ווערט עס נאך אלץ נידון אלס עם-הארצות, וויבאלד ס'איז א חזקה אז דאס איז געווען זיין כוונה?

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 5:17 pm
דורך שמואל הלוי
איבערגעצויגענע פלייש?
ביז ער איז ענדליך איבערגעצויגן געווארן...

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 7:09 pm
דורך ישובניק
דאס פאלגנדע איז דווקא וועגן אן ענגלישן צעטל. ס'האט מיר געקאסט א לאך.
איך האב באזוכט אין א אידישער קליניק, און ס'איז מיר אויסגעקומען דארט צו מאכן ברכת אשר יצר. האב איך געזען ביים סינק נעבן בית-הכסא א צעטל אויף ענגליש אז מען זאל ביטע צוריקלייגן דעם "נעגל וואסער קאפ" אויפ'ן טשוואק נאכ'ן ניצן.
איז מיר אריין א מחשבה: ווער האט דא גענעכטיגט?
:lol:

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 8:58 pm
דורך געפילטע פיש
שמואל הלוי האט געשריבן:איבערגעצויגענע פלייש?
ביז ער איז ענדליך איבערגעצויגן געווארן...

נישט געוויסט אז אוקריינא איז א שטאט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 11:40 pm
דורך שרגא
איך זע יעצט דא אן עד פון "רפואה העלפ-ליין". אזוי איז זייער סימבאל שוין עטליכע יאר, ואין פוצה פה ומצפצף.
נישט בלויז איז זיי נישט געפאלן "הילף ליין", נאר טאקע ממש "העלפ-ליין"? טאטע אין הימל, העלף! כ'מיין צו זאגן, העלפפפפפפ!

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2012 11:54 pm
דורך גדעון
אין ספינקא פארברענט מען דעם טיש...

אגב עפעס האט טאקע פאסירט דארט בשעת די הדלקה

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 10:26 am
דורך יידל
שרגא האט געשריבן:איך זע יעצט דא אן עד פון "רפואה העלפ-ליין". אזוי איז זייער סימבאל שוין עטליכע יאר, ואין פוצה פה ומצפצף.
נישט בלויז איז זיי נישט געפאלן "הילף ליין", נאר טאקע ממש "העלפ-ליין"? טאטע אין הימל, העלף! כ'מיין צו זאגן, העלפפפפפפ!

די סיבה איז ווייל זיי שרייבען עס אין ענגליש העלפּליין, מיט א פ"א דגושה.

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 12:26 pm
דורך שמעלקא
די ספינקא טעות איז פאר די ביכער...

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2012 1:11 pm
דורך שמואל הלוי
גדעון האט געשריבן:אין ספינקא פארברענט מען דעם טיש...

און אין סקווירא שטייט מסתמא "הדלקת אנשים". :lol:

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:18 pm
דורך שרגא
יידל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:איך זע יעצט דא אן עד פון "רפואה העלפ-ליין". אזוי איז זייער סימבאל שוין עטליכע יאר, ואין פוצה פה ומצפצף.
נישט בלויז איז זיי נישט געפאלן "הילף ליין", נאר טאקע ממש "העלפ-ליין"? טאטע אין הימל, העלף! כ'מיין צו זאגן, העלפפפפפפ!

די סיבה איז ווייל זיי שרייבען עס אין ענגליש העלפּליין, מיט א פ"א דגושה.

דאס הייסט זיי האבן געוואלט פשוט איבערשרייבן דעם ענגלישן ווארט אין אידישע אותיות? פארוואס זאלן זיי אזוינס וועלן טאן? אויב האבן זיי טאקע דאס געוואלט, איז די פראגע פארוואס טאקע האבן זיי עס נישט געשריבן אין אידיש וואס האט אויך דעם זעלבן ווארט? אויסער דעם וואס עס איז נישט מסתבר אז זיי האבן טאקע דאס געוואלט, ווייל אויב יא פארוואס האבן זיי צוגעלייגט דעם פאסיקל אינצווישן, כזה: "העלפ-ליין"?

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:23 pm
דורך שרגא
אן אפטע טעות פון געוויסע שרייבער וועלכע לייגן צו א שטרעכל יעדעס מאל זיי טרעפן אן ן' ביים סוף פון א ווארט, ווי "צום ערשט'ן מאל אין היסטאריע". קוקט דא (דאס איז אויסער די איבריגע טעותים):

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:29 pm
דורך שרגא
קארל האט געשריבן:"טראגט נאר די וועלט-באנייטע פערסטער היטן"!

קארל, האסט מעורר געווען די גראפיקער אז מען זאגט נישט "וועלט-באנייטע", יעצט ווייסן זיי שוין וויאזוי מען דארף עס זאגן... קוק:

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:34 pm
דורך שרגא
און אגב דערמאן איך זיך פון ליפא שמעלצער'ס ניגון פון "מיין בריוו צו משה'לע", זינגט ער דארט "אין מומבעי", אנשטאט "אין מומביי" (אקעי, איך פארשטיי אז "מומבעי" קען קלינגען אביסל מער ווי "ענגליש"...)
אויך אנדערע מאל האב איך שוין געהערט ביי זיינע ענגלישע ניגונים ווערטער וואס ער זאגט זיי היפש אמעראצעסדיג. כ'פארשטיי נישט וויאזוי זיינע פראדוסערס טוען אים נישט אויפמערקזאם מאכן דערוועגן. (אקעי, אפשר געט עס טאקע צו צו זיין חסידישן חן...)

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:35 pm
דורך שמואל הלוי
שרגא האט געשריבן:און אגב דערמאן איך זיך פון ליפא שמעלצער'ס ניגון פון "מיין בריוו צו משה'לע", זינגט ער דארט "אין מומבעי", אנשטאט "אין מומביי"

ער איז דאך א סקווירער און "מומבעי" שטימט מיט די סקווירע הברה.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 6:33 pm
דורך ישובניק
שרגא האט געשריבן:אן אפטע טעות פון געוויסע שרייבער וועלכע לייגן צו א שטרעכל יעדעס מאל זיי טרעפן אן ן' ביים סוף פון א ווארט, ווי "צום ערשט'ן מאל אין היסטאריע". קוקט דא (דאס איז אויסער די איבריגע טעותים):

כ'האב געזען דעם אנאנס און ס'האט מיר געקאסט א לאך, ווייל איך האב עס געלייענט נאטירליך, אנגעהויבן פונעם קעפל, און ס'האט מיר אויסגעזען ווי ס'קומט דא עפעס גוטע שבת'דיגע נייעס פאר די אידישע מאמע פערזענליך, ברוך שהחיינו... ס'גייט עפעס גרינגער ווערן דאס לעבן, זיך לייכטער צוגרייטן צום שבת, בעסער אויסשלאפן, ווער ווייסט?
מיטאמאל: ווינדלעך!

ברוך שהחיינו, די כשר-אינדוסטריע צעוואקסט זיך. כשר'ע סעלפאנען, כשר'ער אינטערנעט, און יעצט - כשר'ע ווינדלעך. דערלעבט!

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 6:38 pm

אגב, ס'שטותים. עס איז דא "כשר'ע" ווינדלען פון א גויאשיע קאמפאני (דאס הייסט אז עס פארמאכט זיך מיט כמו-וועלקרא נישט מיט קלעב) שוין א לאנגע צייט.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 11:15 pm
דורך געפילטע פיש
שרגא האט געשריבן:און אגב דערמאן איך זיך פון ליפא שמעלצער'ס ניגון פון "מיין בריוו צו משה'לע", זינגט ער דארט "אין מומבעי", אנשטאט "אין מומביי" (אקעי, איך פארשטיי אז "מומבעי" קען קלינגען אביסל מער ווי "ענגליש"...)
אויך אנדערע מאל האב איך שוין געהערט ביי זיינע ענגלישע ניגונים ווערטער וואס ער זאגט זיי היפש אמעראצעסדיג. כ'פארשטיי נישט וויאזוי זיינע פראדוסערס טוען אים נישט אויפמערקזאם מאכן דערוועגן. (אקעי, אפשר געט עס טאקע צו צו זיין חסידישן חן...)

מיר איז געפאלן ווי ער צופייערט זיך אין חלום חלמתי "חזקיהו המלך יהודה מחליו......."